זיך טרייסטן מיט יענעמ'ס צרות?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16553
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19046 מאל

זיך טרייסטן מיט יענעמ'ס צרות?

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאך פון מיינע יונגע יארן, כד הוינא טליא, בין איך אויפגעוואקסן מיט דעם קאנצעפט פון זיך טרייסטן מיט יענעמ'ס צרות, און איך הער עס נאך היינט פון אסאך מענטשן, אבער די גאנצע זאך קוקט מיר אויס נישט ריכטיג, און דעריבער וויל איך עס אויסשמועסן בדיבוק חברים.

"דאנק דעם באשעפער אז דו האסט צוויי פוס און דו קענסט וואקן" – הערט זיך די ווערטער – "קוק נעבעך אן מר. קאצנאוויטש, ער איז פאראליזירט ל"ע און גייט מיט א ווהילטשעיר"!

אויב בין איך אנגעזעצט, אין א שלעכטע גוסטע, איז דער אויסרייד: "דו רעדסט זיך אפ? דו האסט א געזונטע ניר, דו ווייסט אז מענטשן דארפן נעבעך צוקומען צו א נירן טראנספלאנט און אדורכגיין שבעה מדורי גיהנם מיט דיאליסיס רח"ל?"

אויב רעד איך זיך אפ אז דער לעבן גייט מיר עפעס נישט גוט, איז דער ענטפער ווידעראמאל, "דו ווייסט ווי גליקליך דו ביסט? דו ביסט געזונט און שטארק! גיי אין שפיטאל, און קוק זיך אום וואס טוט זיך אפ מיט חולי ישראל ווי זיי מוטשען זיך נעבעך, און דו באקלאגסט זיך נאך"?

און די אלע מחשבות דארפן גובר זיין מיינע דערדרוקטע געפילן (מח שליט על הלב?) און מיר מונע זיין פון אפילו טראכטן פון זיך אפרעדן אדער באקלאגן.

אבער עס האט נישט געהאלפן, עד היום הזה. ביז היינט הער איך מענטשן נוצן דעם זעלבן ניגון, קוק יענער האט נישט קיין געלט, קוק יענער איז אין תפיסה, קוק יענער האט נישט אזא הויז ווי דיר, אזעלכע ווייב/קינדער, קענסט נישט דעם טייטש פון "בשמים ממעל ועל הארץ מתחת", אויף ארציות דארף מען קוקן אויף די וועלכע האבן ווייניגער ווי דיר, און זיך באגנוגען מיט וואס דו האסט און זיין א שמח בחלקו, הלמאי יענער האט דאך ווייניגער.... א.א.וו.

חוץ מזה וואס איך קוק אן דעם גאנצן מושג ווי א בחינה פון "מתכבד בקלון חבירו" (נישט ממש, נאר א "בחינה"), איך טרייסט זיך און בארואיג זיך מיט יענעמ'ס שלעכטע זאכן, וואס יענעם גייט נישט גוט, זעה איך בכלל נישט דעם עומק הענין דערפון.

אז דער באשעפער האט פאראליזירט זרח קאצנאוויטש, האט ער מיט אים א חשבון. אין עונש בלא דינא. צי פון דעם גלגול, צי פון פריערדיגן גלגול, האט עס קלאר א חשבון. אבער איך האב מיט דעם חשבון גארנישט איינגעלייגט. ווען השי"ת באשליסט אז א מענטש פארדינט א עונש צ.ב.ש. זיין האנט זאל זיין צובראכן אדער סיי וואס, איז דא א מעשה בעפאר דעם און נאכדעם. אלמלי ווען ח"ו איך זאל האבן יענעמ'ס עבר, וואלט מיר השי"ת אויך געגעבן דעם זעלבן עונש. אבער אזוי ווי איך האב גאר אן אנדערע היסטארי, האב איך מיר מיינע סארט שוועריגקייטן, אמאל שלום בית, אמאל פרנסה, אמאל א פסק פון בעה"ב, אמאל א גוטן זעץ אין די פוס ביין, און אמאל א חבר וואס שעלט און שרייעט אויף מיר, א.א.וו. אבער נישט א צעבראכענעם האנט.

ממילא אז איך רעד זיך אפ אויף עפעס וואס האט פאסירט צו מיר, ווי קומט אריין 'צו זיין גליקליך אז איך האב נישט יענעמ'ס יסורים'? פארוואס דארף איך דאנקען השי"ת אז איך האב יא צוויי געזונטע פוס, און איך בין נישט ווי קאצנאוויטש? האט איר אמאל געטראכט צו זיין גליקליך און גיין צו א ריכטער און אים באדאנקען יעדן טאג אז ער האט אייך נישט געגעבן 30 יאר תפיסה ווי פאר יענעם פאלנעם רוצח? דער ריכטער וועט דיר דאך אנקוקן פון די לבנה, וואס האסטו מיט תפיסה איינגעשטויסן?...

איך האף אז מיין שאלה איז גענוג קלאר, איך פרעג פשוט ווייל איך וויל וויסן צי איינער פארשטייט דעם ענין דערפון, און קען מיר אביסל דערלייכטן די אויגן מיט דעם, און איך וועל טאקע קענען נוצן די סארט אויסריידן זיך צו בארואיגן אין א שווערע מינוט....
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר