בעש"ט: נישט נשתכח, נאר נישט פארשטאנען

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

בעש"ט: נישט נשתכח, נאר נישט פארשטאנען

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

יעדער ווייסט און יעדער וואס ווייסט זאגט, אז דער בעש"ט איז געווען א חידוש וואס קומט אויף דער וועלט אראפ איינמאל אין טויזנט יאר. אפשר ביי די גאר עקשנות'דיגע ישיבה'שע קרייזן האלט מען נאך היינט נישט ממש אזוי, אבער איבער דער וועלט בכלל, אפילו נישט דער נישט רעליגיעזער און אפילו דער נישט אידישער, ווערט דער בעש"ט באטראכט ווי א רעוואלוציאנערישער פענאמען, וואס לאזט זיך כמעט נישט ארומנעמען.

ווען מען וויל אבער בעסער פארשטיין גענוי וואו און אין וואס דער חידוש ליגט, שטויסט מען זיך אן אין א וואנט.

דער בעש"ט איז געווען א הייליגער מענטש, א קדוש אלוקי, וואס האט דעם אויבערשטן געדינט אויף א מדריגה, וואס מענטשן וואס זענען געווען למעלה מהשגתינו האבן געזאגט זיי קענען נישט משיג זיין. אבער נישט דאס קומט אויפ'ן געדאנק ווען מען זאגט: "בעל שם טוב". מיר טרעפן זיך נישט דווקא טראכטן פון אן "עובד השם".

דער בעש"ט איז אויך געווען אזא סארט "טל של תחי-ה", וואס האט אויפגעפלאקערט דאס צאנקענדע נקודת היהדות, דעם חלק אלוקי ביים המון עם, וואס איז אין זיין תקופה געשטאנען אין סכנה פון פארלאשן ווערן. אבער אויס דעם אויס, וואלטן מיר אויפ'ן בעש"ט געזאגט: "כמה גדולים מעשי חייא." דער תנא רבי חייא איז געווען גרויס און הייליג, און כפי ערכינו, מער מלאך ווי א מענטש. זיין פערזענליכקייט טראגט אבער נישט אין אונזער היסטאריע דאס זעלבע משמעות ווי דעם בעש"ט.

אין די אויגן פון א צאל נישט פרומע פארשערס איז דער בעש"ט געווען אזא סארט "רעוואלוציאנער", וואס האט אויפגעהויבן דעם פשוט'ן מענטש צו א העכערער דרגה אין דער געזעלשאפט. ביז'ן בעש"ט איז דער המון עם, דער פראסטער איד פון שטעטל און דערפל, באטראכט געווארן ווי כמעט-גארנישט. יענע זענען געווען עמי הארצים און פראסטע נפשות, מיט פראסטע, קליינע השגות. די לומדים און שיינע אידן האבן אויף זיי אראפגעקוקט, און די פשוט'ע אידן האבן ביי זיך אליין אין די אויגן געטראגן גאר ווייניג חשיבות. זייער דאווענען, האבן זיי געוואוסט, איז אין הימל נישט ווערט קיין סך, און דער צאקליעטשעטער עברי מיט וועלכן זיי האבן געזאגט תהילים איז אזוי גוט ווי א הינקענדיג פערדל פאר א פריצישער קארעטע.

אבער אפילו די פארשערס וועלן נישט אוועקשטעלן דעם בעש"ט נעבן מארקס און לענין, און וועלן זיי לעבנס-געשיכטע נישט אריינשטעלן אלס קאפיטל אינעם בוך פון פרייהייט-רעוואלוציעס.

דער בעש"ט האט טאקע איינגעפירט עטליכע למעשה'דיגע, הלכה'דיגע שינויים, ווי א חומרא אויף חלפים, דאווענען אויף נוסח ספרד; חסידים האבן אויך אוועקגעווארפן די מרה שחורה, זיך געוואונטשן לחיים נאכ'ן דאווענען, און געמאכט א טענצל. אבער… אבער דער בעש"ט איז נישט קיין "רעפארמער"; פארקערט, די חסידים האבן דווקא געזוכט מהדר צו זיין אין מצוות און האבן נישט מוותר געווען אויף קיין האר הלכה. נאכמער: פון די תלמידי הבעש"ט זעלבסט, ממש ביים דריטן דור, האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אזויפיל פארשידנערליי, און אפילו קעגנגעזעצטע דרכים - אלע אין נאמען און באטראכטנדיג זיך ווי ממשיכי דרכו.

פונעם בעש"ט אליין איז אונז כמעט גארנישט פארבליבן. ס'איז פאראן דער בריוו וואס ער האט געשריבן צו זיין שוואגער רבי גרשון קיטובער, די "צוואת הריב"ש", אבער נישט קיין סך מער. דער בעש"ט האט נישט פארשריבן און נישט געלאזט זיינע תלמידים פארשרייבן זיינע תורות. דאס וואס מיר האבן היינט קומט פון וואס זיינע תלמידים, וועמענס תורות זענען יא געדרוקט געווארן, האבן נאכגעזאגט בשמו. (די "שמעתי ממורי'ס" אינעם תולדות יעקב יוסף, זיין אייניקל דער דגל מחנה אפרים און אנדערע.) דער ספר "שבחי בעש"ט", וואס איז דער עיקר קוואל פאר די ביאגראפישע פרטים פון זיין לעבן, איז געדרוקט געווארן צום ווייניגסטנס עטליכע צענדליג יארן נאך דעם בעש"ט'ס פטירה. און אפילו דאס אליין, דעם בעש"ט לעבן, איז איינגעהילט אין מיסטעריע. ארום זיין געבורט און עלטערן זענען פאראן צוויי סתירה'דיגע ווערסיעס, און דאס זעלבע אויך איבער אנדערע פרטים פון זיין לעבן.

בנוגע תורת הבעש"ט, האט קיינער נאכנישט באוויזן אויפצוקומען מיט א סך הכל וואס דאס איז. אלע חסידישע פארשערס און מעמקים אין תורות הבעש"ט זענען מסכים, אז כמעט אלעס וואס מען געפינט אין זיינע הייליגע ווערטער זענען שוין געשריבן געווארן פון פריערדיגע. דאס זעלבע אויך, כמעט, אויב נישט אלעס מיט וואס חסידים האבן זיך אויסגעצייכנט און געווען אנדערש, איז שוין געווען בנמצא פריער ווי דעם בעש"ט. אין זיין תקופה אליין, האט זיך אין דער שטאט בראד געפונען א גרופע "חסידים", וואס האבן זיך אויפגעפירט מיט פרישות, גע'מקווה'ט, געדאוונט מיט התלהבות און התפעלות, און זענען אין אנהייב דווקא געווען שארפע מתנגדים פונעם בעש"ט.

אפילו די וואס ווייזן יא אן אויף אן אייגנארטיגן חידוש, וואס דער בעש"ט האט צום ערשטן אראפגעברענגט אויף דער וועלט, קענען זיך אויך נישט אייניגן גענוי וואס דאס איז. און אויב ס'איז אזוי שווער דעם חידוש צו טרעפן און הערשט איז נישטא קיין איינהייטליכע מיינונג וואס דאס איז, איז שווער צו זאגן אז דאס גדלות פונעם בעש"ט איז בכלל באשטאנען אין א "חידוש". נישט דאס איז די נקודה. עס איז נישט מסביר דעם פלאץ וואס די פערזענליכקייט פונעם בעש"ט פארנעמט ביי אידן. (דער "נשתכח דרך הבעל שם" פארפעלט אויך אנצודייטן וואס ס'איז פארגעסן געווארן.)

דער נאענסטער אויב נישט איינציגער אופן צו באצייכענען דעם בעש"ט איז: "אור". דער בעש"ט איז געווען אן "אור גדול", א מאכטפולער כוח, א מורא'דיגע ענערגיע וואס איז געווען גרעסער ווי די וועלט, אין וועלכער ער האט געווירקט. די שטארקסטע כוחות אויף דער וועלט זענען פארשלייערט אין סתירה און מיסטעריע. די טיפסטע מושגים זענען אייביג באגראבן ערגעץ וואו וואס איז ממש דא, אונטער דער נאז, אבער אין דער זעלבער צייט אזוי נישט צוטריטליך. דעם שטריך געפינט מען אין סייענס, קונסט און מאטעמאטיק, און אפילו אין יהדות. די שווערסטע און אומפארשטענדליכסטע פרשיות ווערן ערקלערט דורך "עבירות לשמה" און אנדערע אזעלכע זאכן, וועמענס כללים מיר פארשטייען נישט און וועמענס עצם עקזיסטענץ הערט זיך ווי א סתירה מיני' ובי'. אין מאטעמאטיק זענען פאראן טיפע און קאמפליצירטע חשבונות איבער אוממעגליכע זאכן און אפילו סתירות - און דער חשבון שטימט פארט… די איידלסטע קונסט-ווערק - אין מאלערייען, מוזיק, ארכיטעקטור און נאך - זענען די צום ווייניגסטנס פארשטענדליכע און נישט זעלטן אפילו סתירה'דיג. דאס זעלבע געפינען מיר אין סייענס, אין פיזיקס, אז די אטאמס, וואס איז דער יסוד פון דער בריאה אויף ווי ווייט מיר פארשטייען, זענען מלא סתירות און מיסטעריעס, און וואס טיפער מען קריכט, אלץ גרעסערע סתירות און טיפערע מיסטעריעס באווייזן זיך.

און דאס איז נישט קיין צופאל. ווייל וואס גרעסער דער אור, אלץ ווייניגער קען ער פארשטאנען ווערן. ווען אן אור איז אזוי גרויס אז ער ווירקט און איז משפיע אויף אזויפיל מענטשן, אין אזויפיל תחומים, אויף אזויפיל יאר שפעטער, אויף אזא פארנעם - און נאך דערצו אן קיין רעוואלוציעס, כמעט אן קיין ממשות'דיגע שינויים, און אן ברענגען עפעס ניי צום טיש - מוז ער זיין עפעס וואס איז גרעסער ווי די זאכן וואס זענען דורך אים נשפע געווארן. ס'איז פונקט ווי די ענערגיע אינעם אטאם, וואס פארמאגט אומבאשרייבליכע, כמעט איבערנאטירליכע כוחות, אבער איז אזוי באהאלטן, נישט פארשטאנען, און פול מיט סתירות. די ענערגיע איז ניטאמאל ממשות'דיג, קען נישט אנגעטאפט ווערן, און קען כמעט נישט געהעריג מוגדר ווערן אין ווערטער. אונזער איינציגער קשר מיט דער ענערגיע איז די מורא'דיגע כוחות וואס זי האט און די תוצאות וואס זיי ברענגען.

דאס איז דער בעש"ט געווען: אן אור גדול ונורא, אן אפגלאנץ פון יענעם אור הגנוז, פאר וועמען עס זענען נישט געווען קיין מחיצות, קיין אפהאלט, קיין אפשטעל, און וועמענס כוח האט זיך אנטפלעקט אויף דער וועלט אויף א פארנעם וואס מיר זענען נישט געווען בכוח צו דערטראגן. דער בעש"ט איז נישט געווען קיין גאון, קיין צדיק, קיין בעל מידות, קיין פרוש, קיין מקובל, קיין גוטהארציגער מענטש, קיין מסירת נפש איד, קיין בעל רוח הקודש, קיין נביא, קיין קדוש. ער איז געווען דאס אלעס, אבער סך, סך מער. ער האט דאס אלעס געהאט און די אלע מדריגות זענען אין זיין פערזענליכקייט געווען פארקערפערט בתורת "לא זו - אף זו", אן "אף זו" וואס איז גרעסער ווי סיי וואס צו וואס מיר האבן סיי וועלכן שייכות...
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר