קדמות ספר הזוהר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:14 pm

טמיר: נאר צו האלטן זיך א ביסל צו (פאר דיר) אומבאוואוסטע פאקטן. למשל אין איין פסוק אין חומש. כ'מיין אין פרשת נח. שטייט..."וארובות השמים נפתחו"...זאגט דער זוהר..."בשנת ת"ר (לאלף הששי) יתפתחון תרעין דחוכמתא...! אז אין דעם יאר ת"ר פון זעקסטן מיללעניום וועללן זיך אויפ מאכן די טויערן פון חכמה. דאס הייסט אז ס'וועט אראפקומען גרויס חכמה אויף די וועלט. והנה. דאס יאר ת""ר קארעספאנדירט צו דעם יאר 1840. אז דו וועסט נאכקוקן אויף גוגל. (אדער אן אלטמאדישער איד אזוי ווי איך. אין אן אלמאנאך. וואס איז געווען פאר גוגל איז געבוירן געווארן.) וועסטו זעהן אז אין דעם יאר 1840 איז געווען דער גרויסער גאלד ראש אין אמעריקע וואו א יעדער און זיין טאטע זענען געלאפן קיין קאליפארניע. און די אנדערע דרום מערב סטעיטס. ווייל זיי האבן געחלומ'ט רייך צו ווערן...! און. דאס איז דער הויפט. אז די גרעסטע טעכנאלאגישע אנטוויקלונג איז געווען אין די יארן נאך דעם יאר 1840. דער פראקטישער באנוץ פו0ן עלקטריציטעט. און טעלעגראף און טעלעפאן. און טעיפ ריקארדינגס. און מאווינג פיקטשערס (די פרימיטיווע מאוויס). און נאך א סאך אנדערע טעכנאלאגישע מאשינען...!

אויך איז דא א פרעדיקשן אין ספר הזוהר אין פרשת וירא. אז פאר משיח וועט קומען (אין וועלכן פארעם. דאס לאז איך איבער פאר דיר. און פאר א יעדן צו שפעקולירן אויף זייער אייגענעם וועג.) וועללן די בני ישמעאל . די עכטע אראבערס וועלכע שטאמען פון ישמעאל. נישט די פאלעסטינער. וועלכע זענען נישט קיין עכטע, אויטענטישע בני ישמעאל. באקומען גרויס עשירות. ווייל מ'וועט זיי אפצאללן דעם שכר פאר די מצוה פון מילה וואס זיי האבן זיך אונטערגנומען. נאכדעים. ווען זיי וועללן קומען שטיין אין די ליין בעטן שכר פאר די פאר מצוות וואס זיי האבן מקיים געווען. וועט זיי דער אייבישטער זאגן אז מ'האט זיי שוין באצאלט. זאגט דער זוהר. אזוי ווי א באצאלטער טשעק...!

דו ווייסט דאך מסתמא. אז פאר דעם יאר 1920/21 ווען ענגלאנד האט אנטדעקט אויל ביי די אראבערס, זענען זיי דאך געווען בשפל המצב. די גרעסטע ארימעלייט אין די וועלט. אן קיין טראפ פון ציוויליזאציע און פארגעשריטנקייט. און פלוצלינג זענען זיי געווארן די רייכסטע אין די וועלט...!

דו מוזסט נישט גלייבן. איך גלייב יא. איך מעג...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8926 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:21 pm

ר' בערל: דו גלייבסט נישט אז די חסידי אשכנז זענען אויך געווען בעלי רוח הקודש?! האבן זיי דען נישט אליינס געקענט מאכן אזעלכע הייליגע תפילות און אזעלכע פונקטליכע פרעדיקישענס?!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 11:28 pm

ס'איז געווען ליגנערס און ס'איז געווען בעלי רוח הקודש
דו גלייבסט זיי זענען געווען די זעלבע?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אוגוסט 01, 2018 11:30 pm

וואס מיינסטו צוזאגן?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 1:13 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ר' בערל: דו גלייבסט נישט אז די חסידי אשכנז זענען אויך געווען בעלי רוח הקודש?! האבן זיי דען נישט אליינס געקענט מאכן אזעלכע הייליגע תפילות און אזעלכע פונקטליכע פרעדיקישענס?!

רביה"ק: זיכער האבן זיי געקענט . סיי מאכן אזעלכע וועלט-שאקלענדע פרעדיקשנס. און מאכן אזעלכע שיינע, הארציגע תפילות.אבער דאמאלס וואלט כאשט געווען עפעס א רמז אז די תפילות און פרעדיקשאנס קומען פון זיי. ווייל אפילו א פלאגיאריזירער (וואס משה די ליאון איז זיכער געווען) וואלט אויכעט נישט גענומען א נאמען פון א פריער'דיגן, פארצייטישן גרויסן מענטש. און עס ארויפגעלייגט אויף זיינע אייגענע אדער געגנב'עטע פרעדיקשנס און תפילות...!

דאס אליינס איז פרוף (לפענ"ד) אז דער ספר הזוהר (כאטש א טייל דערפון) איז אריגינאל. ווייל דער אנגעבליכער געפונער פון די כתבי יד, משה די ליאון וואלט קיינמאל נישט געקענט אליינס מחבר זיין אזעלכע תפילות. אדער מאכן אזעלכע פונקטליכע פרעדיקשנס. דער פראבלעם מיט דעם ספר הזוהר אלס גאנצער חיבור איז. אז ס'איז אויכעט אריינגעמישט אין דעם א סאך דזשיבעריש. וואס זעהט אויס וואנזיניגע מאמרים וועלכע זענען נגד השכל האנושי. און צומאל אפילו אויכעט בפירוש נגד ההלכה. און אונז מיט אונזער באגרעניצטן שכל קענען נישט מבחין זיין וועלכעס איז אריגינאל. און וועלכעס איז דער פראדוקט פון משה די ליאון'ס פיבערישן, שווינדלערישן מח...!

לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ס'איז פארהאן א שטיקל רש"י אין מס' בבא מציעא אין פרק השוכר את הפועלים, וואס איז אויכעט נגד השכל וההלכה. און אקעיגן אידישקייט. און אלעס וואס אונז האמיר געלערנט. ביניך געקומען צו די (שרעקליכע) מסקנא אז דאס שטיקל האבן בייזוויליגע רשעים, ואפיקורסים אריינגעשמוגלט אין כת"י פון רש"י הק'...! און אונז נארישע מענטשעלעך זאגן עס אזוי תמימות'דיג איבער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8926 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 9:59 pm

הרב בערל: די חת"ס האט געזאגט, אז ווען מ'זאל צאמנעמען אלע מאמרים פון זוהר וואס זענען טאקע פון רשב"י וואלט מען געבליבן מיט איינציגע בלעטער!!!

גראדע האסטו מיך יעצט דערמאנט, ס'דא די באוואוסטע מאמר חז"ל 'כל מה שאומר לך בעל הבית עשה חוץ מצא' וואס לכאורה זעהט עס אויס ווי א שטיק לצנות. זאגט אויף דעם די הייליגע מאירי אז די ווערטער 'חוץ מצא' האבן די לצים אריינגעלייגט!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 3:07 am

דאס איז זיכער אז רשב״י האט נישט געשריבן די זוהר נאר משה דיליאן האט עס געשריבן פאר בערך פינף הונדערט יאר צוריק. און ווער ס׳האלט אז אז רשב״י האט געשריבן די זוהר איז א פשוטע נער.... און די גאנצע זוהר ממש איז געבויעט אויף שפעטערדיגע פילאסאפיע. און ווען מזאל ארויסנעמען נאר די מאמרים פון רשב״י וואלט די זוהר געוועהן א קליין קונטרס׳ל.

די Predictions איז זייער גרינג צו ״טשערי פיקן״... סאיז דא אסאך מדרשים, מאמרי חז״ל און זוהר וואס האבן נישט גוט פרידיקטעט...

חז״ל זאגן אויך אז די זון באהאלט זיך ביינאכט אין א פענסטער!?...
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6257
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4897 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3676 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 10:16 am

שבת אחים האט געשריבן:דאס איז זיכער אז רשב״י האט נישט געשריבן די זוהר נאר משה דיליאן האט עס געשריבן פאר בערך פינף הונדערט יאר צוריק.

ער איז אוועק אין יאר ס"ה, איבער זיבן הונדערט יאר צוריק.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 1:49 pm

שבת אחים האט געשריבן:דאס איז זיכער אז רשב״י האט נישט געשריבן די זוהר נאר משה דיליאן האט עס געשריבן פאר בערך פינף הונדערט יאר צוריק. און ווער ס׳האלט אז אז רשב״י האט געשריבן די זוהר איז א פשוטע נער.... און די גאנצע זוהר ממש איז געבויעט אויף שפעטערדיגע פילאסאפיע. און ווען מזאל ארויסנעמען נאר די מאמרים פון רשב״י וואלט די זוהר געוועהן א קליין קונטרס׳ל.

די Predictions איז זייער גרינג צו ״טשערי פיקן״... סאיז דא אסאך מדרשים, מאמרי חז״ל און זוהר וואס האבן נישט גוט פרידיקטעט...

חז״ל זאגן אויך אז די זון באהאלט זיך ביינאכט אין א פענסטער!?...

שבת אחים: ביטע זאג מיר איין פרעדיקשן פונ'ם זוהר וואס איז נישט מקויים געווארן. אדער די פארקערטע זאך איז געשעהן...! נעווער מיינד די מאמרי חז"ל אז די זון באהאלט זיך ווי אין א פענצטער...! דאס לאז איבער פאר א צווייט מאל. יעצט לאמיר דיעללן מיט די פרעדיקשאנס וועלכע שטייען אינ'ם זוהר...!

אז מ'רעדט שוין: איך האב דיסקאווער'ד א פרעדיקשן פון האלאקאוסט אויף 2 פלעצער אין חומש...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13821
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15723 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8926 מאל

די מחלוקת ענדיגט זיך נישט

הודעהדורך Buddy » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 10:32 am

עס איז פריש אויפגעוועקט צו די רמב"ם ברענגט די זוהר אדער קאפויע. אין עצכ"ח און אוצר החכמה

פלא והפלא אז ס'האבן זיך נאכנישט צאמגעשטעלט א גרופע מבינים און דורכטוהן איינמאל פאר אלעמאל די פרשה.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 11:11 am

ס'איז קלאר ווי די טאק אז דער די רמב"ם האט גענומען זיינע ווערטער פונעם זוה"ק, ער האט אלעס פאראויסגעזען...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 11:42 am

אמרו חכמים הראשונים כל הכועס כאילו עובד עבודת כוכבים

רמב"ם הלכות דעות פרק ב' הלכה ג'

אין פין וואו האט דער רמב"ם דאס פאראויסגעזען?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 6:13 pm

נו דאס זאגט דאך די רמב"ם, די חכמים די ראשונים האבן געזאגט, די זוה"ק איז דאך געשריבן געווארן דורך ראשונים.

אזוי שרייבנדיג פאלט מיר איין, אז מ'קען עס אפשר פארענטפערן בדרך צחות. דער רמב"ם איז דאך געווען א שטיקל מאדערנער אידל, כמבואר אצלנו כו"כ פעמים. האט ער דאך זיכער געלערנט די דף היומי טפוי טפוי, האט ער דאך זיכער געלערנט די גמרא אין שבת דף קה:.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 6:27 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:האט ער דאך זיכער געלערנט די דף היומי טפוי טפוי, האט ער דאך זיכער געלערנט די גמרא אין שבת דף קה:.

מיר אלע ווייסען דאך אז די גמרא איז געשריבן געווארן דורך ראשונים.

דו מיינסט די גמרא משבר כליו בחמתו, והמפזר מעותיו בחמתו יהא בעיניך כעובד עבודה זרה?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 6:36 pm

כמבואר בפירוש המשניות אבות פרק ב משנה י.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 6:56 pm

עיין סוכה דף תתל"ג:
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 6:57 pm

קענסט אפשר אהערברענגען דאס לשון?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך Buddy » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:20 pm

הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:האט ער דאך זיכער געלערנט די דף היומי טפוי טפוי, האט ער דאך זיכער געלערנט די גמרא אין שבת דף קה:.

מיר אלע ווייסען דאך אז די גמרא איז געשריבן געווארן דורך ראשונים.

דו מיינסט די גמרא משבר כליו בחמתו, והמפזר מעותיו בחמתו יהא בעיניך כעובד עבודה זרה?


גיט!

אבער וואס מיט דאס?

בזוהר (ויקרא כג.) נמצא כתוב לאמר:
אמר ר' יהודה זמין קודשא בריך הוא לגלאה רזין עמיקין דאורייתא בזמנא דמלכא משיחא, בגין ד"מלאה הארץ דעה את יי' כמים לים מכסים" (ישעיהו יא ט), וכתיב (ירמיהו לא לג) "ולא ילמדו עוד איש את אחיו ואת רעהו לאמר דעו את יי' כי כלם ידעו אותי למקטנם ועד גדולם". אכי"ר.

וברמב"ם (תשובה פ"ט ה"ב):
ומפני זה נתאוו כל ישראל נביאיהם וחכמיהם לימות המשיח כדי שינוחו ממלכיות שאינן מניחות להן לעסוק בתורה ובמצות כהוגן, וימצאו להם מרגוע וירבו בחכמה כדי שיזכו לחיי העולם הבא, לפי שבאותן הימים תרבה הדעה והחכמה והאמת שנאמר (ישעיהו יא ט) "כי מלאה הארץ דעה את ה'", ונאמר (ירמיהו לא לג) "ולא ילמדו איש את אחיו ואיש את רעהו",

לא זו בלבד שהתוכן זהה בשני המקורות, אלא שזהות נוספת מסתתרת כאן -
זה לשון הפסוק בירמיהו: וְלֹא יְלַמְּדוּ עוֹד אִישׁ אֶת רֵעֵהוּ וְאִישׁ אֶת אָחִיו לֵאמֹר דְּעוּ אֶת ה' כִּי כוּלָּם יֵדְעוּ אוֹתִי לְמִקְטַנָּם וְעַד גְּדוֹלָם נְאֻם ה',
כלומר, הן בזוהר והן ברמב"ם הפסוק מצוטט בשיבוש. שניהם הקדימו 'אחיו' ל'רעהו'.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:28 pm

ועל זה אמר החכם: איני יודע אם הרמב"ם ראה את הזוה"ק, אבל זה ברור שמחבר הזוהר הקדוש ראה את הרמב"ם. ודפח"ח.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:29 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כמבואר בפירוש המשניות אבות פרק ב משנה י.

קענסט אפשר ברענגען דעם לשון
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:32 pm

וכבר הפליגו לגנות הכעס והרגזנות והחזק שבדבריהם אמרם כל מי שכועס כאילו עובד עבודת כוכבים וסמכוהו לאמרו לא יהיה בך אל זר ולא תשתחוה לאל נכר. ר"ל ששני הדברים אחד.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:37 pm

buddy איך בין נישט זיכער האסט ארויס וואס דא גייט פאר
די לשון הרמב"ם איז
אמרו חכמים הראשונים כל הכועס כאילו עובד עבודת כוכבים
כעס אליין אן קיין מעשה איז וואו ער האט געדינט עבודת כוכבים
און ער ברענגט א גמרא משבר כליו בחמתו, והמפזר מעותיו בחמתו יהא בעיניך כעובד עבודה זרה
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:38 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וכבר הפליגו לגנות הכעס והרגזנות והחזק שבדבריהם אמרם כל מי שכועס כאילו עובד עבודת כוכבים וסמכוהו לאמרו לא יהיה בך אל זר ולא תשתחוה לאל נכר. ר"ל ששני הדברים אחד.

וואס זאגט דאס?
מען זעט דאך קלאר פין די ווערטער אז די רמב"ם רעדט פין מער פין איין מקור וכבר הפליגו לגנות...והחזק שבדבריהם
דערנאך ברענגט ער א לשון וואס ס'שטייט און נישט מזעט פין די גמרא אין שבת וואס דו האסט ציגעצייכענט
כל מי שכועס - קיין נפקא מיני יא ציבראכן נישט ציבראכן ..
כאילו עובד עבודת כוכבים! נישט קיין יהא בעיניך

די רמב"ם ברענגט געווענדליך די לשון פין די "חכמים הרישונים"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:50 pm, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:39 pm

אז די חכמים הראשנוים דרש'נען עס פונעם פסוק וואס די גמרא דרש'נט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2449 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:43 pm

אפשר וואזטו מיר וואו און שבת די חכמים הראשונים דרשענען דעם פסוק אויף כעס?
לויט וואו איך געדענק איז דאס נישט די קעס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:52 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2497
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1127 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט