'מגן דוד' איז הייליג צו פארבאטן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:30 am

געפילטע פיש האט געשריבן:שטעלט אייך פאר ווען די ציונים וועלן אויס צו לייגן די מנורה אויפן פאן, וואס וואלט סאטמאר דעמאלס געטוהן?


מען וואלט אנגעגאסן די מנורה מיט וואסער און געזאגט תחנון אנשטאט הלל גאנץ חנוכה ;)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15191
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18274 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:10 am

די מנורה איז די סימבאל פונעם כנסת.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5704
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2597 מאל

הודעהדורך טעפל » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:50 am

איך אויך האט געשריבן:די מנורה איז די סימבאל פונעם כנסת.

איך בין אויך גערעכט, כ'מיין צו זאגען איך אויך איז גערעכט דא האט עטץ, נידער מיט'ן מנורה, פוי, פוי צא וכו'
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A1%D7% ... 7%90%D7%9C
בייגעלייגטע פיילס
Emblem_of_Israel.svg.png
Emblem_of_Israel.svg.png (40.84 KiB) געזען געווארן 2299 מאל
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך טעפל » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:52 am

די מנורה לעבן כנסת.
בייגעלייגטע פיילס
250px-New_menorah22.jpg
250px-New_menorah22.jpg (17.46 KiB) געזען געווארן 2295 מאל
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 29, 2013 12:47 pm

די מנורה האט דאך בלויז 7 ליכט, ממילא איז עס נישט משנה לגבי חנוכה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15191
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17963 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18274 מאל

הודעהדורך בעריש » מאנטאג אפריל 29, 2013 1:08 pm

יאנקל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:ממש אזוי אדער ענליך?

ענליך. דוכט זיך אז די מעשה גייט אז ער האט געזען א מגן-דוד אויף א פלאש וויין און עס געהייסן אראפקראצן.

דאס איז געווען ביי ר' איציקל ז"ל
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 81 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:56 pm

אין סאטמאר ראדני, ליגן צוויי גרויסע מנורות, פון זיבן רערן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך באריסטא אום דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:04 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ארויסגענומען אטאקירנדע ווארט.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:00 pm

יואליש האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:לענינינו, די ניגון וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, הבה נגילה, איז געווען א הקפה ניגון אין סקווירא,און דער אלטע סקווערע רבי האט עס שוין נישט געקענט זינגען, האט מען עס געזינגען ביים טיש שמחת תורה נאכן בענטשן, ווי אלע האבן זיך אויפגעהויבן דאס גאנצע אויבנאן, און געטאנצן מיט נאסטאלגיע אויף דעם אוראלטן ליד וואס איז ליידער דערטרונקען געווארן, אבער מ'האט עס מער נישט געזינגען ביי די הקפות.


ברענסט דאך א מעשה לסתור צו זיין 'מגן דוד' טענה. פון הבה נגילה איז משמע אז סקווירא האט יא געהאלטן פון דעם "ואף על פי שהיתה אהובה לו בימי האבות, עכשיו שנאה, מאחר שעשאוה אלו חק לעבודת אלילים."

אין בעלזא האט מען היי יאר געזינגען הבה נגילה ביי די הקפות, להחזיר עטרה ליושנה.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8512 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 12:51 am

מנשה לוסטיג האט געשריבן:אין סאטמאר ראדני, ליגן צוויי גרויסע מנורות, פון זיבן רערן

וואו?
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 6:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 11:50 pm

אונטערן קיה
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 666 מאל

הודעהדורך I'm back » פרייטאג אקטאבער 04, 2013 12:05 am

מנשה לוסטיג האט געשריבן:אונטערן קיה


טיפיקעל אייוועלט זשאוק!
.
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

הודעהדורך אחד העם » זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:31 am

אז מען רעדט שוין פון די ססימבאל פון די מנורה איז אינטרעסאנט צו ויסען וויאזוי עס אנגעקומען צו דעם סימבאל והי לך לשון הוויקי:

סמל מדינת ישראל

סמל מדינת ישראלפרטיםתאריך אימוץי"א בשבט ה'תש"ט, 10 בפברואר 1949התקניםמגןכחול, מנורת שבעת הקנים בלבן, 2 ענפי זית בלבן, כיתוב: "ישראל"פרטים נוספיםשימושדרכונים, מסמכי ממשלה רשמיים, משרדי ממשלהקטע מתוך התבליט בשער טיטוס.בול משנת 1955 שהונפק לכבודיום העצמאות השביעי בעיצובו של ג. המוריסמל מדינת ישראל הוא מגן אשר במרכזו מנורת שבעת הקנים, משני צדיה ענפי זית ובתחתיתו הכיתוב "ישראל". יש שתי גרסאות של הסמל: באחת מופיעים המנורה, ענפי הזית והמילה "ישראל" בצבע זהוב על רקע כחול עמוק, ובאחרת הם מופיעים בצבע לבן או אפרפר-כסוף על רקע כחול. הגרסה הראשונה משמשת בדרך-כלל כשסמל המדינה מוצג כשלעצמו, בעוד הגרסה השנייה משמשת בנס הנשיא או כשהסמל מופיע על-גבי דגלונים. על-גבי מסמכים מוצג הסמל לעתים קרובות בשחור-לבן (המנורה ויתר האלמנטים לבנים על רקע שחור), ובמוסדות שונים מוצג הסמל כתבליט, בלי הבדל משמעותי בין צבע האלמנטים לצבע הרקע.את הסמל עיצבו האחים גבריאל ומקסים שמיר, והוא נבחר מבין הצעות רבות שהוגשו לוועדת הסמל והדגל שהקימהמועצת המדינה הזמנית. הוועדה פרסמה מכרז ובו קראה לתושבי המדינה להציע הצעות לסמל המדינה. במכרז פורטו המלצות לגבי האלמנטים שייכללו בסמל, אולם הוועדה התחייבה לדון בכל הצעה שתוגש. מאות הצעות הוגשו לוועדה, ובתהליך ארוך נבחרו שלוש הצעות. אלה הובאו בפני מועצת המדינה הזמנית. המועצה החליטה לבחור בהצעה שהגישו האחים שמיר, ביום י"א בשבטה'תש"ט, 10 בפברואר 1949.לוועדה פנו 164 אנשים שהגישו 450 הצעות. שלוש הצעות נבחרו ועלו לדיון: הצעתם של אוטה וליש וסטרוסקי, הצעתם של איתמר דוד ושכטר, והצעתם של האחים שמיר. הצעתם של וליש וסטרוסקי כללה מגן מחולק לשניים - בחלק הגדול התחתון מופיעה מנורת שבעת הקנים בעיצוב הדומה לתבליט על שער טיטוס ברומא, ובחלק העליון מופיעים שבעת הכוכבים של הרצל. הצעתם של דוד ושכטר התבססה על הפסיפס של בית הכנסת העתיק ביריחו. בפסיפס מופיעה מנורת שבעת הקנים ניצבת על שלוש רגליים (ולא על בסיס רחב כמו בשער טיטוס, ראו להלן), משני עבריה שופר ולולב ומתחתיה הכתובת "שלום על ישראל" (על-פי מזמור קכ"ה בתהילים). בהצעתם של דוד ושכטר המנורה מופיעה בעיצוב דומה לזה שבפסיפס בית הכנסת ביריחו, שבעת הכוכבים של הרצל מקיפים אותה משלושה עברים, ומתחתיה מופיעים ענף זית, אתרוג, לולב,שופר, והמוטו: "שלום על ישראל". הצעתם המקורית של האחים שמיר כללה מגן שבמרכזו מנורת שבעת הקנים בעיצוב סכמטי מודרני. בהצעתם, שבעת הכוכבים של הרצל מסודרים מעל המנורה בשורה, ומשני עבריה ענפי זית.ייתכן שמעצבי הסמל, האחים שמיר, הושפעו מקטע בנבואת הנביא זכריה (ספר זכריה, פרק ד) שבה מראה המלאך לנביא "מנורת זהב כולה וגֻלּה על ראשה ושבעה נרותיה עליה... ושנים זיתים עליה אחד מימין הגֻלּה ואחד על שמאלה". האחים שמיר עצמם לא הזכירו את הקטע מספר זכריה כהשראה לעיצוב, אף על-פי שהסבירו בפירוט את עבודתם בריאיו1ן שנתנו לעיתון מעריב ב-16 בפברואר 1949. לפיכך, אין לדעת אם מדובר בצירוף מקרים, או בדמיון מכוון.הוועדה החליטה כי הצעתם של האחים שמיר תשמש בסיס לסמל המדינה, אולם דרשו לערוך בה שינויים. עיצוב המנורה לא נראה הולם בעיני חברי הוועדה, והם העדיפו את העיצוב המופיע בתבליט שער טיטוס. התבליט המתאר תהלוכה של עבדים וחיילים השבים לרומא לאחר ניצחון הרומאים על יהודה והחרבת בית המקדש בירושלים בשנת 70 לספירה. השימוש בתבליט הרומי נועד לסמל את חזרת המנורה למקומה המקורי. השימוש בענפי זית מצא חן בעיני חברי הוועדה, והועדף על פני השימוש בסמלי הלולב, האתרוג והשופר, שכן הם ביקשו להימנע משימוש בסמלים בעלי אופי דתי מובהק. הוספת ענפי הזית כסמל לשלום נראתה עדיפה על-פני השימוש במוטו "שלום על ישראל", אולם בכל זאת, ביקשה הוועדה להוסיף את השם "ישראל" בעברית מתחת למנורה. שבעת הכוכבים של הרצל הושמטו בסופו של דבר מהעיצוב הסופי.מעמדו המשפטי והמדיני של סמל מדינת ישראל על פי החוק, נקבע ב"חוק הדגל, הסמל והמנון המדינה", תש"ט-1949

און דא איז איינער מלא טענות אויף דעם סימבאל:

http://www.haaretz.co.il/mobile/1.1188294
דער רב הראשי הרב הרצוג איז אויך נישט געווען צופרידען מיט דעם:
לא טוב עושה ממשלתנו היום הזה, כשזכינו שוב לאורה של ציון המסומלת במנורה, שהיא מחקה דווקא את תמונת המנורה שבקשת טיטוס, אשר כנראה חחו בה ידי זרים ושאינה כלה על מלאכת הקודש, ולא זו בלבד אלא שהעיד לפני אדם מומחה בידיעת הקדמוניות (ארכולוג) שהמנורות המצוירות על הקברים בקטקומבות שברומי כולן בנות שלש רגלים וכן כל המנורות המצוירות בפספיסין של שרידי בתי הכנסת הנמצאים בארץ ישראל,
און ווי עס ליגט מיר און קאפ איז דא עפעס קריטיק אויפ'ן פאן אויכעט, אז די צוויי בלויע שטראכען האבן נישט קיין פשט, און עס שטאמט פון די רומים, כוועל עס נאכקוקען נאכאמאל
400px-Emblem_of_Israel.svg.png
400px-Emblem_of_Israel.svg.png (91.56 KiB) געזען געווארן 2105 מאל

emblem8.jpg
emblem8.jpg (31.34 KiB) געזען געווארן 2105 מאל

באמערק די חילוק פון די צוויי איינס מיט פיסלעך און איינס אן ולזה כיוון הרב הרצוג כנ"ל
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 833 מאל

הודעהדורך נאר,,פרייליך » זונטאג אקטאבער 06, 2013 11:42 am

מנשה לוסטיג האט געשריבן:איינע פון די סיבות וואס כ'האב בכלל אנגעהויבן דעם נושא, איז טאקע דערפאר, כ'בין לעצטענס געפלעפט געווארן ווע כ'בין געוואויר געווארן, אז אסאך ווייסן בכלל נישט די היסטאריע און קדושה פון דעם סימבאל.
לאמיר אנהייבן מיט עטליכע פרטים, און ווער ס'ווייסט יא, זאל ביטע צולייגן, כדי מ'זאל וויסן וואס עס האנדעלט זיך דא.

אינעם הייליגן ספר רזיאל המלאך, וואס איז מקובל איז עס איז פון אדם הראשון [כ'האב נישט יעצט די מקור] און איז אלע יארן געווען א קבלה ספר וואס מ'האט געהאלטן פארן העכסטן שמירה און ממש ווייניג האבן פארשטאנען די סודות, שטייט קלאר בילדער פונעם זעקס עקיגער שטערן, וואס איז אלץ מרומז דערין.
אבער בכלל האבן די חסידישע ספרים, און בפרט די הייליגע טשערנאבליר צדיקים, און בפרט דער הייליגער טריסקער מגיד און דער הייליגער טאלנער מגיד נ''ע, מסביר געווען וואס איז נוגע פאר אונז.
אינעם מגן אברהם רופט ער דאס, די 'ששה קצוות' וואס איז מרמז אויף מידת היסוד, און די צוועלעף אלכסונין, דאס הייסט די צוועלעף ווינקעלעך אינעם שטערן, איז די יב' שבטי קה, וואס אלע האבן ממשיך געווען יודישע דורות אויף דעם גאנג, פון די זעקס הייליגע מידות הקדושות חג''ת נה''י און בעיקר פון אלעמען איז גאט ב''ה 'מלכות'.
אין טשערנאביל זענען די ריקודים שמחת תורה, אויפן שטייגער פונעם פארעם פון די 'ששה קצוות' די הייליגע זעקס מידות, און ביים זעקסטן איז ש' ד' י' און ביים זיבעטן איז א עיגול מלכות.
די ששה קצוות ווערט גענוצט אויכעט ביים שאקלען מיט די ארבע מינים, און אינמיטן איז דער 'יוד' דער יודעלע דעם אייבירשטנס הייליג אויסדערוועלט פאלק.
דער טיפת ה'יוד' איז מרומז אויף די ניצוץ קדוש וואס א יוד ווערט באשאפן פונעם טיפת זרע קודש וואס ווערט בקדושה וטהרה נמשך דורך יעדע פאר פאלק. און דערפאר איז דאס די 'יסוד' קדושת ישראל, וואס היטלער ימ''ש האט פאר יעדן פרייז געוואלט פארמעקן,און דאס איז נישט בחינם געווען די שאנדע צייכן אין זייער אויגן, און דאס הייליג סימבאל אין אלע דורות מאז היתה נשמת ה' באפיו של יציר כפיו, וואס איז געווען די יסוד און עיקר תכלית פונעם בריאה וואס איז באשאפן געווארן אויף דעם אופן פון ששה קצוות און עיגול, דער יוד און די מידות און דער מלך מלכי המלכים איבער אלעס.
און דאס הייסט 'מגן דוד' ווייל אויפן פאנצער פון דוד המלך איז געווען אויסגעקרוצט דעם סימבאל דאס איז געווען די רמז אז מיטן כח הקדושה איז מען מנצח אלע שונאים.
דער אלטער סקווערער רבי, האט שטארק געפייערט מ'זאל לייגן א מגן דוד'ל אויפן ארון הקודש, און נאך עטליכע זאכן וואס איז געווארן אין סאטמאר אסור, האט דער אלטער סקווערע רבי מסביר געווען פארן סאטמארער רב ר''ר יואל זצ''ל, מיט דעם לשון: אז זעי וועלן לעיגן תפילין וועלן מיר ניט לעיגן??
און דאס ניגון 'לשנה הבאה' וואס איז געווען פון די הקפה ניגונים אין אלט סקווער, איז פארכאפט געווארן דורך די ציונים און חובבי ציון, טאקע אויפן ווידיאו אין מונקאטש זעט מען דארט א טענצל פון תערובות, וואס שוין דארט איז די ניגון געווען איינגעבאקן.
ווי באוואוסט איז דער מנחת אלעזר געווען פון די שטארקע לוחמים, ווייל טאקע דארט איז געווען א נעסט פון ציונות אין גרויסן.
אויכעט אין שטאט סקווירא, האבן געוואוינט שטארקע חסידים וואס נעבעך זייערע דורות זענען געווארן פארפאלן אין שיטת הציונית, צווישן זיי דער באגאבטער שרייבער 'שלום עליכם' שלום ראבינאוויטש, און דער באקאנטע חזן 'פינטשיק' וואס דער אלטער סקווערע רבי האט עהם נאך געטראפן און עהם זייער שארף געזאגט, נאך וואס זיין טאטע ר' דוד'ל סקווערער האט שוין יונגע הייט געזאגט אויף עהם 'ווי א גרעסערע חאויזען א גרעסערע שעיגעץ..

לענינינו, די ניגון וואס זיי האבן ארויפגעלייגט אויף די ווערטער, הבה נגילה, איז געווען א הקפה ניגון אין סקווירא,און דער אלטע סקווערע רבי האט עס שוין נישט געקענט זינגען, האט מען עס געזינגען ביים טיש שמחת תורה נאכן בענטשן, ווי אלע האבן זיך אויפגעהויבן דאס גאנצע אויבנאן, און געטאנצן מיט נאסטאלגיע אויף דעם אוראלטן ליד וואס איז ליידער דערטרונקען געווארן, אבער מ'האט עס מער נישט געזינגען ביי די הקפות.
אגב, נאך היינט, אפאר יאר צוריק, ווען מיר זעמער געווען אין אלט סקווירא האט מען געהערט אין א 'באר' קרעטשמע.. ווי זיי זינגען די גוים דעם ליד. ווייל די ליד איז געווארן א שטאטס ניגון דארט נאך פון די אלטע צייטן ווען חסידים האבן דערויף געפייערט.

יעצט, אז מ'רעדט וועגן דעם מגן דוד, און מ'ווייסט וואס דאס איז, 'אביסל', איז די ווייטאג אז זיי ניצן דאס די מדינה, מער. אבער גלייכצייטיג אויכעט מיט פאראכטונג אז ס'נישט סתם א לעצטיגע סימבאל און גוט שבת. ווער ס'קען מוסיף זיין זאל ביטע מוסיף זיין. להנאת יושבי בית הקפה.. [קאן זיין אויך אין דעם קאווע שטיבל צעזינגט מען זיך..]


מה שנוגע דעם ניגון הבה נגילה

און קאוועלע דא בארימט זעך אז דער הייליגער בעלזער הויף האט דאס געזינגען ביום שמח''ת

נו! דאס איז דאך דעי הייליגע בעלזע ירושה ווי מער חנופה לציונים והנגררים אחריהם הרי''ז משובח בפרט א מ'קען עס טון אין די הייליגע טעג
באניצער אוואטאר
נאר,,פרייליך
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1615
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 7:53 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בעלזא האט מען היי יאר געזינגען הבה נגילה ביי די הקפות, להחזיר עטרה ליושנה.

נאדיר א קליפ
http://www.gruntig.net/2013/10/singing- ... rebbe.html
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8512 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:09 pm

נאר איין 'קליינע' חילוק נישט ביי די הקפות נאר מוצאי יו"ט נאך די שטייעדיגע תורה אזוי ווי אין סקווער. בעצם איז דאך דאס געווען איינע פון די הייליגע הקפה ניגונים אין בעלזא אינדערהיים ביז די ציונים האבען עס פארכאפט ,אבער היינט אז ציונות איז אין די אדמה קען מען מחזיר זיין ניגון לישנה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5704
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2597 מאל

הודעהדורך א שוויצער » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:29 pm

איך אויך האט געשריבן:נאר איין 'קליינע' חילוק נישט ביי די הקפות נאר מוצאי יו"ט נאך די שטייעדיגע תורה אזוי ווי אין סקווער. בעצם איז דאך דאס געווען איינע פון די הייליגע הקפה ניגונים אין בעלזא אינדערהיים ביז די ציונים האבען עס פארכאפט ,אבער היינט אז ציונות איז אין די אדמה קען מען מחזיר זיין ניגון לישנה.


די הייליגע רב האט היי יאר געזאגט אז זיי זענען כלבים
ווי טרויט זיך א טייערער בעלזער חסיד אזאנס צו שרייבען אז ס'איז אין די אדמה??
חצוף
רבן דקרו
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:33 pm

שוויצער, די נעקסטע מאל איך וויל ליינען אייערס אן הודעה וועל איך מוזן דרוקען א קנעפל מיוחד.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8512 מאל

הודעהדורך א שוויצער » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:01 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:שוויצער, די נעקסטע מאל איך וויל ליינען אייערס אן הודעה וועל איך מוזן דרוקען א קנעפל מיוחד.


כ'בעט דיר ביטע נישט סטראשענען, פרוביר קודם מיט שיינעם
א שוויצער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 9:33 pm
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:04 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין בעלזא האט מען היי יאר געזינגען הבה נגילה ביי די הקפות, להחזיר עטרה ליושנה.

נאדיר א קליפ
http://www.gruntig.net/2013/10/singing- ... rebbe.html

איז ער אלעמאל אזוי שווער דיקלעך געווען ?
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:08 pm

געווען אמאל מער ,ער איז אויף א מייזעלס דייעט און פארלירט צוביסלעך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5704
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2597 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:15 pm

ליצנות אויף א איד?!
פארוואס?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8512 מאל

הודעהדורך בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:16 pm

איר מיינט מיר ? איר זענט מיר בחינם חושד
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מיטוואך אקטאבער 02, 2019 12:16 am

איז די מעשה אזוי,

זמיר כהן טענה'ט אז אינעם צורת המגן דוד ליגט באהאלטן רמזים, סודות און עצות פאר יעדע מענטש אין יעדע מצב אין לעבן. די לעזונג אויף יעדע זאך און פראבלעם ליגט באהאלטן אינעם מגן דוד.

טענה'ט אבער יאסל מזרחי אז דאס איז שקר וכזב, און נישט נאר וויבאלד מיר געפינען נחשט דערוועגן אין חז"ל, נאר איבער'ן מגן דוד בכלל טרעפט מען אין ערגעץ נישט דערמאנען וועגן דעם מגן דוד.

נאך זאגט זמיר, אז דער מגן דוד איז געווען ארויפגעקריצט אויפון פאנצער פון דוד המלך ווען ער איז געגאנגען מלחמה האלטן אויפן פראנט, און דאס האט אים באשיצט פון אלעם בייזן.

טענה'ט אבעק יאסל ווייטער דאס זעלביגע: מען טרעפט נישט קיין זכר, מקור און מראי מקום דערצו נישט אין חז"ל און נישט שפעטער אין רמב"ם.

https://blog.hasifot.com/2019/09/29-09-2019.html
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 554
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 245 מאל

הודעהדורך מי אני » מיטוואך אקטאבער 02, 2019 1:53 pm

די בני יששכר (מאמרי חדשי כסליו-טבת, מאמר ב אות מ) זאגט אז אויפ׳ן פאנצער פון דוד המלך ע״ה איז געווען די צורה פון א מנורה.

*

אגב, פאר אינטרעסאנטקייט, מ׳קען אפשר זאגן אז די מגן דוד ווייזט אויף אינפיניטי. דהיינו, אין פרעקטעלס איז א קאטש סנויפלעיק א טרייענגעל וואס נאכדעם יעדע (גראדע) זייט צוטייל איך אין דריי און איך לייג צו נאך א חלק א דריטל, און איך בייג ארויף די מיטעלסטע צוויי חלקים. איך טוה דאס נאכדעם איבער און איבער (זעה בילד אין לינק). עס וועט אויסקומען אז די שעיפ, א סנויפלעיק, וועט האבן א פיניט עריע אבער אן אינפיניט פערימעטער.

די ערשטע מאל וואס מ׳טוהט די פראצעדור צו א טרייענגעל ווערט דאס א מגן דוד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1246
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 02, 2019 2:20 pm

איך האב א צווייטע פראגע, איז "כל נדרי" א אידישע זאך?

ס'איז ממש שטוינענד צו זעהן ווי ווייט מענטשן קענען גיין צו בארעכטיגן א פאליטישע שיטה, פלוצלונג דערמאנען זיי זיך אז ס'דא אידישע מנהגים וועלכע קומען פון מקורות חיצוניים, אויפאמאל ווייסן זיי צו זאגן אז די ספר רזיאל המלאך איז א שפעטערדיגע ארבעט, אזש מ'קען באלד מיינען אז דא רעדט מען פון אפאר פרייע כופרים וואס ווייסן אויך צוזאגן אז ר"ה איז א גילגול פון די akitu festival, ס'זעהט שוין באלד אויס ווי די נעקסטע תגובה וועט זיין אז די שירת הים איז פלאגירט פון עפעס א כנעניש'ע איך ווייס וואס און שפן הסופר האט געשריבן די ספר דברים.

נאך אלע מעשיות איז די מגן דוד א אידישע סימבאל שוין פאר די לעצטע טויזענט יאר, ס'נישט ווייניגער אידיש ווי א קאפל, מאה קולות ראש השנה, צוויי טעג ראש השנה אין א"י, טונקען עפל אין האניג, יוצרות און פיוטים, ואטו כי רוכלא. אז די ווילסט דעפינירן אלס "אידיש" נאר הלכות למשה מסיני ווייס איך אפילו נישט צו דעם הר סיני וועט נאך איבערבלייבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום פרייטאג אקטאבער 04, 2019 3:49 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3353
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2446 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט