"דער גוי" – משנת רבי אביגדור

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

"דער גוי" – משנת רבי אביגדור

שליחה דורך שיטה מקובצת »

מיר ווייסן דאך די גרויסקייט פון אידישע קינדער, די פאלק וואס דער רבונו של עולם האט אויסגעקליבן צווישן אלע פעלקער און האט געזאגט "והייתם לי סגולה מכל העמים". מיר זענען די אויסדערוועלטער פאלק, און פאר אונז האט דער אייבערשטער באשאפן די גרויסע וועלט. מיר ווייסן אז אלעס וואס טוט זיך אפ אויף די וועלט איז נאר בשביל ישראל, און אלע פעלקער זענען נאר באשאפן געווארן צו זיין דא אויף צו באדינען די אידן מיט זייערע צרכים (אמאל דארפן זיי העלפן די אידן, און אמאל איז זייער שליחות אונז דווקא צו לייגן אין גלות, ודו"ק).

עס איז באקאנט וואס דער כוזרי שרייבט, אז עס זענען פארהאן פיר מדריגות פון חומר אויף די וועלט, דומם, צומח, חי, מדבר. אבער עס איז דא נאך א פינפטער מדריגה, דאס איז "ישראל" – א איד! א איד איז נישט קיין פשוט'ער "מדבר", מיר זענען נישט קיין "מענטשן", "היומען ביאינגס", מיר זענען בנים למקום! דאס איז אינגאנצן א אנדערע מהות ווי א מענטש. מיר האבן א מצוה מחלל צו זיין אפילו יום כיפור שחל להיות בשבת פאר א ספק פיקוח נפש פון אפילו א פראסטער איד, אבער מיר טארן נישט צוברעכן איין דין פון יום טוב צו ראטעווען אפילו טויזענט פון די בעסטע גוים פון א זיכערן טויט!! איין פשוט'ער איד איז חשוב'ער ווי טויזענטער פון די גרעסטע גויאישע חכמים ונבונים. (דאס ברענגט נאר ארויס די נקודה ווי אזוי די תוה"ק זעהט דער חילוק צווישן אידן און גוים, אבער פארשטייט זיך אז למעשה איז דאס נישט אזוי פשוט, און ס'איז דא גענוג סיבות צו ראטעווען גוים)

אידן זענען "גוט", אמת'דיג גוט. א גוי איז נאר גוט ווי ס'לוינט זיך אים, און מיט זיינע אייגענע חשבונות. אלעס וואס די גוים טוען, מיינען זיי נישט פאר קיין גוטסקייט!

דער טייערער ספר יד אביגדור פון הגה"צ ר' יעקב דרדק זצ"ל, א תלמיד פון רבי אביגדור מיללער זצוק"ל, ברענגט ווי רבי אביגדור האט מסביר געווען פארוואס מ'האט געדארפט שטימען פאר ריטשארד ניקסאן פאר פרעזידענט. רבי אביגדור איז מסביר אז ניקסאן איז נישט געווען א "גוטער" מענטש פאר אידן, נאר ער וואלט געווען "בעסער" ווי אנדערע קאנדידאטן. מ'קען נישט ערווארטן אז א גוי זאל באמת זיין "גוט", ווי ר' אביגדור שרייבט "אבל אחרי הכל צריך לזכור שניקסון הוא גוי, וגוי נשאר אותו דבר."

און דערפאר איז א ערליכער איד נישט אין גוטן מיט א גוי. יא, מיר דארפן זיין העפליך פאר יעדן מענטש (ווי די גמ' (ברכות) זאגט אויף ריב"ז "שלא הקדימו אדם שלום מעולם ואפילו נכרי בשוק"), אבער מיר דארפן אייביג געדענקען אז דער גוי איז א מיאוס'ע זאך, מיר האבן אים נישט ליב, און מיר האבן נישט קיין שום געפילן פאר אים. מיר פרייען זיך נישט מיט זיין שמחה און מיר האבן נישט קיין צער ווען ער האט צער. מיר זענען אפגעטיילט פון דעם גוי, און מיר האבן נאר ליב אונזער אייגענע משפחה – גאנץ כלל ישראל.

אמאל קען איינער מאכן א טעות, און וויבאלד מיר ווייסן אז מיר זענען מחיוב צו האבן הכרת הטוב, און דאס איז פון די וויכטיגסטע אידישע מידות, קען מען מיינען אז מ'דארף מכיר טובה זיין גוים וואס טוען אונז אמאל חסד. דאס איז א טעות! מיר לעבן אין אמעריקע און אמעריקע העלפט אונז, נישט ווייל זיי מיינען אונזער טובה, נאר ווייל דער רבוש"ע האט אזוי געפירט אונז צו העלפן "דורך" די גוים. מיר דארפן מכיר טובה זיין נאר פאר השי"ת! מיר דארפן געדענקען די אלע רשעות וואס גוים האבן אונז געטוהן, און וואס אפילו אמעריקע האט געטוהן קעגן אונז ביים ביטערן חורבן, און מיר טארן זיך חלילה נישט טועה זיין אז ווען עס זעהט אויס אז זיי זענען יא גוט צו אונז, קומט דאס מחמת זיי זענען גוטע מענטשן ח"ו.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר