אמונה מיט שכל - פארוואס מיר גלייבן

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

אמונה מיט שכל - פארוואס מיר גלייבן

שליחה דורך שיטה מקובצת »

לאור [tag]שמעקעדיג[/tag]'ס פאזיטיוון אשכול פאר חיזוק אין אמונה אין אונזער דור השפל, עפען איך דעם דאזיגן אשכול וואס איז געמאכט פאר די פשוט'ע שכל'דיגע יסודות פון אמונה, עפ"י אזעלכע ספרים ווי ספר הכוזרי, ספר העקרים, רבינו סעדיה גאון, רמב"ם, חיי עולם, און די ספרי מורי ורבי הגאון החסיד רבי אביגדור מיללער זצ"ל.

דאס איז נישט קיין חקירה אשכול, און איך עפן דאס דירעקט נישט אויף אין "העמק דבר". דא וועלן מיר בע"ה פראבירן צו מאכן א ליקוט פון ראיות פאר אונזער אמונה טהורה. הן שטארקע ראיות און הן שוואכערע ראיות. דא איז נישט די פלאץ צו דעבאטירן ווי שטארק א ראיה איז אדער אויב עס איז בכלל א ראיה. אז מ'ברענגט א ראיה פאר אמונה זאל מען דאס נישט אפווארפן! דא איז נישט די פלאץ דערפאר. נאר ווער עס האט עפעס מוסיף צו זיין מחזק צו זיין די אמונה זאל שרייבן. (העכסטנס אויב מ'האט ערגעץ אנדערש גערעדט פון דעם ענין בעומק זאל מען צוצייכענען א לינק).

ווער עס האלט אז די אשכול האט נישט קיין פשט/איז אפגעפרעגט/מאכט נישט קיין סענס/איז נישט שכל'דיג/איז נישט אובייקטיבי וכו' וכו', זאל ביטע נישט שרייבן דא.


איך וועל אנפאנגען מיט דעם באקאנטן ראיה פון דעם הייליגן ספר הכוזרי. דער ספר הכוזרי איז נתחבר געווארן דורך רבינו יהודה הלוי ז"ל, דער גרויסער פייטן און בעל מחשבה. דאס איז געמאכט געווארן אויפ'ן רקע פון א דעבאטע וואס דער קעניג פון כוזר האט געהאט מיט דריי חכמים פון די דריי הויפט רעליגיעס, אידישקייט, קריסטנטום און איסלאם. צום סוף האט דער קעניג געזעהן אז דער איד רעדט די מערסטע צו די זאך, און ער און די גאנצע מדינה האט זיך מגייר געוועהן.

אין דעם ספר ווערט דער אידישער חכם אנגערופן "החבר". דער חבר איז מסביר פאר'ן קעניג אז מיר אידן גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן במעמד רבבות אלפי ישראל, זעקס הונדערט טויזענט מענער איבער צוואנציג, פלוס פרויען און קינדער, צו א חשבון פון איבער צוויי מיליאן מענטשן. עס איז נישט מעגליך אז אזא מעשה, פון אזא מאסיווע התגלות זאל האבן אויסגעטראכט געווארן סיי ווען, ווייל עס איז איבערגעגאנגען פון טאטע צו זון און פון מאמע צו טאכטער "בקבלה הדומה למראה עינים". די קבלה וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון אונזערע עלטערן, אין יעדן דור, איז אייביג געוועהן מדיוק, מיט די זעלבע פרטים, און אלעס גייט צוריק צו דעם מקור: די מעמד הר סיני אליין.

עס איז נישט דא קיין איין אנדערע רעליגיע וואס פארקויפט אז זיי האבן געזעהן אזא מאסיווע התגלות. די קריסטן זאגן אז יוזל האט זיך באוויזן פאר 12 תלמידים, די מוסולמענער גלייבן אז מלאך גבריאל האט זיך באוויזן צו מוכאמאד אליין. די אידן זענען די איינציגסטע וואס זאגן אז די מראה נבואה איז נישט געוועהן נאר פאר איין אויסדערוועלטער מענטש, אדער גאר נאנטע קאלאבארירנדע תלמידים, נאר די גאנצע פאלק, יעדער מענטש, יעדע פרוי, יעדעס קינד – יעדער יעדער האט מיטגעהאלטן און איז געווארן איבערצייגט אין די אמת פון די תורה. די אידישע רעליגיע איז די איינציגסטע רעליגיע וואס פארשטייט אז "ויאמינו בה' ובמשה עבדו" קומט דווקא נאך אותות ומופתים וואס יעדער בלי שום יוצא מן הכלל האט מיטגעהאלטן.

הרב נוגרשל פון ארץ ישראל לייגט צו א אינטערסאנטע נקודה. אין פסוק שטייט (דברים ב', ל"ב-ל"ד) "כי שאל נא לימים ראשונים אשר היו לפניך, למן היום אשר ברא אלוקים אדם על הארץ, ולמקצה השמיים, ועד קצה השמיים, הנהיה כדבר הגדול הזה, או הנשמע כמוהו. השמע עם קול אלוקים מדבר מתוך האש, כאשר שמעת אתה, ויחי. או הניסה אלוקים, לבוא לקחת לו גוי מקרב גוי, במסות באותות ובמופתים ובמלחמה וביד חזקה ובזרוע נטויה, ובמוראים גדולים, ככל אשר עשה לכם ה' אלוקיכם, במצרים לעיניך". די תורה זאגט אז קיינער, קיין שום אנדערע אומה ולשון, פראבירט אפילו נישט צו טענה'ן אזא זאך אז עס זיי האבן געהאט אזא התגלות. ווייל עס איז נישט מעגליך! מען קען נישט זאגן אז עס איז געווען אזא התגלות, אויב עס האט נישט טאקע פאסירט. אויב וואלט דער מחבר פון די תורה אויסגעטראכט די מעשה פון מתן תורה וואלט ער דאך געוויסט ווי גרינג עס איז אויסצוטראכטן, און ער וואלט קיינמאל נישט געשריבן אזא געוואגטע נבואה אז קיינער אנדערש וועט נישט אויך אויסטראכטן אזא מעשה! ער וואלט דאך געדארפט טראכטן אז פונקט ווי ער האט דאס געקענט אויסטראכטן וועט א צווייטע רעליגיע דאס אויך קענען אויסטראכטן! נאר דער בורא כל העולמים אליין האט געקענט זיך וואגן צו שרייבן אזא נבואה, וויסנדיג אז טענה'ן אז אזא התגלות האט פאסירט קען מען נאר אויב עס איז אמת. און ווי מיר זעען טאקע איז די נבואה פולקאם מקוים געווארן, אז אפילו אזויפיל טויזענטער יאהרן שפעטער האט נאך קיין שום רעליגיע נישט באוויזן צו פארקויפן אז זיי האבן געהאט אזא התגלות.

רבי אביגדור מיללער איז מסביר אז מיר קענען צוריקגיין ביז די זמן מתן תורה, אנגעפאנגען פון יעצט, און מיר וועלן זיך איבערצייגן אז עס איז אוממעגליך געוועהן סיי ווען אויסצוטראכטן אזא מעשה. מיר האבן דאך דעם ספר יוסיפון וואס איז געשריבן געווארן נאך צוויי טויזענט יאהר צוריק. און דארטן זעען מיר קלאר אז גאנץ כלל ישראל האט געגלייבט אין מתן תורה. די תורה איז געגעבן געווארן אין יאהר 2448. ספר יוסיפון איז געשריבן געווארן בערך אין יאהר 4713 – וואס דאס איז 2265 יאהר נאך מתן תורה. יוסיפון שרייבט דאך די היסטאריע פון זמן בית שני וואס איז געוועהן גלייך נאך בית ראשון וכו'. בית ראשון איז געבויט געווארן אין יאהר 2928 – ווייניגער פון 500 יאהר נאך מתן תורה! רבי אביגדור מיללער גייט אזוי צוריק די גאנצע היסטאריע אין יעדע תקופה און ווייזט אויף קלאר ווי עס איז די גרעסטע טפשות צו זאגן אז אזא מעשה האט לאו דווקא פאסירט.

אז מען איז זיך מתבונן אין דעם לאזט דאס נישט איבער קיין שום ספק אין די אמיתת התורה, און דאס ברענגט ארויף דאנק ווערטער צום רבוש"ע אז ער האט אונז נישט באצווינגען מיט א אמונה וואס מ'איז מקבל מחמת טפשות (אזוי ווי די אנדערע גוי'אישע אמונות) נאר א אמונה וואס דווקא מיט שכל זעהט מען די געטליכקייט און ווינדערליכקייט דערפון.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר