דארף א גרוש לייגען רבינו תם'ס תפילין?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
מסכת גירושין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

דארף א גרוש לייגען רבינו תם'ס תפילין?

שליחה דורך מסכת גירושין »

המנהג ברוב מקומות הוא, אז נאר אינגערלייט לייגן ר''ת תפילין. און דער טעם ווערט שוין געברענגט אין פוסקים אז די קדושה פון ר''ת תפילין איז גרעסער ווי רש''י תפילין, ממילא נאר אינגערלייט וואס איז פת בסלם און קענען זיך גרינגער היטן פון הרהורי עבירה לייגן ר''ת. (לאריכות הדברים עיין בתשובת מנחת יצחק ח''ג סי' קמ''ד ועוד)

יעצט האב איך שוין דער שאלה א לאנגער צייט: וואס טוט זיך מיט א גרוש? מצד פת בסלו איז מסתבר אז מ'זאל זיכער נישט מעגן לייגן, ווייל אויב ביי א בחור איז דא א חשש אז מ'קען זיך נישט איינהאלטן פון הרהור פאר 5 מינוט, כל שכן וקל וחומר ביי א גרוש אזוי כמובן לכל.

אבער מצד שני איז דא א סברא אז איינמאל מ'האט שוין אנגעהויבן לייגן זאל מען נישט אויפהערן, און בכלל איז א שאלה פון א נדר אויף וואס מ'דארף א ריכטיגע התרת נדרים דאורייתא, און אויף א דבר טוב שטייט דאך שוין אז די דיינים זאלן נישט מתיר זיין. ( פארדעם איז א חיוב לפרט הנדר, שאם הוא על דבר טוב הדיינים לא יתירו את הנדר)
עיינתי בפוסקים ולא מצאתי, און אויב וועל איך פרעגן א דיין, וועט ער זיך אוודאי אויפרעגן ''נו האלט מען זיך איין פון הרהור פאר פינוף מינוט א טאג", ממילא פרעג איך עס דא, והתלמידי חכמים שבשטיבל יורו כדת מה לעשות.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר