הרב זמיר כהן וספריו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

הרב זמיר כהן וספריו

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

אין ברוקלין הענגען פלאקאטן וועלכע זענען מבשר די בשורה מרנינה אז הרב זמיר כהן שליט"א פון ארץ ישראל איז דא צוגאסט אין ברוקלין, און וועט געבן עטליכע לעקציעס. עס איז כדאי אביסל צו שמועסן איבער הרב כהן, און זיינע הערליכע ספרים וועלכע זענען מקרב את הלב אל אבינו שבשמים.

הרב כהן איז א בקי נפלא בנגלה ובנסתר, ווי אויך איז ער שטארק באקאנט מיט חכמה ומדע. אין לויף פון די יארן האט ער ארויסגעגעבן פארשידענע ספרים וועלכע ווייזן גאר שטארק דעם אמת פון אידישקייט, חז"ל און קבלה, און ווייזן די גרויסע חכמה וואס ליגט באהאלטן אין יעדן אות פון די תורה און דברי חז"ל.

גאר באקאנט איז זיין הערליכער ספר "המהפך" וואס איז מלא וגדוש מיט צענדליגער ענינים פון כל התורה כולה, און ווי מ'זעט היינט לויט די חידושים פון וויסנשאפט אז אזויפיל זאכן וואס מ'האט אמאל נישט פארשטאנען פון די דברי חז"ל הק' ווערט היינט קלאר דורך סייענס, און ווי מ'זעט מה עמקי מחשבותם און די סודות נפלאות וואס זענען באהאלטן אין די הייליגע ווערטער. דער ספר איז איינגעטיילט אין פרקים אויף אסטראנאמיע, געאגראפיע, באטאניקא, ביאלאגיע, גענעטיקס, וכו'.

הרב כהן דאקומענטירט אין זיינע ספרים די געוואלדיגע פארבארגענע כוחות וועלכע געפינען זיך אויף די וועלט, ווי סיאנסים, כישוף וכו', און די חכמות פון אראפברענגען נשמות אויף די וועלט און דערגיין עתידות.

פארשטייט זיך אז נישט יעדער איז געמאכט פאר די סארט ספרים, אבער וועם עס איז נפשו חשקה זיך צו איבערצייגן אמיתת התורה וחז"ל קען זיך אנזעטיגן מיט די הערליכע ספרים און שיעורים פון הרב זמיר כהן.

12.jpg
12.jpg (6.6 KiB) געזען געווארן 1577 מאל

הרב כהן

13.jpg
13.jpg (19.88 KiB) געזען געווארן 1577 מאל

דער הערליכער און וויכטיגער ספר "המהפך"

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר