די קשר פון חנוכה מיט סוכות און א תירוץ אויף די בית יוסף קשיא

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1354 מאל

די קשר פון חנוכה מיט סוכות און א תירוץ אויף די בית יוסף קשיא

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

דובבער צייכנט צו די ספר המכבים ב' (מכבי II ווערט ביי די היסטאריקער פארעכענט אלץ א קראנטע ספר פון א היסטאריקעל פערספעקטיוו און איז פארפאסט געווארן בערך הונדרעדט יאר פארן חורבן בית שני, בזמן החשמונאים) אלץ א תירוץ צו די קשיא וואס די בית יוסף'ס האט געמאכט בארימט..

אויב דובבער'ס טעאריא איז אמת איז די מעשה מיט די נס פון די קריגעל אויל, וואס ווערט ערשט דערמאנט אין חז"ל מיט א גוטע 250 יאר שפעטער, צוגעלייגט געווארן צו א יום טוב וואס מ'האט שוין פאר אנדערע סיבות געפייערט פאר 8 טעג.

מכבי 2 פרק י': "ומכבי ואשר אתו שבו ויכבשו בעזרת ה' מנהיגם את המקדש ואת העיר... וביום אשר טמא המקדש בידי נכרים )ראה מקבים א סוף פרק א נד-נט( ביום ההוא היה טהור המקדש בעשרים וחמישי בחודש ההוא, הוא כסלו. ויחוגו את שמונת הימים בשמחה, כחג הסוכות, בזכרם את רעותם לפני זמן מה בחג הסוכות בהרים ובמערות, כחיות השדה. ועל כן בענפי עץ עבות ובענפי הדר ובכפות תמרים בידיהם הודו לאשר הצליח בידם לטהר את מכונו"

די פראסטרייטאד חשמונאים, פאריאגט אין די היילען און אין די פעלדער האבן געשפיעלט קעיטשאפ מיט די יום טוב סוכות וואס זיי האבן אט פארפאסט. און די נעשענעל סעלעברעישענס ארום די וואונדערליכע ניצחונות איז געפראוועט געווארן מיט די גאנצע אייפער פאר 8 טעג. טאקע אויך מיט די ד' מינים. און די ספר מכבי פארשטייט זיך רעדט אסאך ארום פון די "על הנסים" ניסים.

יפתח שרייבט א הערליכע קאמענט פאר דובבער און צווישען די שורות שרייבט ער:
I for one, enjoy the fact that the rabbis "reinvented" the holiday to serve their own purposes. That's the nature of tradition, it evolves over time, and new meaning is added to the old at every stage.

הרב שמואל דוד די רב הראשי פון עפולה האט א מאמר אויף חנוכה מיט חסידישע געדאנקען וואס שטייט נישט גוט פאר א תלמיד פון א בני עקיבא חדר אבער ער האט א שיינע צושטעל צו די גמרא אין מסכת שבת: "תנו רבנן: מצות חנוכה נר איש וביתו, והמהדרין נר לכל אחד ואחד, והמהדרין מן המהדרין: בית שמאי אומרים: יום ראשון מדליק שמונה, מכאן ואילך פוחת והולך. ובית הלל אומרים: יום ראשון מדליק אחד, מכאן ואילך מוסיף והולך. אמר עולא: פליגי בה תרי אמוראי במערבא... וחד אמר: טעמא דבית שמאי כנגד פרי החג, וטעמא דבית הלל דמעלין בקודש ואין מורידין"

מיט אביסל ביקורת התלמוד פון ספר המכבי פארשטייט מען גוט די צושטעל צו די פרי החג אלץ א טעם פאר די שיטת בית שמאי.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 70 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר