אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:37 pm

דאווענען שחרית וותיקין איז אין די לעצטערע צייטן אריינגעקומען אין דער מאדע. ס'איז געווארן cool. בנוסיף צו די געווענליכע השכמה-מנינים אין "געווענליכע" בתי מדרשים, איז דאס וותיקין-דאווענען פארשפרייט אין די "ברסלבער" שטיבלעך אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל. אין מאנסי איז דא דער "קלויז" און אין וויליאמסבורג הייסט עס דאס "שטיבל". יעדן טאג נאכ'ן דאווענען אינעם מאנסיער קלויז-מנין, גיט הרב שמעון סעמפ (ראש ישיבה פון תלפיות) א ווארט-אויף-א-פוס. עס באשטייט געווענליך פון א קורצן חסידישן געדאנק. די דאזיגע "חסידבייטס" באקומען אין די לעצטיגע טעג מאמענטום (כ'האב עס דעם אינדערפרי באקומען פון פיר באזונדערע וואטסעפפ גרופעס).

כ'שטעל דא ארויף דעם היינטיגן חסידות-מינוט אין א פרייער אידישער איבערזעצונג.

די שפיל פון לעבן

א מענטש וואס איז א fan פון א ספעציפישן ספארטס-טים -- לאמיר זאגן די "רעד סאקס" -- זוכט נישט אונטערצוברענגען דעם צד-שכנגד טים, ווייל הגם ער וויל זיין טים זאל געווינען, פארשטייט ער אז מען קען נישט געווינען אן קיין פארמעסט. און בכדי ס'זאל זיין א פארמעסט, מוז זיין א צד שכנגד. אנדערש איז נישטא קיין געים.

ווען דער "ויתרוצצו" האט זיך אפגעשפילט ביי רבקה'ן אין בויך, איז זי געווען באזארגט: וואס איז פשט פון דער "ביי-פאולער" אויפפירונג פונעם עיבור? פארוואס ציט אים בכלל צו דער נעגאטיווער זייט? האט דער אויבערשטער זי געזאגט: דעטס לייף! עס זענען אין דער וועלט פאראן צוויי כוחות, וואס זענען קעגנערס בטבעם. דער געראנגל צווישן דעם נפש אלוקית און דעם נפש הבהמית איז נישט קיין פראבלעם, קיין קאפ-ווייטאג, קיין "שונא" פאר'ן מענטש. פארקערט: מען דארף דעם געראנגל אויפנעמען מיט אפענע הענט, מיט שמחה! ווייל דער דאזיגער געראנגל איז די זאך וואס פארזיסט די שפיל וואס מיר רופן לעבן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך יואליש » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:55 pm

איז מעגליך צו לינקן צום אודיאו זעלבסט?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3820 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:03 pm

גערן. וואו און ווי לאדן איך עס ארויף?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

אן אויסוועג לדורות (חסידות-ווארט פון היינט אינדערפרי)

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:23 am

וואס האט יצחק אבינו פארדינט מיט'ן ליב-האבן עשיו?

זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער: "כי צייד בפיו," ווייל דאס האט געגעבן פאר יצחק א טענה לדורות. אויב א איד קומט אן צו א שטאפל, אז ס'איז נישטא קיין טראפ גוטס אין אים און ער וואלט לכאורה געדארפט פארלוירן-גיין, קומט יצחק אבינו צום אויבערשטן מיט א טענה: איך, מידת גבורה, פחד יצחק, האב ליב געהאט עשיו'ן אן קיין שום סיבה. דו, רבונו של עולם, דער א-ל מלא רחמים, דארפסט דאך זיכער יענעם ליב האבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פשוט-קאמפליצירט אום דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:58 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:33 am

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:גערן. וואו און ווי לאדן איך עס ארויף?

דראפבאקס, גוגל דרייוו אדער יוטוב

ביי דראפבאקס דארפסטו האבן א דראפבאקס אקאונט, און אין גוגל דרייוו און יוטוב דארפסטו האבן א גוגל אקאונט.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:37 am

Or copy.com
No account needed
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 965 מאל

הודעהדורך זאל_זיין » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:41 am

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:דאווענען שחרית וותיקין איז אין די לעצטערע צייטן אריינגעקומען אין דער מאדע. ס'איז געווארן cool. בנוסיף צו די געווענליכע השכמה-מנינים אין "געווענליכע" בתי מדרשים, איז דאס וותיקין-דאווענען פארשפרייט אין די "ברסלבער" שטיבלעך אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל. אין מאנסי איז דא דער "קלויז" און אין וויליאמסבורג הייסט עס דאס "שטיבל". יעדן טאג נאכ'ן דאווענען אינעם מאנסיער קלויז-מנין, גיט הרב שמעון סעמפ (ראש ישיבה פון תלפיות) א ווארט-אויף-א-פוס. עס באשטייט געווענליך פון א קורצן חסידישן געדאנק. די דאזיגע "חסידבייטס" באקומען אין די לעצטיגע טעג מאמענטום (כ'האב עס דעם אינדערפרי באקומען פון פיר באזונדערע וואטסעפפ גרופעס).

כ'שטעל דא ארויף דעם היינטיגן חסידות-מינוט אין א פרייער אידישער איבערזעצונג.

די שפיל פון לעבן

א מענטש וואס איז א fan פון א ספעציפישן ספארטס-טים -- לאמיר זאגן די "רעד סאקס" -- זוכט נישט אונטערצוברענגען דעם צד-שכנגד טים, ווייל הגם ער וויל זיין טים זאל געווינען, פארשטייט ער אז מען קען נישט געווינען אן קיין פארמעסט. און בכדי ס'זאל זיין א פארמעסט, מוז זיין א צד שכנגד. אנדערש איז נישטא קיין געים.



ווען דער "ויתרוצצו" האט זיך אפגעשפילט ביי רבקה'ן אין בויך, איז זי געווען באזארגט: וואס איז פשט פון דער "ביי-פאולער" אויפפירונג פונעם עיבור? פארוואס ציט אים בכלל צו דער נעגאטיווער זייט? האט דער אויבערשטער זי געזאגט: דעטס לייף! עס זענען אין דער וועלט פאראן צוויי כוחות, וואס זענען קעגנערס בטבעם. דער געראנגל צווישן דעם נפש אלוקית און דעם נפש הבהמית איז נישט קיין פראבלעם, קיין קאפ-ווייטאג, קיין "שונא" פאר'ן מענטש. פארקערט: מען דארף דעם געראנגל אויפנעמען מיט אפענע הענט, מיט שמחה! ווייל דער דאזיגער געראנגל איז די זאך וואס פארזיסט די שפיל וואס מיר רופן לעבן.


.
בייגעלייגטע פיילס
hh.jpg
hh.jpg (93.33 KiB) געזען געווארן 3949 מאל
באניצער אוואטאר
זאל_זיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:55 am

שקויעך @יידל און @דער (פינטעל) איד

ענד היער ווהי גאו: https://next-d.copy.com/yML8zTelEHFC
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 11:57 am

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:שקויעך @יידל און @דער (פינטעל) איד

ענד היער ווהי גאו: https://next-d.copy.com/yML8zTelEHFC


היער ווהי גאו גארנישט! מ'זעהט גאאארנישט!
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:00 pm

אן אומגעדולדיגע ציג! קליק (מיט דער פאדערשטער פאדעשווע) אויפ'ן לינק, און לאדן אראפ דעם קליפ.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:15 pm

כ'האב געלאדענט, מער ווי איין מאל!
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 12:16 pm

איר האט מסתמא נישט געסעיווט די פייל ווי עס ברויך צו זיין, וויילע מ'זעהט אז ס'דארף זין 33 סעקונדעס פון פילם, אבער זעהען זעהט מען גארנישט, נאר אזעלכע געלע קעסטעלעאך
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:00 pm

סארי. דארף איך זען וואס כ'האב נישט גוט געטאן. אינדערצווישן, קענט איר מיר אישי'ן אייער אימעיל אדרעס און כ'וועל עס שיקן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך זאל_זיין » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:11 am

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:וואס האט יצחק אבינו פארדינט מיט'ן ליב-האבן עשיו?

זאגט רבי מאיר'ל פרימישלאנער: "כי צייד בפיו," ווייל דאס האט געגעבן פאר יצחק א טענה לדורות. אויב א איד קומט אן צו א שטאפל, אז ס'איז נישטא קיין טראפ גוטס אין אים און ער וואלט לכאורה געדארפט פארלוירן-גיין, קומט יצחק אבינו צום אויבערשטן מיט א טענה: איך, מידת גבורה, פחד יצחק, האב ליב געהאט עשיו'ן אן קיין שום סיבה. דו, רבונו של עולם, דער א-ל מלא רחמים, דארפסט דאך זיכער יענעם ליב האבן.


"פועל דמיוני"
ערגעץ ווי האב איך געזען אז די זעלבע מאטיוו איז געווען פארוואס אברהם אבינו איז געגאנגען מקריב זיין יצחק אן קיין קשיות אזוי אז דער אייבישטער זאל מוחל זיין אן קיין קשיות
כוועל עס פאוסטען ווען כ'טרעף עס
באניצער אוואטאר
זאל_זיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:20 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 9:29 am

ס'האט געהאלפען?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8446 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:54 pm

וואס האט?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

פיל מיט יענעם, נישט גיב עצות

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:00 pm

http://youtu.be/qOEWGi9oBiE

ווען יעקב אבינו האט זיך אריינגעשלייכט אין הויז צו גנב'ענען די ברכות, האט רבקה אים אנגעטאן האריגע קליידער כדי פארווישן די שפירן פון יעקב'ס גלאטער הויט. פריער, ווען רבקה האט צוערשט פארגעשלאגן פאר יעקב צו אויסכאפן די ברכות און יעקב האט זיך געזארגט אז יצחק וועט אים גאר שעלטן, האט רבקה אים געזאגט: זארג נישט; "עלי קללתך בני." פארוואזשע האט אים רבקה נישט באלד דעמאלט געגעבן די עצה וואס זי האט למעשה געטאן?

ווייל ווען עמיצער קומט צו דיר זיך אויסרעדן אויף א פראבלעם אדער צרה, גיב אים נישט קיין עצות, נאר טייל זיין ווייטאג; סימפאטיזיר און וויין מיט אים. ווען יעקב איז דערשראקן געווארן און זיך געזארגט, האט רבקה אויסגעדריקט מיטלייד, גענומען אויף זיך זיין צרה. הערשט ווען ס'איז געקומען לידי מעשה, דעמאלט האט זי אים געהאלפן מיט עפעס פראקטיש, ממשות'דיג.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך חד גדיא » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:35 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:http://youtu.be/qOEWGi9oBiE


כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 629
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 631 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 1:39 pm

שקויעך :)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

דער ג-טליכער עלעוועיטאר איז צעבראכן

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 1:59 pm



מיר לערנען אין דער פרשה וועגן יעקב אבינו'ס חלום, אין וועלכן ער האט געזען מלאכים ארויפקריכן און אראפקומען די טרעפ פון א לייטער. מלאכים קענען דאך פליען: וואס איז פשט פון דער לייטער-קלעטעריי?

נאר די מלאכים קומען אונז לערנען די וויכטיגסטע לעקציע אין לעבן: נישטא קיין עלעוועיטאר צו ג-טליכקייט (און אויב איז יא פאראן, איז ער צעבראכן). מ'קען נישט ארויפפליען קיין מדריגות. דער איינציגער וועג ארויף פאר א בשר ודם איז דורך גיין שטאפלווייז, א טריט אויפאמאל.

לאמירזשע היינט נעמען איין אזא קליינעם טראט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:42 pm

מורא'דיג אין די וועלט!
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 4:45 pm

נו, אפשר שטעלט איר אים, סעמפ'ן, אריין אין געצעלט אייערן, מכוח דעם חיוב פון "ויפוצו"?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

מחשבות פירן צו מלאכים אדער שלינגענדע קי

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:32 pm

http://youtu.be/yWXfMej_xCw


חלומות זענען די שלוחים, וואס דעקן פאר אונז אויף ווער מיר זענען באמת; פון וואס די עסענץ פון אונזער וועזן באשטייט.

רבי מאיר'ל פרימישלאנער האט באמערקט: ס'איז תלוי אינעם מענטש, פון וואס זיינע חלומות זאלן באשטיין. שטרעבן פאר העכערס, פאר דביקות אינעם אויבערשטן, פירט צו חלומות וועגן קלעטערנדע מלאכים. אויב איז דער קאפ פארנומען מיט עסן און רייכטום, חלומ'ט זיך משונה'דיגע זאכן וועגן מאגערע קי וואס שלינגען איין לעבעדיגערהייט זייערע פעטע פריינט.

לאמירזשע היינט אנהייבן טראכטן און לעבן מיט ספיריטואליזם.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך יידל » מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 1:51 pm

רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 3:15 pm

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:נו, אפשר שטעלט איר אים, סעמפ'ן, אריין אין געצעלט אייערן, מכוח דעם חיוב פון "ויפוצו"?

"ויפוצו" איז נישט קיין חיוב

ווי אפט זאל איך עס שטעלן אין "געצעלט" לדעתכם?
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron