מיר שטאמען נישט פון עיפס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

מיר שטאמען נישט פון עיפס

שליחה דורך יאיר »

כידוע לכל באי שערי מדע, האט מען שוין פעסטגעשטעלט אין די סייענטיפישע וועלט פאר א לאנגע צייט אז מענטשן שטאמען פון עיפס. פונדעסטוועגן איז דאס נישט געווארן אקצעפטירט דורך א ריזיגע צאל מענטשן, בפרט די רעליגיעזע באפעלקערונג. טייל מענטשן שעמען זיך אז זיי שטאמען פון עיפס. אנדערע ווארפן דאס אפ בהחלט, פארשטייענדיג אז דער מענטש איז 'עפעס אנדערש'. ער איז קלוג, פארגעשריטן, געטליך. ער האט א הייליגע נשמה וואס ברענגט אז ער זאל טון בעיקר גוטס אין זיין לעבן. גוט, אמאל פאלט ער דורך, אבער דאס איז נאר צוליב דער רשעות'דיגער אומזעהבארער שטן וועלכער שטייט אים אין וועג און וועט סייווי בקרוב געשאכטן ווערן. דער מענטש אליין, ווער רעדט נאך דער איד, איז ממש לויטער חכמה און פקחות, דערהויבן און גרעסער פון יעדער בעל חי אויף דער וועלט. עס איז קלאר בעיני כל רואה אז די גאנצע תכלית פון די בריאה איז בלויז געווען כדי צו צוקומען צו דעם מענטש.

ובכן, האב איך זיך ארויסגעלאזט אויף א באזוך צווישן פארשידענע סארטן מענטשן. איך האב זיך געוואלט באקענען פון דער נאנט מיט דער בעל חי וועלכער טענה'ט מיט איבערצייגונג אז ער איז דער מובחר הברואים. איך האב געכאפט א שמועס מיט אלע מיני מענטשן, פון פארשידנארטיגע קרייזן, נאטורן, רעליגיעס וכדו'. אזוי רעדנדיג מיט זיי, האב איך געקענט זען פון דער נאנט ווי ממש יעדער איינער פון זיי איז אזוי זיכער ווי ער איז דאס בעסטע און דאס שענסטע וואס די אוניווערס פארמאגט. אויף יעדע שאלה וואס איך האב נאר געהאט אויף א מענטש'נס אויפפירונג אדער אויף זיינע אפיליאציעס האט ער מיר תיכף מסביר געווען בטוב טעם ודעת ווי שכל'דיג און ווי קלוג זיין יעדער שריט איז, ווי יעדער פון זיינע מיינונגען זענען פעסט אויסגעבויט און אויסגעהאלטן לויט זיינע פרינציפן.

זיך באקענענדיג אבער נענטער מיט די אלע מענטשן, האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אביסל אן אנדער בילד. לאמיר איבערגעבן אביסל פון וואס איך האב אנטדעקט, אלס וואס איך האב באגעגנט:

    מענטשן וואס האלטן אז אויב א טאטאלער פרעמדער פון די גאס פארגינט זיי נישט זייער שיינע לעקסוס וועלן זיי פארלירן זייער פארמעגן, א קינד, אדער שלום בית, און אויב זיי וועלן אנטון א בלויע שטיין אדער א רויט בענדל וואס מען האט ארומגעבינדן ארום א שטיין וואס מען האט געלייגט נעבן א פרוי פון וועמען זיי שטאמען וועט זייער פארמעגן, קינד און שלום בית ווערן געראטעוועט.

    מענטשן וואס האבן פון אלעם גוטן, און ארבעטן פון צופרי ביז ביינאכט אין שווערע אומשטענדן, צוקריגן זיך מיט זייערע בעסטע פריינט און משפחה אדער רייסן ארויס דעם ביסן ברויט פון ארימעלייט, כדי אז ווען זיי נעמען ארויס דעם רעסיט פון זייער באנק דעפאזיט זאל זיך געפינען דארט פיר זעראס און נישט דריי.

    מענטשן וואס זענען איבערצייגט אז אויב מען גלייבט אז גרונם חצקל וואס האט געלעבט פאר דריי טויזנט יאר צוריק האט גערעדט צו גאט איז מען א קלוגער, געלונגער, זאכליכער מענטש, אבער אויב מען גלייבט אז יקיש פייוויש וואס האט געלעבט פאר צוויי טויזנט יאר צוריק אדער פאר פינף הונדערט יאר צוריק אדער פאר פינף מינוט צוריק האט גערעדט צו גאט איז מען א טיפש, א חסר דעה, און א פתי יאמין לכל דבר.

    מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט צו באצאלן גראסערי בילס וואס לאזן זיך קאסטן צענדליגער טויזנטער דאלארן כדי אנדערע מענטשן וואס קענען נישט צאלן שכר לימוד בילס זאלן נישט מיינען אז זיי זענען שנארערס. דערנאך בעטן די גראסערי ארימעלייט פון די שכר לימוד ארימעלייט אז זיי זאלן מאכן א טיי אווענט, וואו אלע שכר לימוד ארימעלייט וועלן אראפגעבן מעשר פאר די גראסערי ארימעלייט, כדי אז ווען די שכר לימוד ארימעלייט וועלן חתונה מאכן זאלן די גראסערי ארימעלייט זיי צוריק מאכן א טיי אווענט כדי די גראסערי ארימעלייט זאלן נישט מיינען אז זיי זענען גאר די שנארערס.

    מענטשן וואס האלטן אז אויב א שלשידעס וויינענדיגער אדמו"ר וועט אנקוקן א ווייסע פאפיר וואו עס שטייט דער נאמען וואס זיין טאטע איז בייגעפאלן אים צו גיבן ביי זיין ברית אינאיינעם מיט דער נאמען וואס זיין מאמע'ס טאטע איז איינגעפאלן צו געבן ביי איר קידוש וועט זיין קענסער אוועקגיין, און אז אויב עס וועט שטיין דעם זעלבן נאמען אויף א פאפיר מיט ליניעס וועט די קענסער בלייבן.

    מענטשן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע סכומים כדי מען זאל לאזן אויסקריצן א זעקס פיסיגע טאבלעט און ארויפלייגן דערויף די שווארצע אותיות פון זייער נאמען און עס אויפהענגען פונקט אינדערמיט פון א הויכער בנין, און דערנאך זאלן אנדערע מענטשן כאפן א בליק דערויף בשעת זיי לויפן ארום פאר'דאגה'ט ווי אזוי צו ברענגען ברויט אין שטוב אדער ווי אזוי צו אויסהיילן זייער קינד'ס מחלה.

    לכל הפחות א ביליאן מענטשן אויף דער וועלט פון וועלכער יעדער איינציגער מענטש איז איבערצייגט אז ער איז דער איינציגער וועמען עס איז געלונגען זעלבסשטענדיג צו אנקומען צו דעם ריינעם גענויעם אמת, בעת אלע אנדערע ניין הונדערט ניין און ניינציג מיליאן און ניין הונדערט טויזנט ניין און ניינציג מענטשן זענען פאטאל אומלאגיש, אומ'שכל'דיג, פול מיט נגיעות, קארופטירט און מושפע פון אנדערנ'ס מיינונגען.

    אלטע זיידעס מיט ווייסע בערד וואס שעפן עמערס פון חיות פון דעם וואס אנדערע אלטע זיידעס און יונגע בחורים קוקן זיך צו ווי זיי קלאטשן און אפטמאל קלאטשן זיי מיט. דערנאך רופן זיי זייערע ברידער אין געריכט וויבאלד זייערע ברודערס האבן אויך טויזנטער מענטשן וואס קוקן ווי זיי קלאטשן וואס וואלטן בעצם געקענט קוקן ווי זיי אליין קלאטשן ווען נישט זייער ברודער האט זיי באאיינפלוסט צו קומען קוקן ווי ער קלאטשט.

    מענטשן וואס האבן כסדר מורא צו טון וואס זיי ווילן באמת, אדער זאגן וואס זיי האלטן אדער זענען באמת, צוליב א פחד אז אנדערע מענטשן וועלן זיי אראפקוקן פאר'ן זאגן אדער טון זאכן וואס זענען נישט איינשטימיג מיט וואס זיי האלטן, און צוליב דעם האבן די אנדערע מענטשן אליין מורא צו זאגן וואס זיי זענען באמת, ווייל די ערשטע וועלן זיי אראפקוקן פאר'ן זאגן זאכן וואס זענען נישט איינשטימיג מיט וואס זיי אליין האלטן, וחוזר חלילה.

    מענטשן וואס האבן ליב צו ליינען און הערן זאכן וואס שטימען מיט א געוויסע וועלט אויסקוק וואס זיי אליין האלטן נישט דערביי, וויבאלד עס גיבט זיי די אילוזיע אז פאקטיש האלטן רוב מענטשן אזוי, בשעת די זעלבע רוב מענטשן פארלאזן זיך אז מסתמא האלטן אזוי רוב פון די אנדערע מענטשן און זיי ווערן פאקטיש יא צוקאכט ביים ליינען אז כלל ישראל איז אויפגערודערט, אדער אז די גאנצע וועלט איז אין טרויער, אדער אז די הימלען פאלן איין, אדער אז א בליץ האט געבליצט און א דונער האט געדונערט אינמיטן העלן טאג.

    מענטשן וואס גרויסן זיך אז אלעס וואס זיי האלטן אדער גלייבן איז אויסגעהאלטן לויט לאגיק און שכל, בשעת זייער אייגענע לאגיק איז נישט אויסגעהאלטן לויט זייערע אייגענע לאגישע כללים וואס זיי אליין האבן אראפגעשטעלט.

    מענטשן וואס זאגן אויף די זעלבע זאך היינט יא און מארגן ניין, האבן נישט קיין פראבלעם צו צוטיילן א האר אויף צוויי חלקים וואס זענען בכלל נישט קיין פארגלייך איינער צום צווייטן, בשעת זיי וועלן תיכף דערנאך צוזאמשטעלן הודו מיט כוש וואס איז אזוי ענליך אז מען קען גארנישט מחלק זיין צווישן די צוויי.

    מענטשן וואס זענען פארנומען כסדר אז יעדער איינער איז גלויביג און לאזט זיך פארנארן כאטש אלע זייערע גלויבונגען האבן לעכער, בשעת אקוראט די זעלבע לעכער געפינען זיך אויף זייער נאז, פארדעקט אונטער די ברילן.

    יונגע און אלטע, פרויען און מענער, טאטעס און זיידעס, באבעס און עלטער באבעס, וואס רעדן זיך איין אז זיי מאכן אליין אפ ווי אזוי צו פירן זייער לעבן לויט גאר ריכטיגע און לאגישע חשבונות, בשעת יעדער טריט זייערער ווערט געפירט אונטער זייער באוואוסטזיין דורך הונדערטער טויזנטער פסיכאלאגישע גורמים, געוואנדן לויט די רענדאם געשעענישן פון די געזעצן פון נאטור, פון ווען זיי ווערן צוזאמגעשטעלט אין זייער מוטער ביז ווען זיי הויכן אויס זייער נשמה.


מתוך די אלע אבזערוואציעס בין איך געקומען צו די מסקנא אז מיר שטאמען טאקע נישט פון עיפס. מיר זענען אליין אליין עיפס. דער איינציגסטער חילוק איז אז עיפס רעדן זיך נישט איין אז זיי זענען מענטשן. דערפאר האבן נישט עיפס קיין האלאקאוסט, קיין טעראר אטאקעס, קיין רעליגיעזע פאנאטיזם, און קיין קאווע שטיבל וואו מען רעדט זיך אפ אויף די אלע זאכן.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 75 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר