עטליכע למען דעת

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

עטליכע למען דעת

שליחה דורך ממי_שאמרו »

ווער עס געדענקט נאך פלעג איך פון מאהל צו מאהל ארויפלייגן א למען דעת, איך האב געזיכט וועלכע איך האב יא און וועלכע איך האב נישט, לייג איך ארויף עטליכע אינטערעסאנטע ידיעות וועלכע איך האב אין מלקט געווען און עס ליגט סתם אין מיין קאמפיוטער. ואתכם הסליחה וועלכע עס איז שוין געווען דא איינמאהל.


1) צו האט א גוי האט מער ציינער פון א איד?

יא! אין מדרש תלפיות (פון רבי אליהו הכהן זצ"ל, דער מחבר פון ספר 'שבט מוסר') שטייט: איך האב מקובל אז א איד האט נאר 32 ציינער, און א גוי האט 33 ציינער!

און ער פרעגט דערויף א קשיא, אויב אזוי, ווען א גר וועט זיך מגייר זיין, און ער וועט דאך בלייבן מיט איין צאהן מער, וועט ער דאך האבן גרויסע בזיונות, מען קען דאך נישט הייסן א יעדע גר זאל זיך אויסהאקן איין צאהן?. נאך פרעגט ער, עס קען דאך פארמיידן פון גוים צו וועלן זיך מגייר זיין?
ער ענטפערט אבער, אז וויבאלד עס איז אין א באהאלטענע פלאץ ווי קיינער זעהט עס נישט, דארף ער זיך נישט שעמען, און עס וועט נישט צוריקהאלטן איינער וואס וויל אמת'דיג ווערן א איד, פון זיך מגייר צו זיין.

אזוי אויך שרייבט דער 'מגלה עמוקות', אז די צאהל פון 32 ציינער איז נאר שייך ביי אידן.

אזוי אויך שטייט שוין פון די ראשונים, רבינו אפרים. ווי ער שרייבט אז די פסוק 'בנימין זאב יטרף בבקר יאכל עד ולערב יחלק שלל', די פסוק הייבט זיך אהן מיט א ל', און עס ענדיגט זיך מיט א ב', ווייל צוזאמען איז עס בגמטרי' 32, צו ווייזן אויף די 32 ציינער וואס א איד האט. קוק אריין דארט די צוזאם שטעל פון בנימין זאב מיט ציינער.


2) וואס חלומ'ט א בלינדער ה"י??

אין ספר תולדות תנאים ואמוראים, שרייבט ער אז רב ששת איז נישט געווען א בלינדער שוין פון ווען ער איז געבוירן, נאר ער איז געווארן א בלינדער שפעטער. א ראי'ה האט ער דערצו, ווייל עס שטייט אין גמרא (ברכות נז:) אז רב ששת האט געזעהן א שלאנג אין זיין חלום. און אויב ער איז געווען בלינד שוין מלידה, פון ווען ער איז געבוירן געווארן, ווי אזוי האט ער געוויסט אז עס איז א שלאנג??

אבער אין ספר אמונות ודעות (פון רב סעדיה גאון מאמר ו') שטייט, אז אפילו א געבוירענער בלינדער, קען אויך זעהן אין זיין חלום זאכן וואס ער האט קיינמאל נישט געזעהן מיט זיינע אויגן, און עס איז פעסגעשטעלט - שרייבט ער - אז א בלינדער חלומ'ט זיך, כאילו ער זעהט, און וויבאלד ער האט עס קיינמאל נישט געזעהן ווייסט ער נישט וואס דאס איז. און וויבאלד ער קען עס נישט פארשטיין פון זיין גוף אויס, אבער זיין נשמה זעהט עס יא. אזוי ווי עס שטייט שוין אסאך מאל אין די גמרא, איהי לא חזיה - ער האט עס נישט געזעהן, מזליה קא חזיה - אבער זיין מזל האט עס יא געזעהן.


3) צו איז דא א מקור אריינצולייגן א האר פון די בארד וועלכע פאלט ארויס, אין א ספר??

אינעם הייליגן ספר 'שיטה מקובצת (על גליון מסכת זבחים יח: אות כ"ה) ברענגט ער אראפ אז רבינו תם האט געשיקט א בריוו צו רבינו חיים כהן תשובות אנגעפילט מיט האר, וועלכע עס איז אראפגעפאלן פון זיין בארד. דאן האט רבינו תם עוסק געווען אין א סוגיא וועלכע האט אים זייער שטארק וויי געטוהן. דאן איז געווען איינגעפירט א געוויסע קלייד, וועלכע די אידן זענען געגאנגען דערמיט. און רבינו תם האט געהאלטן אז די קלייד איז שעטנז דאורייתא. דעריבער קען זיין אז רבינו תם האט אריינגעלייגט די האר אין די תשובות, נישט כדי צו ווייזן אז עס איז פארהאן א מנהג אריינצולייגן האר אין א ספר. נאר כדי צו ווייזן פאר רבינו חיים כהן, ווי שטארק עס באדערט אים און עס גיט אים נישט קיין רוה, ווי אזוי דער עולם גייט אנגעטוהן.

אין שו"ת 'תורה לשמה' (פונעם בן איש חי, סי' שו) שרייבט ער פונקט פארקערט. ער שרייבט אז מען דארף אנווארענען דעם המון עם, נישט אריינצולייגן האר פון זייער בארד אין א ספר, ווייל עס איז זיכער נישט ראוי אז מען זאל אזוי טוהן. אזוי אויך אין ספר ליקוטי מהרי"ח (חלק א' עמ' קו - קביעת עתים לתורה) ברענגט אראפ א שטיקל פונעם ספר מאורי אור, וועלכע טוט זיך אויך שטארק אפרעדן אויף דעם מנהג. אבער ער לייגט צו, אז דאס וואס עס איז נישט גוט אזוי צו טוהן, איז נאר פאר די וואס זענען נזהר אויפן אר"י הקדוש, וועלכע שרייבט אז מען זאל נישט שניידן ח"ו די בארד, נאר פאר די מענטשן איז געזאגט געווארן אז עס איז נישט שיין, משא"כ פאר די מענטשן וועלכע דרייען זיך אין די גאסן, און שניידן די בערד זייערע, און דערנאך ווארפט מען עס אריין אין מיסט, דאס איז אסאך ערגער און הארבער.

אין ספר 'תורה יבקשו מפיהו' (די לעבן און שאפן פון הגאון רבי שמעון שקאפ זצ"ל) ברענגען זיי נאך, אז רבי שמעון פלעגט יא באהאלטן זיינע האר פון די בארד אין זיינע ספרים.

עס ווערט אבער נאך געברענגט מפי פון הגאון רבי חיים קניבסקי שליט"א, אז מען זאל נישט אזוי צו טוהן. אזוי אויך שרייבן אנדערע אחרונים, אז עס איז פשוט נישט אויסגעהאלטן בין אדם לחבירו, אז ווען מען לערנט אין בית המדרש, און מען עפענט אויף א ספר וועלכע איז פול מיט האר, קען זיך דער מענטש זייער שטארק פארעקלען, און עס וועט אים צוריקהאלטן פון צו לערנען אין יענע ספר.



4) וואס איז די גרעסטע מסכת אין ש"ס?

לכאורה איז די תירוץ זיכער, בבא בתרא! יעדע קינד אין חדר ווייסט אז בבא בתרא איז די לענגסטע מסכת מיט קע"ו דפים, פרשת נשא איז די לענגסטע פרשה מיט קע"ו פסוקים, פרק קי"ט איז די לענגסטע קאפיטל מיט קע"ו פסוקים.

קודם דארף איך זיך אפשטעלן מסביר זיין אז מסכת בבא בתרא האט נישט קע"ו דפים, ווייל עס הייבט זיך אן ביי דף ב', דאס מיינט אז עס האט נאר קע"ה דפים. אבער אפילו מיט דעם אלעם איז נישט זיכער אז בבא בתרא איז די לענגסטע מסכת. נישט ווייל אין ש"ס ווילנא איז מסכת בבא בתרא די לענגסטע אין דפים, מיינט עס נאך נישט אז עס איז די לענגסטע. די סיבה פארוואס נישט, ווייל קודם כל די ש"ס האבן נישט ראשונים אדער אחרונים אזוי אויסגעשטעלט נאר א דריקער וואס איז גאנץ מעגליך געווען א גוי. און חוץ פון דעם, איז עס נישט די לענגסטע ווייל עס האט די מערסטע ווערטער, נאר ווייל דער רשב"ם איז דארט'ן זייער לאנג, לענגער ווי געווענליך רש"י. אבער מיט די סכום פון די ווערטער וואס געפינט זיך אין די מסכת, איז בבא בתרא נישט די לענגסטע.

מען זאגט נאך אין די נאמען פון דעם ווילנא גאון זצ"ל - אבער עס איז נישט באקאנט דער מקור - אז די לענגסטע מסכת אין ש"ס איז מסכת 'ברכות', ווייל עס האט די מערסטע ווערטער אין ש"ס.

אין די קובץ 'אור תורה' (תמוז תשס"ו עמ' תשפ"ד) ווערט אראפגעברענגט, אז עס איז געווען מענטשן וועלכע האבן געציילט די ווערטער אין גאנץ ש"ס, אין די גרעסטע מסכת איז אויסגעקומען מסכת שבת, דערנאך סנהדרין, חולין, בבא בתרא, בבא מציעא, יבמות, בבא קמא, פסחים, כתובות, ברכות.



5) פארוואס האט דער רמב"ם געהאט ווייסע האר יונגערהייט?

פאר מיר וועלן ענטפערן דעם תירוץ, וועלן מיר מקדים זיין א באקאנטע חקירה, צו דער רמב"ם האט געהאט א טאכטער צו נישט? די איינציגסטע פלאץ ווי עס קען אפשר האבן א מקור צו יא אדער נישט, איז אין אגרת הרמב"ם, וואס עס איז א גרויסע מחלוקה צו עס איז ריכטיג פונעם רמב"ם אדער א געפעלטשע זאך. וואס דאס וועל איך איבערלאזן פאר מיינע חברים דא.

אין די סוף פונעם בריוו, שרייבט דער רמב"ם אזוי: "אבער מיין טייער קינד, איך האב אויסגעגעבן אסאך געלט אויף מיינע ספרים וועלכע איך האב געדריקט, ביז איך בין קראנק געווארן. אזוי אויך ווייל די גאנצע עול פון די מלוכה און פון די הויז איז אויף מיר, און מיינע שונאים זוכען מיר אינטערצוברענגען ווי נאר זיי קענען, און נישט נאר דאס, נאר די טעכטער טוהן נאך פארמערן נאך מער ווייטאג אויף מיין ווייטאג, און אויף מיינע טראכטונגען".

די בריוו בהוצאת הרב הלל קופרמאן שרייבט ער צו אין די הגהות, אז עס קען זיין אז דער רמב"ם מיינט דא צו זאגן מיט זיינע טעכטער, דאס וואס ער שרייבט צו זיין תלמיד רבי יוסף ב"ר יהודא אבן עקנין (מהדורת י. שילת ע' רס"ב) "איך האב דיר שוין געזאגט אז עס איז נפטר געווארן דאס קליינע מיידל, זאל איר שטארבן זיין א כפרה, מיין קינד וויין נישט און קלאג נישט, נישט אויף א מאן און נישט אויף א פרוי". עס קען אבער זיין, אז דער רמב"ם באציט זיך דא צו זיין ברידער דוד'ס א טאכטער וועלכע איז געקומען וואוינען צוזאמען ביים רמב"ם, נאכדעם וואס זיין ברידער דוד איז ל"ע דערטראנקען געווארן אין ים, אזוי ווי ער שרייבט אין א בריוו צו ר"ש אבן תיבון.

אין ספר כתב סופר (סדר בראשית כ"ד) שרייבט ער מסביר צו זיין די שיטה פון רבי מאיר וועלכע האלט אז דאס וואס עס שטייט אז די אייבערשטער האט געבענטשט אברהם אבינו "בכל", מיינט דוקא נישט קיין טאכטער. איז דער כתב סופר מסביר מיט דעם וואס עס שטייט אין די אגרת הרמב"ם צו זיין זון, "אז זיין טאכטער טוט ווייס מאכן זיינע האר וועגן די דאגה איר א כלה צו מאכן, און צו זוכן א פאסיגע שידוך פאר איר"!!.



6) וואס איז די פשט פון די נאמען 'אבן' וואס פארשידענע גדולי ישראל האבן געטראגן?

עס איז געווען גדולי ישראל וועלכע האבן געטראגן די נאמען אבן, איינע פון די באקאנסטע איז רבי שמואל בן יהודא אבן תבון, וועלכע האט איבערגעטיישט די ספרי הרמב"ם אויף לשון הקודש, ער הייבט זיין חיבור בזה הלשון, אמר שמואל בן יודא אבן תבון.

אין פירוש חסד לאברהם פון רבי אברהם הלוי הורוויץ זצ"ל, די טאטע פון די של"ה הקדוש שרייבט, אבן איז לשון פון חשיבות-רעספעקט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ומשם רועה אבן ישראל. אבער אין ספר תשבי שטייט, אז אבן איז א לשון פון בן- א זוהן, אבער נישט אזוי ווי א זוהן צו טאטע, נאר אזוי ווי א זוהן צו א משפחה.



7) צו האט די בגד וואס א צדיק האט איינמאל אנגעטוהן א כח?

די חתם סופר (תולדות, ד"ה הלא אצלת) שרייבט, אז אין די קליידער פון א מענטש קלעבט זיך אריין די קדושה פון די מענטש, און די זעלבע איז פארקערט.

און דער חתם סופר ברענגט נאך די ירושלמי (מועד קטן יא:) וואז שטייט דארט, אז עס איינמאל געווען א שווערע שאלה אין א שטאט, און קיינער האט נישט געוואוסט די תירוץ, ביז עס אנגעקומען איינער, און ער האט עס פארענטפערט. האט מען אים געפרעגט, וואס איז געווען דיין כח? האט ער געענטפערט, די שטעקן פון רבי מאיר, ווייל דער מענטש האט געהאט די שטעקן פון רבי מאיר, און דאס האט אים אריינגעגעבן די כח אז ער זאל קענען ענטפערן.



8) פון וואו איז די מקור צו וואונטשן לחיים אויף א גלעזעלע וויין?

אין ספר דעת זקנים פון די בעלי תוספות שטייט די טעם, אז צוליב דעם וואס א מענטש שטארבט אויף דער וועלט צוליב וויין, אזוי ווי די מ"ד וואס האלט אז די עץ הדעת איז געווען א וויינשטאק, דעריבער קומט אויס איז מען שטארבט נאר צוליב די וויין, דעריבער ווען מען טרינקט וויין וואונטשט מען לחיים, אז מען זאל יא לעבן לאנגע און געזונטע יארן.

אין גמרא מסכת שבת (דף סז:) שטייט אז ווען רבי עקיבא האט געטרונקען וויין, האט ער געזאגט : וחיי לפום רבנן- דאס מיינט אויף די לעבן פון די רבנן.



9) פון וואו שטאמען די צורות פון די נומערן (1234567890)?

אין ספר תוס' יו"ט שרייבט ער (פי"ב משבת משנה ג') אז די צורת פון די נומערן שטאמען פון 'מאנשי הודו העתיקום', עס מיינט פון די אלטע מענטשן פון אינדיע לכאורה.



10) וועלכע אמורא איז שוין געווען א ראש ישיבה ביי די 15 יאר אלט?

אין ספר יוחסין השלם ווערט נאכגעברענגט אז ווען מר זוטרא איז געווען 15 יאר אלט איז ער געווארן ראש ישיבה, און ער האט געפירט די ישיבה זיינע פאר 20 יאר, און דאן איז ער גע'הרג'ט געווארן דורך די גוי'אישע מלכות.


11) פארוואס איז א איסור אריינצוגיין מיט SLIPPERS אין ביהמ"ד?

אין ספר תשובות הרשב"ש (סי' רפ"ה) שרייבט ער אז מען זאל נישט אריינגיין מיט מנעלים (SLIPPERS) אין בית המדרש, ווייל להבדיל די אראבער'ס גייען אריין אזוי אין זייערע תיפלות דאווענען, במילא אלס חילול השם זאל מען נישט אזוי אריינגיין אין א בית המדרש.



12) די ווייסע שורות וואס א מענטש האט אויף די נעגל צומאהל, וואס ווייזט דאס??

דער חיד"א אין ספר דבש לפי (מערכת צ') שרייבט ער בשם גורי האריז"ל, אז טיילמאהל ווערט ווייסע שורות אויף די נעגל, אז דאס איז א גוטע סימן, אדער אז ער האט געהאט א גזירה און ער איז ניצל געווארן.



13) ווען די אידן זענען געגאנגן אין מדבר, האבן זיי געזאגט תפילת הדרך?

אין פסוק שטייט, ויהי בנסוע הארון ויאמר משה קומה ה' ויפצו אויביך וינוסו משנאיך מפניך. אין די בעלי תוספות, און אזוי אויך אין חזקוני (פסוק ל"ז) שרייבן, אז "קומה ה' ויפוצו אויביך" איז תפלת הדרך.

אין פירוש פון רבי סעדיה גאון שטייט, אז עס איז געווען איינגעפירט אז יעדעס מאהל וואס די ארון האט זיך געצויגן, האט משה רבינו געזאגט "היה נא ה' בעזרנו ונצחוננו" - איך בעהט דיר באשעפער אז די זאלסט זיין אין אונזער הילף און אין אונזער נצחון.


14) פארוואס עפעס הייסט משה רבינו אזוי, קודם דער נאמען און דערנאך די טיטל, און נישט פארקערט אזוי ווי ר' עקיבא, ר' יהושע בן חנני' וכדומה?

אין ספק התודעה (ח"א עמ' רלט) שטייט, אז מען פירט זיך צו שרייבן משה רבינו און נישט משה רבנו (אן די י'), ווייל משה רבינו איז בגמרי' 613 און עס איז מרמז אויף 613 מצוות וואס משה רבינו האט אונז איבערגעגעבן פונעם הייליגן באשעפער, און אין די ספר אוצר דינים ומנהגים שטייט, אז מען פירט זיך צו רופן משה רבינו, און נישט רבינו משה, דאס איז צוליב דעם וואס מען וויל ווייזן א חילוק פון די משה ביז די אנדערע, ווייל ער איז געווען די איינציגסטע בשר ודם וועלכע האט גערעדט מיטן כביכול פנים אל פנים.

אין ספר שם הגדולים פונעם הייליגן חיד"א שרייבט ער דארט: "איך האב געזעהן אין ספר כתבי יד, אז עס איז נישט געווען קיין איין תנא אדער אמורא וועלכע האט געהייסן משה, און דעריבער זאגן מענטשן אויפן הייליגער רמב"ם (רבנו משה בן מיימון) ממשה ועד משה לא קם כמשה- פון משה (רבינו) ביז דעם משה (רמב"ם) איז נישט דעווען אזא משה".


15) ווי וועלכע אויסשטעל באשאפט דער אייבערשטער גארנישט?

די גמרא ברענגט נאך אין ירושלמי (נדרים פ"ג ה"ב) אז ר'בי שמעון בן גמליאל האט געזאגט, אז די אייבערשטער האט גארנישט באשאפן 4 עקעדיג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ממי_שאמרו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר