קאפיען סידי'ס פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

קאפיען סידי'ס פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט

שליחה דורך אפטעמיסט »

די לעצטע פאר יאר איז אנשטאנען א מהפכה אין די וועלט פון מוזיק, טויזענטע מענטשן טראכטן ניטאמאל פון שפענדען די פאר דאללער צו קויפן א נייע נארוואס ארויסגעקומענע סידי, נאר מאכן דערפון א קאפי, אנע טראכטן צוויי מאל.

איך ווייס נישט וואס האט איצט פאסירט, אבער די לעצטע צוויי דריי טעג פארן ארום קליפס און אודיאוס פון צענדליגע פאפולארע זינגערס ווי זיי בעטן זיך מיט טרערן מ'זאל נישט קאפיען די סידיס, און טענה'ן אז מ'טרינקט זיי דאס בלוט און מ'בארויבט זיי פון זייער פרנסה.

איז אזוי, איך גיי נישט אריין אין מאראליטעט. צי ס'איז יושר צו קאפיען צי נישט- ווייס'ך נישט, און מסתמא איז דער ענטפער ניין. איך וויל וויסן וואס די הלכה איז.

אויף וואטסאפפ האב איך היינט באקומען א קליפ פון שלומי דאסקאל, און ער זאגט גאר אז נאכן אינוועסטירן איבער הונדערט טויזענט דאללער, אויב גייט דער זינגער אהיים מיט צען טויזענט דאללער- האט ער שוין "שיין" פארדינט.

איז די שאלה אזוי, אויב ווייסן די זינגערס אז קיין געלט מאכט מען נישט, פארוואס אין דער וועלט געבן זיי ווייטער ארויס סידיס? איינער צווינגט זיי? און ס'קומען ארויס צענדליגע יעדעס יאר.
אבער דאס איז בעצם נישט קיין נפקא מינה דא, ווייל להלכה איז דאס לכאורה נישט קיין חילוק.

איז וואס זאגט די 'תורה'? אן קיין געפילן, אן קיין הרגשים- בין איך א גנב אויב איך קאפי פאר מיר די סידי? כ'האב אמאל געהערט אז ווילאנג איך פארקויף עס נישט פאר געלט איז נישט דא קיין השגת גבול, און לויט דעם מעג עס מען אפילו ווייטער פארשפרייטן.

ביטע נישט פארדרייען דעם אשכול און עס אריין פירן אין א מאראליטעט דיסקוסיע. איך וויל רעדן וועגן הלכה. ס'איז א זייער זייער וויכטיגע נושא און ברויך אן ערענסטע באהאנדלונג.

ויה"ר שלא תצא תקלה מתחת ידי ח"ו אכי"ר.

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר