פרשת שמו"ת לערנט אונז, כל המוסיף גורע!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

פרשת שמו"ת לערנט אונז, כל המוסיף גורע!

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]אלס חכם עדיף מנביא, ווייס איך שוין די תורה וואס מיינע אינגלעך וועלן זאגן דעם שבת ביים טיש. דער אינגערער וועט זאגן פון לבוש: "ואלה שמות איז די ר"ת, ו'חייב א'דם ל'העביר ה'סדרה ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום", דער עלטערער וועט שוין זאגן די לענגערע ווערסיע פון בעל הטורים: "ואלה שמות בני ישראל איז די ר"ת, ו'אדם א'שר ל'ומד ה'סדר, ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום, ב'קול נ'עים י'שיר, י'חיה ש'נים ר'בות א'רוכים ל'עולם".

ווי אזוי ווייס איך עס? ווייל איך האב עס אויך געזאגט פאר מיין טאטע אין דעם עלטער, און אזוי קייקלט זיך עס זיך מדור לדור, בלי שום שינוי זוז כל שהוא.

איך האב זיך אבער אייביג זייער געמוטשעט מיט דעם רמז, עס איז מיר נישט אריין אין קאפ. זייער א שיינער רמז אז מען דארף מעביר סדרה זיין, דאס איז דאך א מצוה פון חז"ל "לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור משלימין לו ימיו ושנותיו", עס קומט נאך מיט אזא שיינע הבטחה פאר אריכת ימים ושנים. אבער די קשיא איז וואו קומט דאס אריין יעצט אין פרשת שמות.
יעצט דערמאנסטע מיר אז מען דארף מעביר סדרה זיין? נאכדעם וואס איז שוין דורך א גאנצע סדר בראשית וואס איך האב נישט מעביר סדרה געווען? און נאך מער איז שווער, פ' שמות קומט געווענליך אויס פון די קורצטע פרייטאגס פון יאר, פונקט יעצט זאגסטו מיר צו מעביר סדרה זיין? קוים וואס איך קום אן צו אטעמען אין אזא קורצע פרייטאג, ווי קען איך נאך אריינשטופן שנים מקרא ואחד תרגום?

ווען מען מאכט א שטיקל סורוועי ביים עולם זעהט מען אז רוב מענטשן זענען נישט מעביר סדרה. באמת איז דאס אינטערעסאנט, שטייענדיג אין אזא צייט ווי יעצט, אין אזא סגולות-עפאכע, ווען יעדער זוכט סגולות פון אונטערן טיש, פרק שירה/בת עין/צינדן ליכט/שיר השירים/און נאך, כוללים יאווען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן כולל תהלים/חצות/עין הרע/מנורת המאור און נאך. וואס רוב פון די סגולות זענען געבויעט אויף צווייפלהאפטיגע מקורות, עס קען טאקע נישט שאטן, אבער לאו דוקא אז עס טוט עפעס אויף. אין אזא צייט וואלט זיך דער עולם ווען געדארפט צוכאפן צו אזא סגולה וואס איז א קלארע חז"ל וואס זענען מבטיח אז ווער עס איז מעביר סדרה וועט האבן געזונטע לאנגע יארן, אבער משום איזה סיבה האט זיך דער עולם נישט צו שטארק צוגעכאפט דערצו.

און די סיבה איז באמת זייער פשוט, אפילו די לאנגע פרייטאגס זענען אויך זייער קורץ, ועאכו"כ די קורצע, און מען קומט נישט אן דערצו. פרייטאג צו נאכטס, אדער גייט מען צום טיש, אדער פאלט מען אריין אין בעט מיטן חשבון אז מארגן וועט מען אויפשטיין פרי און מעביר'ן די סדרה נאך פארן דאווענען, אינדערפרי שטייט מען אויף און מיט איין אטעם לויפט מען אין שוהל קוים צו כאפן דעם קל אדון. שוין, נאך די סעודה וועל איך עס משלים זיין, א מענטש טראכט און גאט לאכט, נאכן טשולענט פאלט מען ווייטער אנידער אין בעט און ווען מען שטייט אויף קען מען קוים כאפן מנחה, און אזוי איז עס דורך, און מען זאגט זיך הייס צו אז נעקסטע וואך וועט מען מעביר סדרה זיין, און דאן איז די גאנצע מעשה חוזר חלילה, ביז ווען מען מאכט אפ, איינער פריער און איינער שפעטער, אז דאס איז נישט פאר מיר געמאכט, די הלכה איז געגעבן געווארן בלויז פאר מלאכים, אדער פאר מענטשן וואס זענען דומה למלאך ה', אבער מיר פשוטע אידן קענען דאס בדרך הטבע נישט באווייזן.

דא קומט אריין די חכמת התורה וואס האט אונז אנגעזאגט לא תוסיפו על הדבר ולא תגרע ממנו, לייג מיר נישט צו צו די תורה, און אזוי וועסטו נישט אראפנעמען, שכל המוסיף גורע.

א בחור אין ישיבה, וואס לכאורה איז ער דארט מען זאל אים לערנען א וועג פאר זיינע קומענדיגע יארן, האט מען איינגעפירט אז פרייטאג נאכן דאווענען בלייבט מען מיט די תפלין און מען איז מעביר סדרה די גאנצע פרשה, נאך פאר פרישטאג.
זעהט אויס זייער א שיינער מנהג, אבער ווען מען קוקט די קאנסקווענצן, זעהט מען אז דאס איז מבטיח אז דער בחור זאל מער נישט מעביר סדרה זיין א גאנץ לעבן.
ווער האט די געדולד און נערווען צו זיצן א שעה צייט מיט די תפלין הונגעריג און מעביר סדרה זיין?

ווען מען קוקט אין שלחן ערוך די הלכות פון מעביר סדרה זיין (או"ח סימן רפ"ה) זעהט מען גאר אינטערעסאנטע זאכן. מען דארף בכלל נישט מעביר סדרה זיין פרייטאג, פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין (און באמת נאך פון שבת נאך מנחה, ווען מען האט שוין געליינט די נייע פרשה). מען מוז נישט דורכגיין די גאנצע סדרה אויף איין מאל עס קען זיין שטיקלווייז. מען מעג אויסרעדן אינמיטן. מען דארף עס נישט זינגן מיט די טראפן. מען דארף נישט זאגן פארדעם קיין שום פסוקים. מען דארף נישט זאגן נאכדעם די הפטורה און נישט קיין שום מזמורי תהלים. און פארשטייט זיך אז מען דארף עס נישט טוהן מיט די תפלין.

דער משנה ברורה ברענגט אז דער גר"א האט מעביר סדרה געווען יעדן טאג אביסל, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי, און אזוי ווייטער ביז סוף וואך האט ער געענדיגט די גאנצע סדרה.
ווען איך האב דאס געהערט, האב איך אויך עס אנגעהויבן צו טוהן, עס נעמט יעדן טאג בערך פינף מינוט, מען פיהלט אפילו נישט אז מען האט עפעס געטוהן, און זייט דעמאלט האב איך נאכנישט פארפעלט קיין איין וואך פון מעביר סדרה זיין, און אינאיינוועגס אריינגעכאפט די ברכה פון חז"ל אויף אריכת ימים ושנים.

מיר לעבן היינט אין א מאדנע וועלט, מען זוכט חומרות אויף חומרות על גבי חומרות, ווער עס קען אויפקומען מיט עפעס א פרישע חומרה איז א גרעסערער הירא. איך האב שוין ערגעץ געשריבן די מעשה מיט יענעם וואס האט געהאט א זאק וואס האט געקענט אריינגיין אין דעם הונדערט פאטעטעס, אבער ער האט פרובירט אריינצושטופן מער, און ווען ער האט געזעהן אז עס גייט א מחי', האט ער אריינגעשטופט מער און מער ביז ער האט מצליח געווען אריינצושטופן דערין גאנצע טויזנט פאטעטעס. אבער וואס ער האט פארפעלט איז געווען אז ער האט נישט באמערקט ווי פון אונטן האט זיך געעפנט א גרויסע לאך, און עס האט געהאלטן אין איין ארויסרינען נאך און נאך.
דער אייבערשטער קען אונז זייער גוט, ער האט אונז באשאפן און ער קען אונזערע נאטורן, און לויט דעם האט ער אונז געגעבן די תורה שבכתב ושבע"פ, און דאס איז וואס מיר דארפן טוהן, נישט צולייגן און נישט אראפנעמען.

און דער חיוב פון מעביר סדרה זיין איז א געוואלדיגע ביישפיל פאר דעם, ווען מען זאל איינפירן צו טוהן בפשטות אזוי ווי עס שטייט אין שו"ע, יעדן טאג מעביר סדרה זיין אביסל, אן קיין צוגעלייגטע זאכן פון תפלין/שטייענדיג/נישט אויסרעדן/טראפן/פסוקים פארדעם און נאכדעם א.א.וו. וואלט זיכער רוב עולם מעביר סדרה געווען, איז געקומען איין חכם און געטראכט לאמיך איינפירן עס צו טוהן מיט אלע צוגעלייגטע זאכן, פארוואס דען נישט? וואס שטערט מיר צוצולייגן אז עס זאל זיין בעסער און שענער? (אינטערעסאנט אז ער האט נישט צוגעלייגט וואס דער אריה"ק האט געטוהן, ער האט מעביר סדרה געווען אין א ספר תורה), אבער די תוצאות דערפון קען יעדער זעהן היינט אז רוב מענטשן זענען נישט מעביר סדרה.
(עס איז איראניש צו טרעפן אידן אין שוהל זונטאג אדער מאנטאג וואס זענען משלים די פארגאנגענע סדרה, בעת וואס דאס איז נאר א בדיעבד און נישט לכל הדעות. און צו מעביר סדרה זיין פון זונטאג די וואכעדיגע סדרה איז א מצוה מן המובחר, און א לכתחילה שבלכתחילה לכל הדעות).

דערפאר איז מען אונז טאקע מרמז די וואך וועגן מעביר סדרה זיין. יא, האסט נישט מעביר סדרה געווען ביז יעצט, דאס איז נישט נוגע, הייב אן פון יעצט. יא, עס איז א קורצע פרייטאג, הייב אן פון זונטאג, יעדן טאג אביסל. און נאר אזוי קען מען מצליח זיין, ווען מען טוט פלעין די נאקעטע הלכה, בלי כחל ושרק.
און דאס דארף אונז לערנען אויך ביי אלע אנדערע זאכן, זיי נישט קיין אויבער חכם, לייג נישט צו וועסטו נישט אראפנעמען![/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר