וואס איז "דרוש"?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

וואס איז "דרוש"?

שליחה דורך יאנקל »

ווען א מענטש מאכט א שיינעם דרוש צו פארענטפערן א מדרש פליאה אדער מסביר צו זיין דעם כפל הלשון פון "שמח תשמח", וואספארא סארט יצירה איז דאס? איז דאס תורה? איז בכלל פאראן א מקום צו זאגן אז דער בעל המדרש האט דאס באמת מכוון געווען? איז דאס בלויז פרפראות לחכמה און ווי א הנאה וואס א בעל דרשן גיט פאר די צוהערער נישט אנדערש ווי א שיינעם משל, אדער איז דערין פאראן א תורה'דיגן אמת?

און וואס טוט זיך מיט דרושים פון אמאליגע גדולי ישראל? האט דער פרשת דרכים באמת געהאלטן אז יעקב און עשיו האבן זיך מפלפל געווען אין דער סוגיא פון דבר שלא בא לעולם, אדער איז עס נאר א שעפערישער וועג וויאזוי אריינצוברענגען סוגיות הש"ס אין די סיפורי המקרא, און אזוי ברענגען חשק און אהבת התורה?

ווען האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל האט געזאגט זיינע דרושים וועלכע זענען געדרוקט אין דברי יואל האט ער באמת געהאלטן אז די פסוקים און מדרשים האבן דאס מכוון געווען, אדער איז זיין עיקר כוונה געווען צו נוצן די שיינע דרושים צוצוקומען צו די דברי מוסר והתעוררות?

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר