פתיל תכלת - פאלגן מיר די תורה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

פתיל תכלת - פאלגן מיר די תורה?

שליחה דורך שיטה מקובצת »

(לז) וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה לֵּאמֹר: (לח) דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם וְעָשׂוּ לָהֶם צִיצִת עַל כַּנְפֵי בִגְדֵיהֶם לְדֹרֹתָם, וְנָתְנוּ עַל צִיצִת הַכָּנָף פְּתִיל תְּכֵלֶת: (במדבר ט"ו)

ס'טוט זיך א רעש און א טומל וועגן די ריזיגע ארטיקל פון די לעצטע שבת בלעטל וועגן דעם שלחן ערוך, וואס ווייזט איבער קליפ און קלאר אז אפילו מיר שטעלן זיך פאר אז מיר זענען מקיים אידישקייט לויט די שלחן ערוך איז דא זייער אסאך הלכות וואס מיר איגנארירן.

יאיר האט געשריבן א הערליכע ארטיקעל וועגן דעם דא:
viewtopic.php?f=47&t=5533

אבער איז די תורה יא עפעס וואס מיר זענען מקיים?? מיר ווייסן אז עס איז דא ריזיגע חלקים פון די תורה וואס מ'איז נישט מקיים, און ס'איז דא גוטע תירוצים פאר דעם. די הויפט תירוץ איז אז אז די בית המקדש שטייט נישט און עס איז אוממעגליך מקיים צו זיין. דאס איז נישט קיין "תירוץ" נאר א פאקט. מ'קען נישט מקיים זיין רוב ספר ויקרא ווייל מיר האבן נישט קיין בית המקדש און מ'קען נישט מקריב זיין קיין קרבנות. יעדער באוויינט די פאקט, און מ'איז כסדר מתפלל "ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, ושם נעבדך ביראה כימי עולם וכשנים קדמוניות".

זענען מיר תורה-טרייע אידן אפילו מ'איז נישט מקיים די בית המקדש מצוות? זיכער יא!! מ'קען דאך נאר טוהן וואס איז מעגליך, אז עפעס איז נישט מעגליך קען מען דאך נישט.

אבער וואס טוט זיך מיט די מצוה פון ציצית? ס'איז א אפענע פסוק אין די תורה אז ציצית מוז האבן א בלויע פאדים, פתיל תכלת. אסאך יארן האט מען עס נישט געהאט און עס איז נישט געוועהן מעגליך מקיים צו זיין פונקט ווי עס איז נישט מעגליך מקיים צו זיין די מצות פון דעם זמן שביהמ"ק היה קיים. אבער היינט איז שוין זייער קלאר אז מיר ווייסן וואס דער תכלת איז געוועהן, און עס איז קלאר לויט אלע וויסנשאפטלער וואס האבן געטוהן אין די נושא אז די "מורעקס" סנעיל איז דער חלזון. מיט וואספארא תירוץ אין די וועלט זענען מיר עס נישט מקיים?

(זעה נייעס פון היינט וועגן חלזון און מורעקס http://bostonherald.com/news_opinion/in ... blue_found)

אקעי, ס'איז דא עפעס אן ענין אין עפעס א ספר פארוואס מיר זענען עס נישט מקיים. אבער געוואלד און געשריגן, מיר רעדן נישט דא פון עפעס א מנהג אדער גזירה, וואס מ'קען פארענטפערן מיט "ענינים", דאס איז א פסוק מפורש אין די תורה, דאס איז א מצות עשה דאורייתא וואס קיין שום נביא קען אונז נישט קומען זאגן אז מ'זאל עס נישט מקיים זיין. דאס איז פונקט אזא מצוה ווי ד' מינים און תקיעת שופר.

די ארטיקל פון שבת בלעטל האט געפרעגט אויב דער שלחן ערוך איז אונזער אויטאריטעט, איך פרעג דא, איז די תורה הקדושה אונזער אויטאריטעט?
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 52 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר