ותן חלקנו בתורתיך -- חידושים וביאורים על פרשיות השבוע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 978 מאל

ותן חלקנו בתורתיך -- חידושים וביאורים על פרשיות השבוע

שליחה דורך הערשי »

איך בעט א טובה צו האלטן דעם אשכול בין כותלי בית המדרש פריי פון פרשנות זרות.
פארווארט
יעדער איד האט זיין חלק אין די הייליגע תורה, און יעדער איינער קען, מעג, און דארף מחדש זיין אין די תורה כפי תכונות נפשו. איך בין בטבע א גרויסער פשטן, אין קאמפיוטערס רופט מען דאס WYSIWYG, וואס ס'שטייט דאס מיינט טאקע דער פסוק צוזאגן. אוודאי איז דא א תורה של בעל פה, ס'דא חז"ל, און ס'דא א שראנק מיט מפרשים, אבער לעולם אין מקרא יוצא מידי פשוטו. איך זוך אויס פשטים לפי פשוטו של מקרא, און אויף דעם אופן בין איך אויך מחדש. יעדער זאל שרייבן וואס ער גלייכט, אבער נאר אייגענס, אדער מקצת אייגענס.
יעצט איז הזמן גרמא ווען מ'הייבט אן די תורה פון בראשית פונדאסניי צו אנהייבן אט דעם אשכול. ס'גייט שוין טאקע נח, אבער מ'מעג אייביג לערנען אנדערע פרשיות אויך, בפרט וואס שבת איז מען געווענטליך עוסק אין פרשת השבוע, איז נאך פאסיג צו שרייבן איבער די פערלאפענע וואך.


בראשית
שמות אישים
איבער חוה שטייט "ויקרא האדם שם אשתו חוה כי הוא היתה אם כל חי". באמת קען מען טרעפן די מושג פון "אם כל חי" ביי אנדערע נעמען אין בראשית אויך.
אדם, פשוט, אב כל בני אדם. קען זיין דערפאר הייסט די ערד אדמה ווייל דאס איז באוואוינט מיט דאס מענטשהייט, ע"ד והארץ נתן לבני אדם, און ווי ס'שטייט ויהי כי החל האדם לרב על פני האדמה און אמחה את האדם אשר בראתי מעל פני האדמה, אלס אדם און אדמה, ווייל דער אדם באזעצט דעם אדמה.
חוה, שטייט דאך קלאר אם כל חי. צום אנמערקען אז זי הייסט נישט "חיה" וואס וואלט געווען אפשר מער פאסיג. קען זיין "חוה" איז זיך משתתף מיט "חויא", שלאנג, א ווינק איבער וואס ס'פאסירט ווייטער מיט איר.
קין, קען זיין א קאגנעט מיט די אור-אלטע אינדא-אייראפישע gen, הולדה. אין קעגנזאץ צו "הבל" וואס פון אים איז געווארן הבל הבלים ומת ערירי כי הרגו קין. בלעם האט געזאגט "כי אם יהיה לבער קין" ווי ער באזינגט דעם סוף כלל אנושיות. דארט איז "לבער קין" נרדף מיט "וקרקר כל בני שת". קין און שת באצייכענען דאס מענטשהייט. (בלעם שפילט א ווערטער שפיל מיט "קיני" א כנען'ער פאלק, "קנך" א נעסט, און "קין".)
כאטש וואס דער פסוק גיבט אן א טעם "ותאמר קניתי איש את ה'", מיינט דאס נישט אז ס'נישטא נאך א טעם, אזויווי "על כן קרא שמו אדום" איז אויך דא דער טעם פון "ויצא כולו אדמוני".
שת, אויסער "כי שת לי" מלשון "ולא שת לבו" מיינט שת א יסוד, ווי די אבן שתייה שממנה הושתת העולם, און מיט דעם איז דאס זיך משתתף מיט חשופי שת, ווייל די ערוה איז כנגד מדת יסוד בצורת הגוף כמבואר בפתח אליהו, אדער ווייל דאס איז די אבר הפורייה.
אנוש, פשוט.
קינן, ראה ערך קין.
חנוך, ס'געווען צוויי, אויף דער בן קין שטייט "ויהי בנה עיר ויקרא שם העיר כשם בנו חנוך". מלשון "חנוכת המזבח", ווייל ער האט דאך מחנך געווען דאס ערשטע שטאט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הערשי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר