צו קומט זיך פאר היטלער ימש''ו א עונש על פי תורה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

צו קומט זיך פאר היטלער ימש''ו א עונש על פי תורה?

שליחה דורך אליצפן »

איך ווייס אז איר זענט מסתמא צופלאצט געווארן פאר כעס נאר ליינענדיג דעם קעפל אליינס, אבער מה אעשה? תורה היא וללמוד אני צריך.
איך האב שוין אביסל בארירט אביסל אינעם דייטשען אשכול, אבער איך מיין עס פארדינט א באזונדערע שמועס פאר זיך.

מיר האבן א כלל 'אין שליח לדבר עבירה', דאס מיינט אז למשל אויב ראובן הייסט שמעון הרג'נען לוי, איז די שליחות נישט חל, און דער מעשה איז זיך נישט מתייחס צום משלח ראובן, נאר שמעון דער שליח איז חייב מיתה, און ראובן איז גענצליך פטור (עכ''פ בידי אדם).

לפי הבנתי, האבן בימי חז''ל זיך געקענט ארומדרייען פראנק און פריי די גרעסטע מאפינערן און גענגסטערס וואס פירן אן קליקעס מיט באקאנטע רוצחים, אדער 'mob bosses' וואס זענען פאראנטווארטליך פארן טויט פון טויזענטער מענטשן, אבער כל זמן זיי אליינס האבן נישט געשעדיגט קיינעם האט מען זיי נישט געקענט אנרירן.
היינט אין אמעריקע איז כידוע פונקט פארקערט, די עצם מערדערער לאזט מען גיין פריי על תנאי אז ער געבט ארויס די אידענטיטעט פונעם 'באסס'.

עכ''פ דאס איז זיכער אז על פי תורה קומט זיך פארן משלח גארנישט.
יעצט קום איך צוריק צום אריגינעלע שאלה, צו איז זיך געקומען פארן רשע א עונש? ער האט לכאורה קיינמאל נישט גע'הרג'עט קיין מענטש אליין, ס'אלץ געווען שליחות.
פון די גמ' אין קידושין דף מ''ג. קומט אויס אז דער וואס האלט אין שליח לדבר עבירה, האלט אז אפילו בידי שמים קומט זיך נאר א 'עונש זוטא', א שוואכע עונש, אבער דאס איז אמאל זיכער אז אויף דער וועלט וואלט קיין שום אידישן בית דין אים גארנישט געקענט טון, און אפילו אויף יענער וועלט וואלט ער באקומען גאנץ א שוואכער עונש.
די זעלבער קשיא איז שווער אויף רוב מאסן מערדערער און מאפיאנערן אין היסטאריע, וואס בדרך כלל האבן זיי זיך קיינמאל נישט שמוציג געמאכט די הענט אליינס.

(נ. ב. הגם שיש פוסקים שסוברים ד'בעכו''ם אמרינן יש שליח לדבר עבירה, שיטה יחידאה היא ולכאורה לא נקטינן כן להלכה.)

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר