חזנים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2727
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

חזנים

שליחה דורך דולה ומשקה »

חזן ראשי תיבות חכם זקן נשוי אשה, דאס זענען די דריי תנאים פאר א בעל תפלה.

אין שו"ת הרשב"א (סימן ת"ג) שטייט: אז א געדינגענע שליח ציבור איז אסאך בעסער ווי איינער וואס שטעלט זיך צו בנדבת לבו.

אין ספר מקור חיים (לבעל חות יאיר - סימן קנ"א) אז דעריבער צינדט מען אן לעכט פארן חזן, אפילו ווען מ'דאווענט אין א הויז, ווייל דורך די לעכט ווערט ער נתעורר בשעת'ן דאווענען "לידע לפני מי אתה עומד".

אמאהל האט א חזן נישט געמיינט דוקא איינער וואס פארמאגט א קול ערב, נאר מ'האט ממנה געוועהן א אדם גדול. עס איז מקובל אז דער מהרי"ל וואס האט מיסד געוועהן א חלק פון די ניגונים וואס מיר זינגען עד היום בימים נוראים איז געוועהן א חזן. אזוי אויך דער פאטער פון רבי אליהו בעל שם האט משמש געוועהן כש"ץ. אויך דער 'שפתי חכמים' האט משמש געוועהן כש"ץ בבית הכנסת אלט-ניי שוהל אין פראג.

אויך דער אריה"ק האט משמש געוועהן כש"ץ (שער הכוונת דרושי ראש השנה דרוש ו').

אין ספר תולדות יעקב יוסף (פרשת צו) שטייט א אינטרעסאנטע זאך לגבי די מקור פון די לאנגע ניגונים, איז וויבאלד די פריעדיגע חזנים האבען מכוון געוועהן כוונות לתפלה, האבען זיי מאריך געוועהן מיט ניגונים, אזוי האבען זיי געקענט אויס צוען די ווערטער, אין בעת מעשה מכוון זיין די כוונות.

דער תוספות שבת (או"ח סי' רפ"א) איז שטארק מאריך לגבי די חזנים וואס זענען מאריך כדי מרבה צו זיין בכבודם און זענען ממעט בכבוד שמים, שרייבט ער דארט אויף די חזנים וואס שלינגען ווערטער "שנוטלים שכר שבת בהבלעה שמבליעים התיבות".

גאר א אינטרעסאנטע זאך שרייבט דער 'לבוש' אז געוויסע חזנים האבען משביע געוועהן מיט שמות אז זייער קול זאל זיך נישט איבערהאקען, אין זייער האלדז זאל נישט ווערען פארשטאפט, אז זיי זאלען קענען דאווענען בקול נעים, אין דער 'לבוש' האקט שרעקליך אויף דעם (או"ח סי' תקפ"ד).

דער 'קול אריה' האט לוחם געוועהן מיט א חזן א קל שבקלים, דער קהל איז געשטאנען צום צד פונם חזן, אין עד כדי כך אז דער קול אריה האט געמוזט אנטלויפן פון דער שטאט (שו"ת מהר"ם שיק או"ח).

דער חות יאיר שרייבט (בספרו מקור חיים סי' צ"ז) אז די חזנים מאכען אסאך מאהל תנועות משונות כדי צו קענען ארויס ברענגען זייער שטימע, אז פאר די וואס זעהן דאס צולאכען זיך שטארק.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר