יאנקל האט געשריבן:
דער מגן-דוד איז אבער נישט באטראכט געווארן ווי א אידישער סימבאל ביז ווייניגער ווי טויזנט יאר צוריק.
משה געציל האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:
דער מגן-דוד איז אבער נישט באטראכט געווארן ווי א אידישער סימבאל ביז ווייניגער ווי טויזנט יאר צוריק.
שרייבסט עס סתם אלטס פאקט? אדער דו ווילסט ארויס ברענגען אז עס איז נישט אזוי הייליג וואו געוויסע מיינען?
שמואל הלוי האט געשריבן:איך האב נישט ליב אריינצורעדן אין א הייסע נושא, אבער סתם פאר אינטערסאנטקייט ס'איז געווען גדולים דייקא נישט סאטמארע וואס האבן געהאלטן אז כהיום האט די מגן דוד א דין ווי א צלם (דאס אז סאטמאר רב זי"ע האט אזוי געהאלטן איז דאך ידוע, ער האט אפילו געזאגט אז ס'איז ערגער ווי א צלם וויבאלד די מינים האבן עס גענומען פאר זייער סימבאל, אבער די חידוש איז אז אפילו אנדערע האבן אזוי געהאלטן).
איינע פון די איז געווען ר' ברוך בער מקאמעניץ זצ"ל וואס אמאל ווען ער האט באמערקט אויף א שטענדער מגן דוד, האט ער געפרעגט: "ווער האט אויסגעקריצט א צלם אויפן ארון קודש פון תורה שבעל פה".
שמואל הלוי האט געשריבן:ממש אזוי אדער ענליך?
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וויבאלד איך האב געלייגט א אוועטער פון א מקום דוד, און מ'האט מיר געבעטן עס אראפנעמען פון די סאטמארע רייהען, וויל איך דא צונעמען די נושא.
א מגן דוד ווערט געברענגט אין חסידישע ספרים, איז די סימבאל פון א יוד, און יסודתה בהררי קודש, נאר באלד ווי די ציונים און חובבי ציון האבן זיך גענומען פאר זיך דעם סימבאל, האבן עס די קנאים לשטיתם עס פארבאטן.
כלל ישראל [ווענדט זיך ווער ס'האלט זיך פאר כלל ישראל.. אבער די פאקט איז אז דאס רוב קהילות ארטאדאקסטישע יודען] האלטן דאס נאכאלץ הייליג און סימבאליש פונעם אלטן צייט נאך, אויסער דאס חלק וואס גייען מיטן שיטה פון צושטערן יעדע געדאנק פון מדינת ישראל.
יעצט פארציילט וואס איר ווייסט דערוועגן, ''און וואס איר ווייסט אלץ נישט''.
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:מנשה לוסטיג האט געשריבן:וויבאלד איך האב געלייגט א אוועטער פון א מקום דוד, און מ'האט מיר געבעטן עס אראפנעמען פון די סאטמארע רייהען, וויל איך דא צונעמען די נושא.
א מגן דוד ווערט געברענגט אין חסידישע ספרים, איז די סימבאל פון א יוד, און יסודתה בהררי קודש, נאר באלד ווי די ציונים און חובבי ציון האבן זיך גענומען פאר זיך דעם סימבאל, האבן עס די קנאים לשטיתם עס פארבאטן.
כלל ישראל [ווענדט זיך ווער ס'האלט זיך פאר כלל ישראל.. אבער די פאקט איז אז דאס רוב קהילות ארטאדאקסטישע יודען] האלטן דאס נאכאלץ הייליג און סימבאליש פונעם אלטן צייט נאך, אויסער דאס חלק וואס גייען מיטן שיטה פון צושטערן יעדע געדאנק פון מדינת ישראל.
יעצט פארציילט וואס איר ווייסט דערוועגן, ''און וואס איר ווייסט אלץ נישט''.
בדרך דרוש קען מען זאגן אז ס'איז סיי הייליג, סיי פארבאטן, בחינת ארויפגיין אויפ'ן מקום המקדש שעל הר הבית
מנשה לוסטיג האט געשריבן:וויבאלד איך האב געלייגט א אוועטער פון א מקום דוד, און מ'האט מיר געבעטן עס אראפנעמען פון די סאטמארע רייהען, וויל איך דא צונעמען די נושא.
א מגן דוד ווערט געברענגט אין חסידישע ספרים, איז די סימבאל פון א יוד, און יסודתה בהררי קודש, נאר באלד ווי די ציונים און חובבי ציון האבן זיך גענומען פאר זיך דעם סימבאל, האבן עס די קנאים לשטיתם עס פארבאטן.
כלל ישראל [ווענדט זיך ווער ס'האלט זיך פאר כלל ישראל.. אבער די פאקט איז אז דאס רוב קהילות ארטאדאקסטישע יודען] האלטן דאס נאכאלץ הייליג און סימבאליש פונעם אלטן צייט נאך, אויסער דאס חלק וואס גייען מיטן שיטה פון צושטערן יעדע געדאנק פון מדינת ישראל.
יעצט פארציילט וואס איר ווייסט דערוועגן, ''און וואס איר ווייסט אלץ נישט''.
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דער טשערנאבליר מגיד האט געזאגט, ביזן משיח'ס טאג, אויב א יוד אין ווייטן עק דייטשלאנד וועט גיבן א קרעכץ אויף זיין מצב אין רוחניות, איז עס אלץ נאר מכח הבעש''ט.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט