ווער האט מחבר געווען די תפלה פון נשמת כל חי?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6616 מאל

ווער האט מחבר געווען די תפלה פון נשמת כל חי?

שליחה דורך הוגה »

[justify]דער נושא איז שוין אדורך געאקערט געווארן אין אזוי פיל אנדערע ערטער אבער למרבה הפלא איז עס דאכצעך נאך נישט איבער געשמועסט געווארן דא אין שטיבל. למען ידידיי באי השטיבל הייב איך אן די שמועס מיט א ברייטע מקום לאחרים להתגדר ולהוסיף.

דאס ערשטע מאל וואס איך האב באגעגנט דער נושא איז געווען יארן צוריק ווען איך האב געזעהן אין מחזור וויטרי (כמדומני בסימנים לליל הסדר) ווי ער שרייבט אז די אלע וואס זאגן אז די הייליגע פיוט פון נשמת איז נתחבר געווארן דורך 'שמעון פטר חמור' האבן א גרויסע טעות און דארפן תשובה טון.

שמעון פטר חמור איז א כינוי של גנאי אויף די תנא שמעון כיפא שהתנצר ונעשה ידוע בשמו Saint Peter, די תלמיד נאמן וממשיך פון ישו הנוצרי שר"י. איך בין געווען גענצליך שאקירט ווען איך האב דאס געזעהן. ווי אזוי קען דאס זיין אז מען זאל האבן א הוה אמינא צו זאגן אז פיטער איז גאר די מחבר פון נשמת? ווי אזוי קומט מען בכלל אן צו מאכן אזא טעות?

למעשה איז כמעט ברור אז איינער בימי התנאים מיט די נאמען 'שמעון' האט מחבר געווען דער תפלה. וע"ש זה איז מרומז די ביי די ראשי פרקים אויף צוריק צו וועגס די נאמען שמעון. (שוכן עד, מי ידמה, עד הנה, ואילו פינו, נשמת.) ס'דא וואס האלטן אז עס איז געווען שמעון בן שטח און ס'דא וואס האלטן אז עס איז געווען שמעון כיפא.

די עיקר פראבלעם איז אז עס שטייט ומבלעדיך אין לנו מלך גואל ומושיע, וואס עס איז מקובל אז עס קומט שולל צו זיין ישו הנוצרי שר"י. אויב האט שמעון כיפא מחבר געווען דער תפילה וואלט ער דאס דאך נישט געזאגט. פון די אנדערע זייט איז דאך שמעון בן שטח געווען פאר די צייט פון ישו, ממילא האט ער זיכער נישט געהאט א סיבה עס צו שרייבן.

עס איז כדאי צו באטאנען אז עס ווערט געברענגט בשם פריערדיגע ספרים אז פיטער איז בעצם געווען אונטערגעשטעלט מטעם חכמי ישראל. מען האט אים אריינגעשוקט (a double agent) נאך דעם וואס מען האט געזעהן אז די נוצרים פארכאפען גרויסע טיילן מעם ישראל באופנים שונים, האט מען אים אריינגעשוקט און בעזרת השם האט ער מצליח געווען אפצוטיילן נוצרות פון כלל ישראל. די חכמים האבן - לויט דער לעגענדע - גענומען אויף זייערע אחריות זיינע עבירות, און באהאלטענערהייט איז ער טאקע געבליבן א שומר תורה ומצוות.

אויב איז דאס אמת דאן קען מען שוין פארשטיין אז שמעון כיפא המכונה פיטער זאל האבן מחבר געווען דער הייליגע פיוט. ובפרט אז עס זענען דא אנדערע פיוטי תפילה וואס זענען עמטליך פון שמעון כיפא.

איך וויל וויסן אויב מיר האבן ערגעץ קלאר געשריבן אז שמעון כיפא איז טאקע פיטער? אויך אויב עס שטייט ערגעץ מער איבער די מחבר פון נשמת. איך געדענק זעהן ערגעץ שטיין אז עפעס א רבי יהודה האט עס מחבר געווען.

אויף איינער פון די חב"ד וועבזייטליך איז אמאל געווען א לאנגע מדובר איבער דער נושא. אויך איז אמאל געווען א גאר קורצע שמועס אויף עצכ"ח. שוין, רבותי זייט מוסיף.



.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר