די עבודה פון מוחל זיין גאט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

שאלתיאל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:@לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
יאיר האט געשריבן:@שמעקעדיג, דו ביסט דאך א חסידישער איד, ווייסטו דאך זיכער אז לית אתר פנוי מיניה, ער איז אלעס און אלעס איז אין אים. דאס איז דאך ממש די כונה פון מיינע ווערטער, ער איז נישט אינדרויסן פון מציאות, ער איז מציאות. @לולקע ציבעך וועט דאס קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
איז דאס נישט וואס שפינאזע האט געטענה'ט אז גאט איז נישט אינדערויסן פון דער מציאות נאר איז דער מציאות אליין (און נאר דאס)?
דאס רופט מען פאנטעאיזם
פענטאאיזם איז אז נאר די מציאות עקזיסטירט און נאר דאס איז (אדער יא אדער נישט) ג-ט, זאגן אז די גאנצע מציאות איז א חלק פון ג-ט / א שטיק ג-ט איז די אנגענומענע 'צמצום שלא כפשוטו'דיגע' - חסידישע מהלך.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

ביים דאווענען היינט האט מיר אפאר מאל געבאדערט די געדאנק פון איבער זאגן געוויסע שטיקלעך איין מאל און נאכאמאל, א שטייגער ווי ה' ה' (ביי סליחות איז בעצם די זעלבע - דעמאלס האב איך נאר ווייניגער געטראכט..) אדער 'ויאמר ה' סלחתי כדבריך' וואס מ'זאגט אפאר מאל איבער איינס נאכן צווייטן. עפעס שפירט זיך דערין אזא פאראנויע אז ג-ט וועט נישט הערן אדער פארשטיין מיט איינמאל עס זאגן, אדער זאגאר אז מ'דארף ממש איינרייסן ביי אים ער זאל אונז וועלן אויסהערן - די פערטע מאל דאס וועט עס דורכברעכן..
איז דאס די גוטע באשעפער וואס איז מוחל יעדעם, אלס, און אלעמאל? בפרט יום כיפור מיטן פאסטן און מיטן קלארן הבטחה 'כי ביום הזה יכפר עליכם', צו וואס פעלט אויס צו מאכן שפירן כאילו מ'האנדלט דא מיט אן ערשט קלאסיגן נארסיסיסט?

זייענדיג נאך אינעם שאטן פון פרשת האזינו איז מענין לענין אויך אינטרעסאנט די גאנצע וועג וויאזוי ג-ט רעגט זיך אויף דארט און וויל אפי' נישט שטראפן די אידן ווייל די גוים גייען נישט איינזען אז ער האט באשטראפט וכו,' ובכלל איז די גאנצע האזינו געשיכטע היבש אזא רעקלאמע סטיל פאעזיע פארן נאמען פון ג-ט, אויסזען זעט אויס ווי עס איז געשריבן געווארן מיטן בילד פון א גאנצע וועלט וואס גלייבט אין אנדערע אפגעטער און עס גייט דא קומען מיסיאנערן לשם ג-ט און אויפקלערן די מענטשהייט זיינע כוחות'ער.. מיר געווען זייער אינטרעסאנט. טאמער איינער האט מער פרטים ביטע..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: די עבודה פון מוחל זיין גאט

שליחה דורך שאלתיאל »

אלפא האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:@לגבי עצם הענין, קלער איך צו מיך אזוי. גאט איז דאך דער עצם מציאות, דער גאנצער הויה איז גאט, ממילא ווען איינער איז ברוגז אויף גאט, איז ער באמת ברוגז אויפ'ן מציאות, פארוואס איז די מציאות אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז איך שפיר בא'עולה'ט?
יאיר האט געשריבן:@שמעקעדיג, דו ביסט דאך א חסידישער איד, ווייסטו דאך זיכער אז לית אתר פנוי מיניה, ער איז אלעס און אלעס איז אין אים. דאס איז דאך ממש די כונה פון מיינע ווערטער, ער איז נישט אינדרויסן פון מציאות, ער איז מציאות. @לולקע ציבעך וועט דאס קענען בעסער מסביר זיין ווי מיר.
איז דאס נישט וואס שפינאזע האט געטענה'ט אז גאט איז נישט אינדערויסן פון דער מציאות נאר איז דער מציאות אליין (און נאר דאס)?
דאס רופט מען פאנטעאיזם
פענטאאיזם איז אז נאר די מציאות עקזיסטירט און נאר דאס איז (אדער יא אדער נישט) ג-ט, זאגן אז די גאנצע מציאות איז א חלק פון ג-ט / א שטיק ג-ט איז די אנגענומענע 'צמצום שלא כפשוטו'דיגע' - חסידישע מהלך.
לא הבנתי. דאס איז וואס ער זאגט אז גאט איז *נאר* דער מציאות און נישט אינדערויסן
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
פארשפארט