הצלה - חילול שבת ויו"ט - שיטת ר"מ וויזשניץ מאנסי

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

הצלה - חילול שבת ויו"ט - שיטת ר"מ וויזשניץ מאנסי

שליחה דורך איחוד פעלד »

די וואס זענען גענוג אלט צו געדענקען ווייסען צו זאגען אז ר' מאטעלע האט צווישען אלע זיינע מחאות אויך שטארק מוחה געוועהן אויף הצלה, און גע'טענה'ט אז זיי פירען זיך נישט כהלכה אין שבת ויו"ט, און פארדעם האט ער געהייסען זיינע חסידים באקאטירען הצלה, און עס איז אפילו געוועהן א פאל ווי איינער איז צאמגעפאלען און איז ליידער געשטארבען וועגען מען האט נישט צוגעלאזט די הצלה זאל אים ראטעווען דאס לעבען.

אהן אריינגיין אין די לעצטע מעשה, וואס איז שוין ווי פארשטייט זיך א גוזמא'דיגע שיטה, וויל איך רעדען בנוגע דער זאך אליין, חילול שבת מיט הצלה.

עס איז דא צוויי ענינים ווי דער הצלה איז מחלל שבת, פאר דער קאל קומט אריין און נאכדעם.

פאר דער קאל, גייען די הצלה מעמבערס מיט וואקי טאקיס און ראדיאס וואס זיי הערען דארט די קאלס וואס קומען אריין, לויט ווי עס איז אנגענומען אין די היינטיגע וועלט, זענען די כלים מוקצה. אויך פירען זיי זיך צו דרייען די וואליאם פין די וואקי טאקיס ארויף און אראפ כרצונם, למשל ווען עס איז שטיל ביהמ"ד מאכען זיי עס שטילער, און ווען די גערויש איז גרעסער דרייען זיי עס ארויף.

נאך דער קאל איז דא דער באקאנטער פראבלעם פין צוריקפארען אהיים.

כידוע האבען די היינטיגע פוסקים דורך געאקערט די שאלות, און זיי זענען דאס מתיר מיט היתרים, אמאהל בעסער און אמאהל שוואכער, איך דער שרייבער פין דער שורות קען נישט פארשטיין די היתר פין ר' משה פיינשטיין אז מען מעג צוריקפארען אין שבת אליין, מיט א היתר פין שמא וועלען די הצלות נישט וועלען גיין, עיין במשנה ברורה תקכ"ו וואס דרייט דארט ארום מיט דעם סארט היתר לגבי פארען קובר זיין א מת אין יו"ט שני, ווי מען קען זעהן ווי שוואך דער היתר איז.

האט אבער ר' מאטעלע געטענה'ט אז נאך אלע היתירים ברענגט עס אריין א שטארקע קלות ביי הצלה מענטשען לגבי שבת בכלל, און אויף דעם פרט קען איך זאגען, אז ער איז לכאורה גאנץ גערעכט.

אין די פורום בחדרי חרדים שטייט אז עס איז דא הצלה מעמבער וואס ברענגט זיין הצלה טראק יעדעס שבת און יו"ט אין ביהמ"ד, און נאכען דאווענען פארט ער אהיים, און די היתר דארף זיין פין איינער פין די גדולי ההוראה ר' שמואל אליעזר שטערען!
ראש השנה התפללתי בבית הכנסת ערלוי ברחוב מהרש"ל בבני ברק ,
ונדהמתי לראות כי כל יום מימי החג בשעה 08:30 בבוקר מגיע למקום אמבולנס של מד"א (כתוב עליו דן 51) וכונן של "הצלה גוש דן" מנחם א. נוהג בו, וחונה את האמבולנס בנחותא ללא עול שבת וחג,
ובסיום התפילה נכנס חזרה לאמבולנס של מד"א ונוסע חזרה לביתו.


וואס גייט דא פאר?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר