אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1420 מאל

אונטער-א-מינוט חסידות-ווארט

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

דאווענען שחרית וותיקין איז אין די לעצטערע צייטן אריינגעקומען אין דער מאדע. ס'איז געווארן cool. בנוסיף צו די געווענליכע השכמה-מנינים אין "געווענליכע" בתי מדרשים, איז דאס וותיקין-דאווענען פארשפרייט אין די "ברסלבער" שטיבלעך אין בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי, און קרית יואל. אין מאנסי איז דא דער "קלויז" און אין וויליאמסבורג הייסט עס דאס "שטיבל". יעדן טאג נאכ'ן דאווענען אינעם מאנסיער קלויז-מנין, גיט הרב שמעון סעמפ (ראש ישיבה פון תלפיות) א ווארט-אויף-א-פוס. עס באשטייט געווענליך פון א קורצן חסידישן געדאנק. די דאזיגע "חסידבייטס" באקומען אין די לעצטיגע טעג מאמענטום (כ'האב עס דעם אינדערפרי באקומען פון פיר באזונדערע וואטסעפפ גרופעס).

כ'שטעל דא ארויף דעם היינטיגן חסידות-מינוט אין א פרייער אידישער איבערזעצונג.

די שפיל פון לעבן

א מענטש וואס איז א fan פון א ספעציפישן ספארטס-טים -- לאמיר זאגן די "רעד סאקס" -- זוכט נישט אונטערצוברענגען דעם צד-שכנגד טים, ווייל הגם ער וויל זיין טים זאל געווינען, פארשטייט ער אז מען קען נישט געווינען אן קיין פארמעסט. און בכדי ס'זאל זיין א פארמעסט, מוז זיין א צד שכנגד. אנדערש איז נישטא קיין געים.

ווען דער "ויתרוצצו" האט זיך אפגעשפילט ביי רבקה'ן אין בויך, איז זי געווען באזארגט: וואס איז פשט פון דער "ביי-פאולער" אויפפירונג פונעם עיבור? פארוואס ציט אים בכלל צו דער נעגאטיווער זייט? האט דער אויבערשטער זי געזאגט: דעטס לייף! עס זענען אין דער וועלט פאראן צוויי כוחות, וואס זענען קעגנערס בטבעם. דער געראנגל צווישן דעם נפש אלוקית און דעם נפש הבהמית איז נישט קיין פראבלעם, קיין קאפ-ווייטאג, קיין "שונא" פאר'ן מענטש. פארקערט: מען דארף דעם געראנגל אויפנעמען מיט אפענע הענט, מיט שמחה! ווייל דער דאזיגער געראנגל איז די זאך וואס פארזיסט די שפיל וואס מיר רופן לעבן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?

דער אשכול פארמאגט 426 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר