מטבעות עתיקות במשנת חז"ל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך ונבנתה העיר » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:17 pm

משה רבינו האט דאך געלאזט ברענגן אתרוגים פון יאנעווע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3641
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7271 מאל

הודעהדורך חקרן » זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:20 pm

דאס גופא אז די שומרונים האבן אלעמאל גענוצט אתרוגים פאר סוכות, איז א הוכחה גמורה אז עס איז נישט קיין חידוש מזמן בית-שני. ואל תאמרו אז די שומרונים זענען נשפע געווארן מזרע ישראל, ווייל אזעלכע שונאים וואס זיי האבן געהאט צום עם ישראל איז אומבאשרייבליך, און זיי האבן דאך געהאלטן אז עזרא הסופר האט מזייף געווען די תורה וכו'. דעריבער איז די לעצטע זאך צו האלטן אז זיי האבן דאס גענומען פון די אידן.

אויב איז עס אריינגעקומען ביי כלל-ישראל שפעטער, איז עס געשען נאך פארן ערשטן חרבן בית-המקדש.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 541
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 921 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:07 pm

יעצט באמערקט דעם אשכול. ונבנתה איך שטים צו איר האט איבערגעצאלט אויפן יוחנן-הורקנס מטבע איך פארשטיי איר האט נישט באקומען דאס אויפן בילד. עס זעט אויס ווי א מתתיהו אנטיגנוס מטבע. א נידריג גראד מטבע פון חשמונאים אדער בית הורדוס דארף נישט קאסטן מער ווי 25-30 דאלאר. פאר קלארע מיט ליינבארע אויפשריפטן וועט איר צאלן 100-200 זיכער און ווי שענער אלס מער, טראכט פון א אתרוג. מטבעות וואס איז ווייניקער שכיח קאסט אסאך מער ווי ווייניקער אויפן מארקעט אלס מער איז די פרייז. שקלים פון ערשטן מרידה און בר כוכבא זענען געווארן ממש נישט עפארדעבל זיי לויפן אין די 10,000 רענזש. בראנזענע פון ביידע מרידות זענען יא צוגענגליך.

צו קויפן די מטבעות, וואס אגב איז זייער א גוטער הרגשה צו האבן אין שטוב און ווייזן די קינדער, קויפט נישט פון אבי ווער איר קענט גרינג אריינפאלן אויב ווייסט איר נישט קיין סך. איך וואלט רעקאמאדירט דעיוויד הענדין דער מחבר פון גייד טו ביבליקעל קוינס און איז דער גרעסטער עקספערט אין דער וועלט אינעם פעלד פון ביבליקעל מטבעות. אדער זאב גאלדשטיין פון זוזים, א היימישער איד א תלמיד חכם פון פלעטבוש און א גרויסער מומחה אינעם פעלד. אן עקספערט קענט איר געטרויען אז איר באקומט וואס איר זעט און איר קענט זיין פארזיכערט אין די קראנטקייט פון די אינפארמאציע איר באקומט.

אינעם תחום פון ביבליקעל מטבעות זענען אויך די Judea Capta סעריע מטבעות וואס די רוימער האבן געלאזט גיסן לכבוד'ן חורבן ירושלים. אויך דער סלע צורי- Tyre Shekel וואס איז דער שקל אידן האבן גענוצט פארן יערליכן מחצית השקל פארן בית המקדש, איז אויך א זייער געזוכטער שקל אבער איז נאך גאנץ אפארדעבל.

אויך איינער וויל מער אינפארמאציע קען איך פרובירן ענטפערן.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1880 מאל

הודעהדורך הערשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:25 pm

פאר די וואס זאגן אפוועגן זילבער איז משמעות די זילבער שטיקער האבן נישט געהאט קיין face value, דהיינו נישט געווען קיין מטבע, וואס איז פשט "וישקול אברהם לעפרון... ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר"? בשלמא די זילבער שטיקער זענען געווען מטבעות איז ניחא אז די סוחרים געטרויען די אנגעגעבענע ווערד, אבער אז מ'דארף מילא וועגן, וואס מיינט עובר לסוחר?
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:35 pm

פרעגסט גוט ר' הערשי. בפשטות קען מען זאגן פשט אז דער זילבער איז געווען א הויך קוואליטעט מיט ווייניק אנדערע מאטריאלן אריינגעמישט. עס קען גוט ווערן פארשטאנען מיטן פאקט איז למשל אין ביהמ"ק האט מען נאר מקבל געווען שקל צורי ווייל זיי זענען געווען די ריינסטע אויפן מארקעט. מען זעט זיי היינט זיי זענען 96% זילבער בעת רוימישע און גריכישע דינרים און סלעים איז די זילבער פיל נידריקער. אלזא אברהם האט געגעבן ריין זילבער עובר לסוחר. מסתבר אז גוטע סוחרים מיטן אפוועגן די זילבער אין פראפארץ צום פאקטישן גרויס האבן געוואוסט דאס פאקטישן פראצענט ריין זילבער. דאס שטימט טאקע וישקול אברהם האט ער געוויזן עפרון דעם עובר לסוחר.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1880 מאל

הודעהדורך הערשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:47 pm

ענדליך צו די מעשה פון ארכימעדיס מיט די גאלדענע קרוין.
אבער ס'איז נישט מסתבר מ'האט געוואויגן זילבער אין מארק אין א וואנע. צו פעסטשטעלן ריין זילבער דארף מען האבן גאר א פונקטליכע וואג. די חילוקים זענען דקות'דיגע. נאר מ'קען זאגן פשוט'ער אז מ'האט דערקענט פון וועלכע כור די זילבער קומט און צו מען געטרויעט דער צורף אז זיין זילבער איז מזוכך שבעתיים. טאקע נישט געווען קיינע מטבעות, אבער עפעס סמנים איז אפשר יא געווען.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 4:27 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

הודעהדורך חכם באשי » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:52 pm

נאר צו דערמאנען פאר די וואס האבן א זכות כניסה, אז עס איז דא אן אשכול אין מאחורי איבער אלטע מטבעות וואס האבן מאחורי'דיגע קריצונגען דערויף.

viewtopic.php?f=22&t=2848
אנו עם קטן והקדוש ברוך הוא שיגר לנו ענקי רוח ופיצה אותנו באיכות ענקית על המזער של החומר. [קרעדיט: מר פרס על רבינו עובדיה זצוק"ל]
באניצער אוואטאר
חכם באשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 151
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 4:09 pm

הערשי האט געשריבן:ענדליך צו די מעשה פון ארכימעדיס מיט די גאלדענע קרוין.
אבער ס'איז נישט מסתבר מ'האט געוואויגן זילבער אין מארק אין א וואנע. צו פעסטשטעלן ריין זילבער דארף מען האבן גאר א פונקטליכע וואג. די חילוקים זענען דקות'דיגע. נאר מ'קען זאגן פשוט'ער אז מ'האט דערקענט פון וועלכע כור די זילבער קומט און צו מען געטרויעט דער צורף אז זיין זילבער איז מזוכך שבעתיים. טאקע נישט געווען קיינע מטבעות, אבער עפעס סמנים איז אפשר יא געווען.


זייער מסתבר הערשי. אין פאקט אלטע זילבער שטיקער גערופן Hack Silver Ingots, וואס האט געדינט אלס א בעסערע סיסטעם ווי בארטער וואס פלעגט טוישן א פרה בחמור און א פיש פאר א האק, האט אויפשריפטן ווי מנה נצב וכדומה צו אנדייטן די וואג. קען זיין מען האט דערקענט די שריפט אדער דער צורף האט געלייגט א חתימה. אין פאקט דער עצם געדאנק פון מטבעות איז אזוי נולד געווארן ווען דער קעניג אליין האט געלייגט זיין חתימה אויפן שטיקל זילבער און גאלד און דאס האט אריינגעברענגט די מושג פון Fiduciary currency ד"ה דאס שטיקל האט באקומען א שוויית בלויז פאר זיין אויסזען אין וואס עס פרעזענטירט און נישט דירעקט אויפן קאנטענט און ווערט פון די מעטאל דערפון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן תמליון אום מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:38 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1880 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:14 pm

בן תמליון האט געשריבן:יעצט באמערקט דעם אשכול. ונבנתה איך שטים צו איר האט איבערגעצאלט אויפן יוחנן-הורקנס מטבע איך פארשטיי איר האט נישט באקומען דאס אויפן בילד. עס זעט אויס ווי א מתתיהו אנטיגנוס מטבע. א נידריג גראד מטבע פון חשמונאים אדער בית הורדוס דארף נישט קאסטן מער ווי 25-30 דאלאר. פאר קלארע מיט ליינבארע אויפשריפטן וועט איר צאלן 100-200 זיכער און ווי שענער אלס מער, טראכט פון א אתרוג. מטבעות וואס איז ווייניקער שכיח קאסט אסאך מער ווי ווייניקער אויפן מארקעט אלס מער איז די פרייז. שקלים פון ערשטן מרידה און בר כוכבא זענען געווארן ממש נישט עפארדעבל זיי לויפן אין די 10,000 רענזש. בראנזענע פון ביידע מרידות זענען יא צוגענגליך.

צו קויפן די מטבעות, וואס אגב איז זייער א גוטער הרגשה צו האבן אין שטוב און ווייזן די קינדער, קויפט נישט פון אבי ווער איר קענט גרינג אריינפאלן אויב ווייסט איר נישט קיין סך. איך וואלט רעקאמאדירט דעיוויד הענדין דער מחבר פון גייד טו ביבליקעל קוינס און איז דער גרעסטער עקספערט אין דער וועלט אינעם פעלד פון ביבליקעל מטבעות. אדער זאב גאלדשטיין פון זוזים, א היימישער איד א תלמיד חכם פון פלעטבוש און א גרויסער מומחה אינעם פעלד. אן עקספערט קענט איר געטרויען אז איר באקומט וואס איר זעט און איר קענט זיין פארזיכערט אין די קראנטקייט פון די אינפארמאציע איר באקומט.

איך בין אביסל צומישט, דאכציך אז 'איך אויך' האט געוואלט זאגן אז אויפן אלכסנדר-ינאי מטבע האב איך איבערגעצאהלט.

למעשה איז אזוי, ווי אויבן צוגעלינקט האב איך די ערשטע [יוחנן הורקנוס, וואס לפ"ד איז דאס די ערשטע אידישע מטבע] געקויפט אויף איבעי פאר 70 דאלער, די צווייטע [אלכסנדר ינאי] האב איך טאקע געקויפט ביי זוזים פאר 35, און איך קען זאגן בפה מלא אז ער שטעלט צו זייער גוטע סערוויס.

דאס זענען די מטבעות וואס איך האב למעשה באקומען, לעיני הפשוטים זעהן זיי אויס צו זיין פון גאנץ א פיינע קוואליטעט.
בייגעלייגטע פיילס
יוחנן.jpg
יוחנן.jpg (21.27 KiB) געזען געווארן 2579 מאל
ינאי.jpg
ינאי.jpg (23.08 KiB) געזען געווארן 2579 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3641
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7271 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:29 pm

יא גאנץ שיין. מסתמא ווערד 30-40 זיכער חאטש איר קענט עס באקומען ביליגער. איר קענט מיר זאגן ווער דער איבעי סעללער איז? דעיווד הענדין-אמפהארע קאוינס פארקויפט וועכנטליך אויף איבעי ווי מען קען צומאל גאר גוט אריינכאפן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן תמליון אום מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:32 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1880 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 7:31 pm

אזא שיינער שמועס פיל מיט היסטארישע ידיעות האט זיך אנטוויקלט אין זכות פון ונבנתה'ס חיבת הארץ. מ'זעט בחוש דעם כוח פון ארצינו הקדושה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8059 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:03 pm

דאס איז די איבעי לינק.
http://www.ebay.com/itm/271215932398?redirect=mobile
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3641
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7271 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:16 pm

עפעס שטימט נישט דא ,דיין לינק אויבן פירט צו די זוזים וועבזייטל בלאט פאר א 'ווידאוס מייט' און אויף דעם האב איך געשריבן אז מען קען זיי קויפן אויף איבעי פאר ביליג (דא פאר איין טאלער) ,אבער דיין בילד איז פון גאנץ א אנדערע סארט מטבע וואס איך קען נישט אינדענטיציפירן.

כלל זה נקוט בידך ,די אלע סארט קאללעקטיבעלס (זאל עס זיין מטבעות צו סטעמפס ,אינגאטס ,טעלערס וכדו') וואס קומען איינגעפאקט מיט אזא וועלוועט פושקע מיט א אינפארמאציע קארטל זענען געמאכט פאר אומוויסענדע סאקערס און געווענליך איז די פושקע מער ווערט ווי דאס וואס איז אינווייניג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2555 מאל

הודעהדורך בן תמליון » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 8:27 pm

עס איז די זעלבע זאך. ווידאוס מייט זענען געמינטעד געווארן דורך ינאי און האבן זיין אויפשריפט, חאטש רוב זענען קליין אסאך מאל האלבע פרוטות מיט שווער צו ליינען שריפט. דער טערמין ווידאוס מייט, וואס מיינט א ן אלמנה'ס פרוטה קומט פונעם ברית החדשה וואס פארציילט איבער אן אלמנה וואס האט אוועק געגעבן איר פרוטה און יאשקע זאגט עס איז מער חשוב ווי דעם עושר'ס פעטע קאלב. די קריסטן מאכן א מצב פונעם ווידאוס מייט. ינאי האט געמינטעד א געוואלד מיט מטבעות. זוזים לייגט א סעמפל ער שיקט נישט ממש וואס איז אויפן בילד ביי די ביליגע מטבעות וואס עס איז דא אזוי סאך, אבער מען קען זיך פארלאזן אויף איהם.

ונבנתה דער איבעיער זעט נישט אויס ווי איינער וואס ווייסט. סתם א כלבו'ניק. איך וואלט נאר געקויפט ביי איינעם וואס איז א באוואוסט אלץ קראנט. למעשה האט איר געהאט מזל איר האט א מטבע חשמונאים זיכער.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1880 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:24 pm

@איך אויך, די מעשה מיט זוזים איז אזוי, איך האב באשטעלט א פרוטה פון ינאי און אזוי ווי כ'האב זיך פארגעשטעלט אז ער וועט עס באלד אראפנעמען פון זיין סייט האב איך געלינקט צו אן אנדערע מטבע מיט די זעלבע דעסקריפציע, למעשה האט ער מיר געשריבן אז יענע מטבע איז שוין פארקויפט געווארן ובשכר זה קען איך אויסקלויבן סיי וועלכע מטבע ביז 45 דאלער, האב איך גענומען די מטבע נומער צוויי אויפן אויבערשטן בילד וואס ער שטעלט אהער אלס Alexander Jannaeus AE Prutah, AEF, Overstruck on lily type, דאס וואס עס זעהט אויס אנדערש איז מן הסתם ווייל עס איז איבער-געגאסן אויף אן אנדערע מטבע.

דערווייל האט ער עס נאך אויף זיין סייט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3641
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7271 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:57 am

לעיקוואד האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די פריעסטע מטבעות וואס מ'האט געטראפן אין די גאנצע וועלט איז אינגאנצן פון 600 bc סוף בית ראשון, איבער דריי הונדערט יאר נאך דוד ושלמה. די איידיע פון נוצן א רינדעכיגע מעטאלנע מטבע פאר א וואולטע איז לפיהם ערשט דעמאלס ערפינדען געווארן. און אין א"י האט מען די ערשטע פאר הונדערט יאר גענוצט גריכישע און רוימישע מטבעות, ביז מלכות חשמונאי האט געמאכט שבת פאר זיך.


לא ראינו אינו ראיה, און ס'איז ניטאמאל גענוג אויף צו מאכן קאפדרייענישן פאר א מאמין. אין די גמרא טרעפט מען בפשיטות אז אויסלייזן מעשר שני וכדומה מוז זיין דוקא מטבע שיש עליו צורי, און דאס איז א דאורייתא'דיגער דין וואס מען לערנט ארויס פון א פסוק. סאו דאס איז פשוט - פאר א מאמין אין תורה שבע"פ - אז בזמן נתינת התורה איז שוין געווען מטבע שיש עליו צורה.


בכלל נישט פשוט. כמבואר ברמב"ם הלכות ממרים ובמקומות רבים, איז נישט יעדער הלכה דאורייתא מוכרח אז עס איז געווען מזמן משה רבינו. נאר יעדער בית דין בכל דור האט א רעכט ארויסצולערנען הלכות פון פסוקים כפי המדות שהתורה נדרשת בהם, און דאס איז א הלכה דאורייתא. ממילא איז גאנץ מעגליך אז דער דין פון מטבע שיש בו צורה איז טאקע לכאורה דאורייתא, אבער עס איז נישט אלעמאל געווען דער דין אזוי, און בזמן משה רבינו איז נשט געווען אזא מציאות ממילא איז נישט געווען דער דין.


אריין קוקנדיג אין רמב"ם זעה איך פונקט פארקערט, דער רמב"ם אין ספר המצות שורש השני איז מאריך בראיות אז אלע דרשות וואס חז"ל האבן גע'דרש'נט האט גאר א דין דרבנן, חוץ די וועלכע די גמרא זאגט קלאר אז ס'איז א דאורייתא. אין א תשובה וואס דער רמב"ן אויפן פלאץ בהשגות ברענגט אראפ, איז משמע אז ער האט אפילו געהאלטן אז ס'איז נישט דא קיין סקילה אויף זנות פון קידושי כסף ווייל עס איז נאר א לימוד. איך זאג נישט, זיין לשון איז היבש שווער, שפעטער דרייט ער צוריק, און דער רמב"ן אליין און אנדערע לערנען אים אפ אנדערש (כאטש דאס איז זיכער אז ער האלט למשל אז הללמ"ס איז נאר א דרבנן).

אבער אויב עפעס איז דוקא דער רמב"ן בהשגות דער וואס לערנט אז אלע ילפותות קל וחומר'ס און סברות וואס א שפעטעריגער איז מחדש באקומט א דין דאורייתא, און ס'איז משמע גאנץ קלאר אז אפילו אזאלכע זאכן וואס דער דורש איז אליין מחדש, למשל לו יצוייר דער אייבישטער האט קיינמאל נישט געזאגט פאר משה רבינו דער ציווי פון יראת ת"ח, אבער אז ר"ע קומט און דרש'נט את לרבות ת"ח ווערט עס יעצט א געהעריגער דין דאורייתא. (איך מיין דאס איז א חידוש, כמדומה אז די דעה המקובלת איז אז אלע דינים און פרטים זענען מקובל מסיני, און דער דרש איז נאר כלשון הרמב"ם להראות יופי וחכמת הכתוב אז אלעס איז מרומז אין די תגין וקוצין וריבויים ויתורים). האו עווער לגבי אונזער שמועס דא איז עס לכאורה נישט נוגע, ראה תגובה הבאה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1746 מאל

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:54 am

לעיקוואד האט געשריבן:דער רמבם'ס פראבלעם מיט חנוכה לעכט איז אז די תורה קען נישט הייסען א יום טוב אויף א נס וואס איז נאכנישט געווען. דא איז דאס נישט א נס וואס איז נאכנישט געווען נאר א פרט אין די הלכה וואס איז מחייב צו נוצען א געוויסע אופן אין די מצאות שלא היה אז. און דאס איז נישט די ערשטע דוגמא פון א דאורייתא וואס איז נישט געווען בימי מתן תורה. נאך הונדרעטער הלכות זענען אזוי. כתב אשורית איז לכמה דעות נישט געווען בזמן מתן תורה און עס איז היינט מעכב אין כתיבת ספר תורה. ועוד ועוד. עס איז נישט קיין פראבלעם אז על פי הלכה זאל מען דארפן זיין מחוייב אין א געוויסער אופן וואס איז אמאל נישט געווען בזמן התורה.

עס איז נישט קיין נפק"מ דא צו דער רמב"ם איז א יחיד אדער נישט, און איך מיין נישט עס אזי אזא יחידאה ווי איר מאכט עס. ער איז דער וואס האט די קלארסטע אויסגעשמועסט בכלל די עניינים. וקשה למצוא מי שיחלוק עליו בדרגה זו בכלל. מיר רעדן נישט דא אין הכרעת ההלכה נאר אין א מציאות. און די מציאות וויזט אז הונדרעטער און טויזטענר הלכות דאורייתא זענען נישט געווען שייך בזמן מתן תורה און עס ווערט נישט וועגן דעם אויס דאורייתא. על כל פנים קען מען נישט ברענגען א ראיה פון אזא הלכה אז עס איז געווען אזא מציאות בזמן התורה. העכסטנס וועסטו האבען א צ"ע אדער א דוחק. אבער די מציאות דארף מען מברר זיין בפנ"ע או די הלכה בפנ"ע. בפרט אז די תורה אליינס איז מוכיח אז עס נישט געווען בימיה א מושג פון א מטבע.


דאס איז קלאר נישט ריכטיג. דער רמב"ם אין ספר המצות שורש הראשון באציט זיך דארט אויף אפאר זאכן, נר חנוכה ומקרא מגילה, ווי אויך אויף הלל. זיין טענה איז אז עס קען נישט זיין די תורה זאל מצוה זיין צו ליינען די מגילה ווייל די מגילה איז נאך נישט געווען בזמן מתן תורה, און עס קען נישט זיין די תורה זאל הייסן זאגן הלל, ווייל הלל האט הערשט דוד המלך קאמפאזירט (הגם מען קען זאגן אויף דעם אז די עיקר מצוה איז להודות ולהלל באיזה נוסח שתהיה). בערך אזוי ווי דער פראבלעם מיטן כאמור פותח את ידך, אין די ערשטע ברכה וואס משה רבינו האט מתקן געווען, דאס טייטשט נישט וועגן דעם נס האט נאך נישט פאסירט, נאר ווייל דער מציאות פון הלל האט נאך נישט עקזיסטירט בזמן מתן תורה.


הערשי האט געשריבן:עליה לרגל, איסור הבמות, תרומות ומעשרות, ואטו כי רוכלא.
ס'איז געמאלט א דאורייתא פון וצרת אויף ווען ס'וועט זיין מטבעות.
לגבי ס"ת וואס דו פרעגסט למאי נפ"ק לדאורייתא, א מלך איז מחוייב בכתיבת ס"ת. אפשר ס"ת איז פסול ווייל ס'נישט געשריבן אשורית און מ'איז יוצא? חז"ל פרעגן אויף ויעל משה אפשר ס"ת חסירה אות אחת און ס'שטייט לקוח את ספר התורה הזה.


אז מען קוקט אריין אין דעם ספר המצות הנ"ל, איז ער קלאר שולל אזא מהלך. ער שרייבט דארט, "ולומר שהקב"ה יצוה למשה שכשיהיה נס פורים יקראו במגילה, זה לא יעלה על הדעת" עכ"ל בערך אינו מוגה ושלא בדקדוק כלל. דאס טייטש אז אזא ציור אז דער אייבישטער זאל מצוה זיין אויף א ציור דלעתיד איז ממש מן הנמנע.

גראדע לפי הרמב"ן הנ"ל קען מען הערן אז די חכמים זאלן אזוי דרש'ענען אין די שפעטערע דורות, אבער עס איז שווער נתקבל על הדעת אז א דרש זאל קענען מחדש זיין א נייע מצוה, אדער אפילו נאר א נייער פרט אין די מצוה, וואס אפילו דער חכם הדורש ווייסט אז טויזענט יאר פאר אים האט מען אויסגעלייזט מעשר שני מיט בלויזע כסף ווי קען ער פלוצלינג קומען זאגן אז די תורה הייסט דוקא מטבע (כלומר, ווען עס איז דא א ספק אויף א זאך לכאן או לכאן, צי גגין נתקדשו אדער לא, ס'איז אדער יא אדער ניין, איז אפילו ס'איז נישטא קיין קבלה דערויף קען מען עס ארויס דרש'ענען פון די פסוקים לכאן או לכאן, משא"כ מחדש זיין פלוצים נייע זאכן און פרטים אשר לא שערום אבותינו כלל וכלל, ואדרבה לפי דרש זה נמצא כל דורות הקודמין אכלו מעשר שני חוץ לירושלים שהרי לא חלה הפדיון, ובפרט זה שונה מלמשל יראת ת"ח שאין זה סתירה ממש עם דורות הקודמין).

זאת ועוד יותר, עס איז שטארק מסתבר אז אפילו לפי גישת הרמב"ן איז אזא מין דרש בלתי ניתן להיאמר, אז די תורה זאל מרמז זיין א ציווי אויף א זאך וואס עקזיסטירט נישט בכלל אזא מין מציאות און אפשריות בשעת מתן תורה וכלשון הרמב"ם "זה לא יעלה על הדעת" פאר קיינעם אפילו דער בה"ג וואס וויל יא רעכענען חנוכה און מגילה איז עס מכח עפעס אנדנרש נישט מכח אזא מין ציווי דלעתיד. עס בלייבט נאר איבער צו זאגן א מעגליכקייט אפשר האט דער תנא געמיינט אז מטבע איז שוין געווען בזמן מת"ת, און ווען ער ווייסט ווען אז עס איז נישט געווען וואלט ער טאקע קיינמאל נישט גע'דרש'נט אזא דרש, און לפי זה אפשר אונז - על הצד אז מען קען עס מוכיח זיין בבירור גמור שאין להסתפק באמיתותה - וואס מיר ווייסן אז עס יז נישט געווען קיין מטבעות בימים ההם קענען אפשר נישט אננעמען דעם דרש. וצ"ע.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4608 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1746 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 30, 2019 11:09 pm

אין די היינטיגע אראמיש וואס מ'נוצט נאך אין סיריע, נוצט מען זייער אן ענליך כתב צו אונזער אשורית. פארשטייט זיך אז נאך צוויי טויזענט יאר האבן זייערע אותיות עוואלווד אנדערש ווי אונזערע, אבער אז מ'לייגט צו אביסל קאפ קען מען קלאר ליינען דעם ווארט "ארמיא". דא קען מען זען א וויקיפעדיע בלאט אויף "לשנא ארמיא", און אויך אלע אותיות זייערע.

בילד

אויסער די פארשפרייטע אראמיש וואס רופט זיך סיריאך, איז אויך דא די מערב-נעא-אראמיש, וואס איז שוין כמעט אינגאנצן פארגעסן געווארן, ס'אינגאנצן דא דריי דערפער אין מערב סיריע וואו מ'רעדט נאך די שפראך. זייער כתב -square Aramaic - איז די מערסטע ענליך צו די אראמישע כתב פון עזרא הסופר'ס צייטן, און ס'זעט אויס כמעט די זעלבע ווי אונזער כתב אשורית, אזויווי מ'זעט דא און דא.

Among the scripts in modern use, the Hebrew alphabet bears the closest relation to the Imperial Aramaic script of the 5th century BC (The time of Ezra HaSofer), with an identical letter inventory and, for the most part, nearly identical letter shapes
די צווייטע פאראגראף.

ס'בלייבט נאר איבער צו פארשטיין, פארוואס די גמרא רופט עס אן כתב אשורית, און נישט כתב ארמית. סוף פון די ערשטע שטיקל זאגט ער דא א שטיקל הסבר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער זאגט, און ער ברענגט נישט קיין מקור דערויף סייווי.

ס'שטייט אין גמרא אזוי: אמר מר זוטרא ואיתימא מר עוקבא: בתחלה ניתנה תורה לישראל בכתב עברי ולשון הקודש, חזרה וניתנה להם בימי עזרא בכתב אשורית ולשון ארמי. ביררו להן לישראל כתב אשורית ולשון הקודש, והניחו להדיוטות כתב עברית ולשון ארמי. אין אנדערע ווערטער, אזויווי עזרא האט געזען אז דער עולם פארשטייט נישט די תורה, ווייל זיי קענען נישט קיין לשון הקודש/עברית, האט ער עס פשוט איבערגעזעצט אויף אראמיש/אשורית, אזוי וועט יעדער איינער פארשטיין. מיט די צייט האט דער עולם זיך צוגעלערנט די שפראך פון לשון הקודש/עברית, אבער די אותיות פון לשון הקודש/עברית האבן זיי אינגאנצן אפגעלאזט, זעמער געבליבן מיט א תורה אין עברית געשריבן אין אראמישע אותיות.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2915
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1953 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 12:47 am

רביה"ק זי"ע די קשיא איז מיר אייביג שווער געווען. פארוואס הייסט אונזער שריפט כתב אשורית. ווען ס'האט מיט די אשור'ישע שפראך גארנישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14742 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8421 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 04, 2019 3:04 pm

ענליכקייטן צווישן עברית און אראמיש - א שמועס צווישן צוויי העברעאיש רעדנדע, און צוויי אראמיש רעדנדע.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2915
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1953 מאל

א שנעלע איבערזיכט

הודעהדורך Buddy » מאנטאג מערץ 04, 2019 1:42 pm

Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 18, 2019 2:50 pm

דער אלף בית ניגון אין אראמיש, רוב ווערטער האב איך פארשטאנען.

https://youtu.be/EN_chiMl3Gg

קול אשה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מאנטאג מערץ 18, 2019 7:28 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2915
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1953 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג מערץ 18, 2019 3:25 pm

כידוע אז גאר אסאך אראבישע ווערטער זענען פשוט גע'גנבט פון לשה''ק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2555 מאל

Re: מטבעות עתיקות במשנת חז"ל

הודעהדורך חסיד פון ליטא » מאנטאג מערץ 18, 2019 4:18 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער אלף בית ניגון אין אראמיש, רוב ווערטער האב איך פארשטאנען.

https://youtu.be/EN_chiMl3Gg

קול אשה
זיי זאגן די אותיות פונקט ווי אונז וואלטן עס געדארפט זאגן ווען מיר פארדרייען ווען נישט אונזער מבטא אינעם אייראפעאישן גלות.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 18, 2019 7:34 pm

חסיד פון ליטא האט געשריבן:זיי זאגן די אותיות פונקט ווי אונז וואלטן עס געדארפט זאגן ווען מיר פארדרייען ווען נישט אונזער מבטא אינעם אייראפעאישן גלות.

ס'נאר אינטערעסאנט אז אין דעם דיאלעקט (וואס זייער שריפט ענדלט מער אין אונזערע אותיות מרובעות) זאגן זיי א חית אזויווי אונז אשכנזים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג מערץ 19, 2019 11:43 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2915
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1953 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט