מיט א טיפערן בליק

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

מיט א טיפערן בליק

שליחה דורך פרישער »

[center]מיט א טיפערן בליק[/center][center]פרשת ויצא

צא וּלמד מה בקש לבן הארמי..![/center]
בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר געזעהן וואס יעקב אבינו לערנט אונז אז ווען עס קומט צו דער חלק פון 'סור מרע' ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיטן יצר, מיר האבן געזעהן ווי דער מענטש דארף כסדר אויסשפילן דעם יצר הרע און אים גוט אויספאפן עם עקש תתפתל, די וואך אין די פרשה זעהן מיר די צווייטע זייט פון יעקב'ס עבודת ה' די 'עשה טוב', יעקב אבינו אפילו ער איז געווען א געוואלדיגער חכם און גוט פארשטאנען וויאזוי זיך אומצוגיין מיטן חלק הרע און כסדר מיט א טיפערע קלוגשאפט זיך א עצה געגעבן דאך אבער ווען עס קומט צו טוען גוטס, צו טוען דעם רצון השם איז ער א איש תם יושב אוהלים און לעבט דאס וואס די תוה"ק באפעלט אונז תמים תהיה עם ה' אלוקיך התהלך עמו בתמימות ס'איז נישט דא קיין שום חשבונות און קרומקייטן, דאס וואס השי"ת היייסט טוט מען און נישט סתם געטוען, נאר בשמחה רבה אָן קיין ספיקות ווי מיר זעהן אין די וואכעדיגע פרשה.

אונזער טאטע יעקב האט נישט געהאט קיין גרינג לעבן, דא דארף ער אנטלויפן פון אינדערהיים ווייל זיין ברידער וויל אים הרגנ'ענען, דערנאך ווערט ער בארויבט דורך אליפז און בלייבט איבער נאר מיטן שטעקן, כי במקלי עברתי את הירדן, דערנאך איז ער אריבער 20 שווערע יאר ביים שווער לבן וואס האט אים אונטערגעשטעלט פיסלעך אויף טריט און שריט, אים חתונה געמאכט מיט לאה ווען ער האט געוואלט חתונה האבן מיט רחל, יעקב האט אריינגעארבעט אין היצן און אין קעלט בייטאג און ביי נאכט, דערנאך קומט זיין ברודער עשו נקמה נעמען אין אים, א שטיק צייט שפעטער האט מען פארכאפט דינה אין שכם, יוסף ווערט פארלוירן וכו' וכו', פונדעסטוועגן ביי די אלע שוועריקייטן און נסיונות האט ער זיך קיינמאל נישט פארלוירן, נאר אייביג זיך געפירט מיטן גרעסטן מאס רואיגקייט, חוץ ביי צוויי פלעצער ווי עס קוקט אויס ווי יעקב האט זיך ח"ו פארלוירן און זיך אויפגערעגט: איינס ווען רחל האט אים געבעטן פאר קינדער: וַתֵּרֶא רָחֵל כִּי לֹא יָלְדָה לְיַעֲקֹב וַתְּקַנֵּא רָחֵל בַּאֲחֹתָהּ וַתֹּאמֶר אֶל יַעֲקֹב הָבָה לִּי בָנִים וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי, וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל וַיֹּאמֶר הֲתַחַת אֱלֹקִים אָנֹכִי אֲשֶׁר מָנַע מִמֵּךְ פְּרִי בָטֶן - און רחל האט געזעהן אז זי האט נישט געבוירן קיין קינדער צו יעקב, און רחל האט מקנא געווען איר שוועסטער און געזאגט (פאר יעקב) געב מיר קינדער ווייל אויב נישט בין איך א טויטער, יעקב האט זיך אויפגערעגט אויף רחל און געזאגט, בין איך דען אנשטאט השי"ת וואס האלט דיר צוריק פון האבן קינדער?!

און די צווייטע געפינען מיר שפעטער אין די פרשה ווען לבן האט צו אים טענות פארוואס ער איז אוועקגעלאפן זאגט די פסוק: וַיִּחַר לְיַעֲקֹב וַיָּרֶב בְּלָבָן וַיַּעַן יַעֲקֹב וַיֹּאמֶר לְלָבָן מַה פִּשְׁעִי מַה חַטָּאתִי כִּי דָלַקְתָּ אַחֲרָי - יעקב האט זיך אויפגערעגט און האט זיך געקריגט מיט לבן, יעקב האט צוריק געענטפערט און געזאגט, וואס איז מיין זינד אז דו לויפסט מיך אזוי נאך? דארפן מיר פארשטיין וואס איז דא געווען אזוי אויסטערליש ביי די צוויי מעשיות פון רחל און לבן וואס מיר טרעפן אז יעקב האט זיך אויפגערעגט?

אין די נוסח פון די הגדה של פסח געפינען מיר צֵא וּלְמַד מַה בִּקֵּשׁ לָבָן הָאֲרַמִּי לַעֲשֹוֹת לְיַעֲקֹב אָבִינוּ... וְלָבָן בִּקֵּשׁ לַעֲקוֹר אֶת הַכֹּל שֶׁנֶּאֱמַר אֲרַמִּי אֹבֵד אָבִי - גיי געב א קוק וואס דער לבן הארמי האט געוואלט טוען צו יעקב אבינו, ווי ער האט אים געוואלט אויסרייסן. אזוי אויך געפינען מיר אין פרשת כי תבוא ווי די תוה"ק זאגט אונז אז ווען א איד ברענגט ביכורים דארף ער דאנקן און לויבן השי"ת אויף די אלע חסדים וואס ער טוט מיט אים, דער איד דארף ארויסברענגען מיט לויב ווערטער און פארציילן די גאנצע השתלשלות וויאזוי מיר אידישע קינדער זענען אנגעקומען צום הייליג לאנד און צום בית המקדש אנגעפאנגען מיט די פאסירונג פון יעקב אבינו מיט לבן, און ווייטער ווי מיר האבן אראפגענידערט קיין לאנד מצרים און השי"ת האט אונז אויסגעלייזט פון דארט ביד חזקה און אונז געברענגט קיין ארץ ישראל... פרעגט זיך, מילא דאס אז מיר דארפן ארויסברענגן און דאנקען השי"ת מיטן סיפור יציאת מצרים פארשטייט זיך ווייל דארט ברענגט א איד ארויס אז מיר זענען געווען קנעכט צו פרעה הרשע און השי"ת האט אונז ארויס גענומען פון דארט כדי מיר זאלן זיין צו אים פאר א פאלק, צו קענען טוען און לעבן תורה ומצוות וכו', אבער ווי קומט צו פארציילן איבער דעם ארמי אובד אבי?

*

ווער געדענקט נישט לייבעלע ווי פון אלץ קליין קינד פלעגט ער שטענדיג רעדן טראכטן און חלומ'ען פון דרייווען א באס, יעצט זייענדיג שוין עטליכע יאר נאכן חתונה האט ער בחסדי ה' באקומען זיין לייסענס, און יא, ס'גלייבט זיך נישט אבער ער קען שוין ווירקליך דרייוון א באס, זיין חלום איז מקוים געווארן, און דא שטייט ער היינט ביים אריינגאנג צום הויפט-קווארטיר פון די שטאטישע באס פירמע, אט גייט ער אריין גיין זיך איינשרייבן פאר א פאסטן, מיט א הייסע תפילה אז ער זאל נושא חן זיין קלאפט ער אויפן טיר.

אריין קומענדיג באגעגנט ער זיך מיטן הויפט מענעדזשער, נאכן אויספילן עטליכע פאפירן זאגט ער אים, מיר נויטיגן זיך יעצט וויכטיג אין עטליכע דרייווערס און אויב ביסטו גרייט ביזטו שוין געהייערט... לייבעלע טאנצט פאר פרייד, ער ווייסט נישט וואס צו טוען מיט זיך, ווער האט געגלייבט?! זיי גייען אראפ צום פארקינג לאט, דער מענעדזשער מאכט אים אויף די טירן פון איינע פון די גרויסע שיינע באסעס און געבט אים א מאפע וועלכע גאסן ער דארף פארן און זאגט אים אָן אלע פונקטליכע אנווייזונגען און וואונטשט אים אָן הצלחה.

נאך א קורצע טרענירונג פארט לייבעלע ארויס מיטן גרויסן שיינעם באס, זיין פנים שיינט פאר שמחה, אבער אזוי ווי ער קומט אָן צום דריטן באס סטאַפ זעהט ער אז ס'איז ליידיג, ער ווערט אביסל נערוועז וואס גייט דא פאר?! נישט פון דעם האב איך גערעדט, איך וויל דרייווען א באס געפאַקט מיט מענטשן און זיי טראגן צו זייער באשטימטע דעסטינאציע, נישט אזעלכע ליידיגע באסעס. אזוי פארט ער ווייטער און ווייטער און גארנישט, קיינער קומט נישט ארויף. ענדליך ביי איין סטאנציע ווארטן צוויי עלטערע מענטשן, אבער זיי פארן אויך נאר איין סטאפ, אזוי ווערט ער מער און מער צובראכן, נישט דאס האב איך געמיינט, און בכלל איך וועל צוריק קומען ביים סוף טאג און די געלט באקס האט נישט מער ווי א פאָר פרוטות, איך פיל ווי איך ארבעט פאר גארנישט..?!

אזוי שטייענדיג ביי איינע פון די רויטע-לעקטערס באגעגנט ער זיך מיט א אנדערע באס וואס פארט אויפן הויפט גאס, ער זעט אז יענע באס איז א געפאקטע, מענטשן שטייען איינער אויפן צווייטן, ס'קוקט אויס ממש ווי דאס וואס ער האט זיך גע'חלומ'ט, צו קענען טרעפן אלע סארט מיני מענטשן, אויף מאכן און צומאכן טירן, אויסרופן וועלכע סטאפ איז געווען און וועלכע גייט זיין... אזוי קוקנדיג מיט קנאה בליצט אים אריין א געדאנק אין קאפ, און נישט מער און נישט ווייניגער, ווען עס ווערט גרין געבט ער זיך א דריי ארויף אויפן הויפט גאס און פאנגט אָן אויפנעמען מענטשן ביי די באס סטאנציעס, ער שטראלט פאר שמחה זיין באס ווערט פולער און פולער פון מינוט צו מינוט... נעקסט סטאפ... זייענדיג נישט געוואוינט און נישט האבנדיג קיין מאפע האט ער געזאגט וואס ער האט געטראכט, און ס'איז געווען לוסטיג און לעבעדיג!

סוף טאג קומט ער צוריק צום הויפט קווארטיר און מיט איין שמחה לויפט ער אריין צום מענעדזשער און זאגט, איך בין ארויפגעפארן אויפן הויפט גאס און קוק וויפיל געלט איך האב געמאכט... דער מענעדזשער'ס פנים פלאקערט פאר כעס און שרייט צוריק, האב איך דיר געבעטן צו מאכן געלט? איך האב דיר געהייסן פארן אויף א באשטימטען גאס, פארוואס האסטו זיך אוועקגעדרייט, לייבעלע שרייט צוריק, וואס הייסט פאר וועם, פאר די פאָר אלטע מענטשן פאר זיי דארף איך דארט פארן? פון זיי מאכט מען נישט קיין פעני?! דער מענעדזשער מאכט זיך נישט צו טוען נאר הייסט לייבעלע נעמען זיינע זאכן און זאפארט פארלאזן די פירמע.

מיר קינדער פון השי"ת לעבן א לעבן פונקט ווי דעם לייבעלע. מיר אלע האבן אונזערע חלומות און פלענער אין לעבן ווי מיר ווילן אנקומען, זאכן און פלעצער וואס ס'ציעט אונז אנצוקומען אהין, אבער השי"ת אונזער טאטע וואס ווייסט די בעסטע וואס איז גוט פאר אונז געבט אונז א וועג, ער געבט אונז א מאפע וואס דאס איז די תוה"ק מיט פונקטליכע אנווייזונגען ווי אזוי מיר דארפן זיך פירן און ווי אזוי מיר דארפן זיך לאזן פירן, אסאך מאל איז פאר אונז באשערט צופארן אויף עפעס א זייטיגע געסל א זייטיגע וועג, א וועג וואס זעט אונז אויס נישט וויכטיג, אדער גאר די נישט ריכטיגע, און מיר פאנגען אָן מאכן החלטות וואס איז גוט און וואס נישט וכדומה, און אזוי פארענדיג איז דער מענטש מחליט ניין ס'איז נישט פאר מיר, און פלוצלינג געבט ער זיך א דריי ארויף אויף עפעס א צווייטע וועג און ס'קען גאר זיין אז ער איז מצליח, אבער ביים סוף טאג וועט ער געוואר ווערן אז ניין, נישט דאס איז געווען דיין שליחות, און השי"ת וועט חלילה זאגן אז נישט אויף דעם האב איך דיר געשיקט און נישט אויף דעם האב איך דיר צוגעהאלפן.

השי"ת אונזער טאטע וויל אז מיר זאלן פארן אויפן וועג וואס ער שטעלט אונז אויס, און דאס זענען געוויסע מצבים און אויסשטעלונגען ווי השי"ת לייגט אונז אריין, און מיר קענען און טארן פון זיי נישט אנטלויפן, אין חכמה ואין תבונה לנגד ה', עס העלפט נישט קיין חכמות ווען השי"ת האט א פלאן, רבות מחשבות בלב איש אבער ועצת ה' היא תקום, מיר דארפן זעהן און שפירן וואס השי"ת ווינקט אונז און אין די וועג דארפן מיר גיין אפילו ווען ס'איז שווער, אפילו ווען ס'קוקט אויס גענצליך אנדערש ווי דער מענטש'ס ארגינאלן פלאן, דארף מען אבער פארשטיין אז אזוי וויל השי"ת דאס איז עס, דאס איז מיין שליחות און דאס איז מיין תפקיד און איך דארף נישט אלעס פארשטיין.

דאס איז געווען יעקב אבינו, דאס האט ער געלעבט און געאטעמט. ער האט געלעבט א לעבן פון התבטלות צו השי"ת, ער האט פארשטאנען אז אלעס וואס דער מענטש גייט אדורך אין לעבן איז א אויסשטעל וואס השי"ת שטעלט אים אויס, און ממילא ווען ער האט געוואנדערט פון זיין טאטענ'ס שטוב צו לבן, אדער ווען ער האט צו טוען מיט עשו, אדער שכם, צו ווען מ'קומט זאגן חיה רעה אכלתהו, רעדט ער זיך נישט אפ, נאר מיט די גרעסטע מאס אמונה גייט ער ווייטער אָן מיטן לעבן, אזוי אויך ווען דער פעטער לבן פאפט אים ביטערליך אויס פארשטייט ער אז מ'קען אויף לבן קיין טענות נישט האבן, ס'איז אלעס פון השי"ת אונזער געטרייע טאטע, און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן, צו אים דארף מען זיך אויסגיסן דאס הארץ, אבער זיך אויפרעגן אויף לבן דאס קומט בכלל נישט אריין. אבער ווען רחל וויינט און בעט זיך געב מיר קינדער שבטי קה וואס זאלן אויפשטעלן א כלל ישראל און זי זאגט וְאִם אַיִן מֵתָה אָנֹכִי, ס'איז ממש ווי איך האב געלעבט א אומזיסטע לעבן, דארט האט ער זיך יא אויפגערעגט, ווייל ווען איינער פרעגט אויף השי"ת דאס טוט אים שוין יא זייער וויי, טאקע דאס האט ער איר געענטפערט, איך בין עפעס א גאט'ס פארטרעטער?! השי"ת אונזער באליבטע טאטע ער האט אונז געמאכט אדורך גיין דעם שווערן נסיון, זיכער איז דאס די בעסטע, לאמיר ווייטער דאווענען און טוען השתדלות, אבער ואם אין מתה אנכי ווי קענסטו דאס זאגן?! און אזוי אויך שפעטער ווען לבן לויפט אים נאך מיט טענות ווי האסטו געקענט אוועקגיין און מיך איבערלאזן, איך וואלט ווען דיך צוריקגעברענגט ווען נישט השי"ת זאגט מיך אָן, זאגט אים יעקב וואס דרייסטו א קאפ, אז דער באשעפער האט מיר געהייסן אוועקגיין איז נישט דא קיין שום אנדערע מציאות אויף דער וועלט וויאזוי דו קענסט מיך צוריקברענגען אפילו די ווילסט, ס'איז נישט אין מיינע אדער אין דיינע הענט, נאר וואס השי"ת הייסט דאס טוט מען.

צווישן רחל מיט לבן איז אבער געווען א יסודות'דיגע חילוק, רחל האט עס געזאגט פון די טיפעניש פון א אידישע מאמעס צובראכן הארץ וואס איז אדורך צער און יסורים, און טאקע דערנאך וואס זי האט געהערט די ווערטער וואס זענען ארויסגעקומען מעומק הלב פון איר טייערע מאן יעקב אבינו האט זי עס אנגענומען, ווי מיר געפינען אז גלייך דערנאך האט זי זיך צוזאם גענומען טוען די ריכטיגע השתדלות, אבער דער לבן ער לעבט מיט יעקב אבינו, ער פאפט אים איינמאל און נאכאמאל, און אלעס מיט כל מיני סיבות און תירוצים פון פארשטאנד, ווי דער פסוק זאגט אז נאכדעם וואס יעקב האט אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט פארטוישט רחל מיט לאה האט ער געזאגט ווי קען איך טוען אזא זאך געבן די יונגערע פאר די עלטערע וכו', כסדר פלעגט ער פארדרייען די פשוט'ע וועגן ווי א מענטש פירט זיך, דאס מיינט ולבן בקש לעקור את הכל ער האט געוואלט פארדרייען די יוצרות, און נאך זיין א למדן אין דער זייט ער האט געוואלט אריין ברענגען די מחשבה אז דער מענטש קען זיך אויסשטעלן דאס אייגענע לעבן און טוען דאס וואס ער טראכט און פארשטייט אָן זיך לאזן פירן פון א מלך מלכי המלכים.

און דאס ברענגט דער אידעלע ארויס ווען ער ברענגט די ביכורים, וואס כאטש דער מענטש וואלט דאך געקענט זאגן רבש"ע איך זאג צו אז איך וועל דיר געבן א גרויס חלק פון מיין פעלד, אבער וואס פעלט אויס צו געבן די ערשטע פירות וואס וואקסן? פארוואס דארף איך א יעדן טאג גיין באקוקן מיין פעלד צו די ערשטע פירות זענען שוין גרייט וכדומה? רבש"ע ווען אלעס וועט פערטיג ווערן וועל איך דיר שוין ברענגען... זאגט אבער דער אידעלע ניין, איך מאך נישט קיין חשבונות מיט אונזער טאטע ווי לבן האט געטוען, איך פארשטיי אז וואס ער הייסט און וואס ער בעט דאס טוט מען, און נישט סתם נאר מיט א אמת'דיגע שמחה פיל מיט אמונה אז דאס איז די בעסטע און דאס איז די איינציגסטע וועג פון הצלחה, און טאקע דאס ברענגען מיר ארויס פאר די קינדערלעך פסח אויף דער נאכט, אז שוין פון אנהייב האט דער ארמי אובד אבי געוואלט אריינברענגען אין אונז דער געדאנק אז דער מענטש קען זיך אויסשטעלן זיין אייגענען פלאן, מיט זיין אייגענעם פארשטאנד, און טוהן מה שלבו חפץ, און דעמאלטס האט אונזער פאטער יעקב אריינגעברענגט אין אונז דער כח וואס בלייבט מיט אונז תמים תהיה עם ה' אלוקיך, ווען עס קומט צו דינען השי"ת דארף מען גיין מיט תמימות, טוהן וואס איז ריכטיג און זיך לאזן פירן פון אונזער געטרייער פאטער, און אפילו ווען ס'איז שווער דארף מען געדענקן התהלך עמו בתמימות, געדענק אז דער טאטע האט אייביג די בעסטע פלאן פארן קינד.

לסיכום געדענק:

• ווען עס גייט דיר שווער, גייסט אדורך שוועריגקייטן פארשטיי אז דו דארפסט נישט אלעס פארשטיין.
• לאז זיך פירן פון אונזער טאטע אין הימל ער ווייסט וואס איז די בעסטע פאר דיר.
• 'תמים תהיה', גיי נאך די וועגן פון השי"ת מיט א תמימות, ווייל דארט ווי דער טאטע פירט איז אייביג דאס בעסטע פארן קינד.

געפאסט מיט רשות
מיר האבן ציגעלייגט א פייל און פי-די-עף
בייגעלייגטע פיילס
[172]מיט_א_טיפערן_בליק_ויצא.pdf
(59.59 KiB) אראפגעלאדנט 92 מאל
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר