מקור לצניעות מן התורה מנין

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

מקור לצניעות מן התורה מנין

שליחה דורך הוגה »

[justify]מען האט שוין מערערע מאל ערווענט דא און דארט בין כותלי השטיבל אז עס איז נישט פרהאנען קיין כללים והלכות צניעות. ווען מען הערט א רעדנער זאגן (לדוגמא) "דער קאליר איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה", זאל מען וויסן אז ער האקט סתם אין קאפ אריין. ווען א מאמע מוסר'ט אויס איר טאכטער אז זי גייט מיט א צו לאנגע שייטל וואס איז נגד הלכה, איז עס סתם שטותים גערעדט. די איינציגסטע הלכות וואס מיר טרעפן איז בנוגע ליינען קריאת שמע נגד אן ערוה און בנוגע ווען עס הייסט אז א פרוי האט עובר געווען אויף דת יהודית ותצא בלא כתובה. הלכות צניעות וועט איר נישט טרעפן, נישט אין או"ח, אדער יו"ד, נישט אין אבן העזר און אפילו נישט אין חו"מ.

למעשה האט זיך לעצטענס געטון א מדובר אויפן ברייטע געוועב בנוגע די שאלה אויב מטעם תורה ויהדות איז בכלל דא א מושג פון צניעות והלכותיה אדער איז דאס א נושא וואס איז ערפינדן געווארן אין די לעצטע פאר דורות. עס איז גאר פארשטענדליך פארוואס עס זאל זיין א צד אז צניעות איז א נייע ערפינדענע זאך, נאך אלעם ווערט דער נושא בכלל נישט דערמאנט אין אלע ספרי הלכה אויף וואס אונזער אידישקייט איז באזירט. רוב היינטיגע מורי הוראה פסק'נען זייערע שאלות אין הלכות צניעות ארויס פון די ספר פונעם פוסק הדור הרב פאלק.

פון די אנדערע צד קען מען אבער טענה'ן אז אמאל איז בכלל נישט נוגע געווען די שאלות איבער דיקקייט פון שטרימפ אדער קורצקייט פון קליידער, אפילו די גוים זענען געגאנגן צניעות'דיג אנגעטון. וממילא, פארדעם איז נישט דא קיין מדובר איבער הלכות בגדי צניעות וכדומה אין די ספרים פון די פריערדיגע דורות.

ביידע זייטן האבן א גוטע טענה, אבער לאמיר אריינקריכן אין די נושא אביסל מער.

די יעצטיגע אויפוואכונג איבער דער נושא האט זיך אנגעהויבן פאריגע חודש, ווען עס זענען פארעפענטליך געווארן פיר שיינע מאמרים אין די קובץ תורני "אקדמות" היוצא לאור מבית המדרש בית מורשה בירושלים. (בעצם האט זיך די שמועס אנגעהויבן אין עצור כאן חושבים שוין זיבן יאר צוריק טאקע דורך די בעל המאמר זעלבסט.) איך וועל דא אראפ ברענגן א גאר קורצע איבערזיכט פון די פיר מאמרים, מיט לינקס כדי איר זאלט קענען אדורך לערנען און קלאר פארשטיין ביידע צדדים פון די סוגיא. די החלטה וועל איך לאזן אייך מאכן. איך האף אז די עולם וועט צוזאמען אדורך טון פרטי הדברים און מען וועט אביסל קענען מלבן זיין דעם ענין. (תשח״ח לידידי [tag]לעיקוואד[/tag] נ״י על עזרתו.)

היש בסיס הלכתי לקוד לבוש לנשים

די ערשטע מאמר איז געשריבן געווארן דורך נדב שנרב, א פיזיקס פראפעסאר און בר אילן, א מוסמך לרבנות און א אפטע שרייבער בעניני הלכה ויהדות. שנרב הייבט אן מיט די שאלה פארוואס בכלל דארף א פרוי זיין בצניעות אין די גאס? אלץ וועלכע מצוה אדער עבירה איז זי מחויב? ס'קען נישט זיין אלץ לפני עיוור, ווייל לפני עיוור איז נאר ווען מען איז יענעם מכשיל בפועל, כגון הושטת כוס יין לנזיר אבער מען מעג טון געהעריגע פעולות פאר זיך אפילו אויב יענער איז דורך דעם עובר אן עבירה. קיינער האלט נישט אז פארן מיט א קאדילעק איז אסור אלץ לפני עיוור אז יענער וועט חומד זיין. קיינער האלט נישט אז א מאן מוז גיין בצניעות ווייל א אוהב זכרים וועט האבן הירהורים. ולפי"ז מוז מען אויך שולל זיין לפני עיוור בנידון דידן.

די צוויי מקומות פון וואו די היינטיגע פוסקים נעמען זייערע הלכות אויף צניעות איז (ווי שוין ערווענט פריער) הלכות קריאת שמע און הלכות גירושין. שנרב - נאכן ברענגן מערערע סברות וראיות - טענה'ט אז די זאכן האבן נישט מיט צניעות ווי מיר ווייסן עס היינט, דהיינו א קוד לבוש. ביי הלכות קריאת שמע איז די פראבלעם מיט די חשיפת גוף האשה אז עס איז א בזיון. עס איז נישט דא קיין הלכה וואס זאגט אז א פרוי מעג זיך נישט אויפדעקן. (די איסור פון הרהור איז אויפן מאן נישט אויפן פרוי.) עס איז אבער א בזיון. וממילא, פארדעם מעג מען נישט זאגן קריאת שמע כנגדה אלץ בזיון הקודש, פונקט ווי מען טאר נישט זאגן קרי"ש נגד א גרף של רעי און פונקט ווי עס טאר נישט זיין לבו רואה את הערוה (טראץ דעם וואס ס'נישט שייך הרהור ביי דעם). ער ברענגט כמה ראיות מדבריו מדברי חז"ל, איינס איז פון די גמרא וואס פארציילט אז שמואל האט בודק געווען די בריסטען פון זיינע דינסט און דערנאך האט ער זיי געגעבן פיר הונדערט זוז דמי בושת. זעהט מען פון דעם קלאר אז ס'נישט געווען א פראבלעם פון צניעות נאר פון בזיון.

בנוגע וואס מיר טרעפן אין הלכות גירושין אז א מאן קען גט'ן זיין פרוי אן איר געבן כתובה ווען זי איז עובר על דת יהודית, כגון גיין פרועה ראש אין די גאס, אדער טווה בשוק וכו', דאס האט נישט מיט צניעות נאר מיט זיין א פרוצה לזנות. ער ווייזט אויף אז אלע דוגמאות וואס ווערן געגעבן אין דער סוגיא זענען ענינים וואס צייגן אז די פרוי זוכט זיך אנצוקלעבן מיט אנדערע מענער, משא"כ סתם עניני צניעות איז נישט גענוג צו פטר'ן די מאן פון כתובה. דאס גיין מיט אן אויפגעדעקטע קאפ אין די גאס איז דומה צו א פארהייראטע פרוי וואס גייט היינטיגע טעג אין קלאב און טוט זיך אויס איר קדושין רינגל כדי מ'זאל נישט וויסן אז זי איז פארהייראט. אדרבא, די נושא פון שער באשה ערוה איז די גרעסטע ראיה אז ס'האט גארנישט מיט צניעות וקדושה, ווייל אויב האט עס מיט צניעות וקדושה, מאי שנה א בתולה מנשואה? אלא מאי עס האט מיט זיין פארהייראט, אזא סימן וואס די וועלט האט דעמאלטס געהאט, כעין די wedding ring פון היינט. בקיצור, די היינטיגע מובן פון צניעות מיט אירע קאודס און הלכות האבן נישט קיין שום מקור בהלכה, אולי מסברא קען מען עס רופן תקנות לטובת הדור. עכת"ד.

בין האשה לבין בוראה

די צווייטע מאמר איז געשריבן דורך הרב שמואל אריאל, ר"מ בישיבת עתניאל. הרב אריאל פרובירט קודם צו צואווארפן שנרב'ס גאנצע בנין, און ער טענה'ט אז פון די משמעות הסוגיא איז משמע ביי די אלע זאכן וואס פטר'ן די מאן פון כתובה אז זיי זענען איסורים עצמיים אפגעזעהן צו עס איז א בגידה אין די מאן אדער נישט, והא ראיה אז די גמרא רופט איר אן א "רשעה", און עס איז א מצוה לגרשה וכו'.

אבער בעיקר האט ער צוויי שטארקע קשיות אויף שנרב'ס מהלך. איינס, אז די גמרא זאגט "ראשה פרוע דאורייתא היא דכתיב ופרע את ראשה וכו'. זעהט מען פון דעם אז די חיוב צו באדעקן די האר איז קלארע חיוב מפני עצמה און נישט נאר עפעס א סימן לנישואים שנהגו בעולם. ובכלל ברענגט די גמרא ווייטער די תנא דבי רבי ישמעאל אזהרה לבנות ישראל שלא יצאו בפרוע ראש, זעהט מען פון דעם אז עס איז א בפירוש'ער איסור אויף צניעות. און די גאנצע סוגיא דארט איז געבויט אויף דער תנא דבי רבי ישמעאל.

די צווייטע קשיא וואס ער פרעגט איז מרפסין איגרא. שנרב׳ס שטערקסטע טענה איז אז אויב איז כיסוי ראש אלץ צניעות מטעם עס איז מעורר הירהורים, דאן מ"ש אז נאר פארהייראטע דארפן צודעקן די האר? באקומט מען דען ווייניגער הרהור פון א בתולה'ס האר ווי די האר פון פארהייראטע? ענטפערט הרב אריאל, איה"נ די רמב"ם פסק'נט טאקע אז מיידלעך דארפן אויך צודעקן די האר. פון וואנעט ווייסטו אז מיר פסק'נען נישט ווי די רמב"ם? ווייל מיר האבן אזא מסורה? ביסטו אויב אזוי מודה אז מיר האבן יא עפעס א מסורה בנוגע צניעות. (למעשה איז דער טענה א ליצנות ווייל אריאל אליינס האלט אויך נישט אז מיר האבן א פונקטליכע מסורה בנוגע צניעות.)

דערנאך גייט הרב אריאל אריין אין א נייע מהלך וואו ער וויל מחדש זיין אז די ענין פון צניעות איז פון צוויי צדדים. איינס, נישט מכשיל צו זיין מענער בהרהור און די צווייטע איז א חיוב בין האשה ובין קונה. די ראיה אז צניעות איז בעצם א חיוב אויפן פרוי מצד עצמה איז מזה אז זי טאר נישט גיין בחשיפה אפילו נאר בין עכו"ם (הערת המעתיק: מהיכן דנתני?) טראץ דעם וואס זיי זענען נישט מצווה אויף ולא תתורו. עכ"פ, אויב עס זענען דא צוויי סיבות לחיובי צניעות קען מען אנהייבן צו מסביר זיין חילוקים בין פנויה לנשואה.

דערנאך גייט הרב אריאל אריין אין די נושא פון הסתכלות בנשים, און די גדר האיסור פון הירהורים. ער פארענטפערט די גמרות וואס שנרב האט געברענגט צו צייגן אז די סיבה פארוואס חז"ל האבן זיך בכלל נישט געזארגט וועגן צניעות בגוף האשה, כגון הסיפור עם שמואל הנ"ל, אז ביי די אלע איז דא די היתר פון "טריד במלאכתם" פונקט ווי א דאקטאר וכדומה.

צום סוף שרייבט ער ווארימע דברי תוכחה וחיזוק איבער די שטארקע ירידה אין צניעות בדורנו. בין הדבר איז ער מייעץ לטובת חיזוק הצניעות צוויי נקודות. איינס, אז מען זאל נישט איבערטרייבן מער ווי הלכה. צוויי, אז געלערנטע פרויען זאלן זיין די וואס פארען זיך און שרייבן איבער דער נושא און נישט מענער, אזוי וועט עס גרינגער מקובל ווערן ביי די נשים צדקניות.

צניעות כעקרון יסוד

די דריטע מאמר איז געשריבן דורך הרבנית מיכל טיקוצ׳ינסקי, ראש ישיבת בית מדרש לנשים בבית מורשה. די חשוב׳ע רעביצן איז מחדש א נייע יסוד ומהלך אין דער נושא וואס לפיה האט צניעות נישט מיט יענעמ׳ס הרהורים אדער מיט עבירות וואס קענען געטון ווערן וכדומה (טראץ דעם וואס עס איז מעגליך כולל דאס אויך). צניעות איז א סארט באהאלטנקייט און פריוואטקייט וואס איז שייך אפילו בין האדם ובין קונו. די גאנצע נושא פון צניעות איז באזירט אויפן פסוק ״כי ה׳ אלוקיך מתהלך בקרב מחניך וגו׳ והיה מחניך קדוש ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך״. א אידיש קינד דארף אויף א יעדע שריט גיין בהצנע לכת מיט אן איידילקייט און פריוואטקייט. בעצם איז צניעות שייך ביי מענער אויך, כגון ביי די הלכות פון נישט אויסשטעלן פתחים, חלונות און חצרות איינער קעגן דעם אנדערע כדי מען זאל נישט קענען אריין קוקן צום צווייטע. דאס איז אויך א חלק פון אונזערע צניעות.

עס זענען דא גדרים בצניעות וואס זענען יוניווערסיל, כגון די מקומות הערווה זענען באדעקט ביי אלע, אידן און גוים צוגלייך ווייל דאס זענען ודאי ערוה. אנדערע ענינים פון צניעות ווענדט זיך ווען און וואו און ביי וועמען און עס זענען שייך חילוקים בדבר. לויט דעם קען מען פרובירן צו פארענטפערן די אלע פעלער וואס מיר טרעפן אין חז״ל וואס שנרב האט געברענגט אין זיין ארטיקל וואו מען האט נישט מורא געהאט חושף צו זיין גוף האשה, כגון סיפורו של שמואל הנ״ל, אז אין די געוויסע פעלער איז נישט שייך געווען די פריוואטקייט וואס עס פארלאנגט זיך סתם אזוי. אדרבא, מיר טרעפן אז בחדרי חדרים דארף מען זיין גאר בצניעות כאטש קיינער זעהט נישט, ווייל עס האט נישט מיטן זעהן נאר מיט די פערזענליכע התנהגות פונעם מענטש צו זיין אן איש/ה צנוע. הגע בעצמכם, מ׳קען אמאל זעהן א פרוי מיט דיקע שטרימפ און א שפיצל אויפן קאפ וואס איז ווייניגער צנוע בהתנהגותה, באפיינה ובלבושה, ווי א פרוי וואס גייט מיט א מאדערנע שייטל און דורכזיכטיגע שטרימפ.

מיר טרעפן אין אהע״ז סימן כ״א הלכות ואזהרות וואס איז שייך מענער כלפי פרויען, בנוגע הסתכלות, שמעקן וכדומה, אבער עס שטייט דארט נישט קיין איין ווארט אז די פרוי דארף עפעס נזהר זיין צוליב דעם. די סיבה איז ווייל די פרוי׳ס חיובים זענען נישט מציל צו זיין די מאן פון אן עבירה נאר אן ענין בינה לבין קונה. אדרבא, דאס אויסלערנען מיידלעך און פרויען אז צניעות איז צוליב די מתח מיני צווישן זכרים ונקיבות איז די גרעסטע breach אין צניעות. שטעלט אייך פאר, א מיידל שטייט ביים שאנק און וויל אנטון א קלייד און זי טראכט ״וועט דער קלייד ציען צופיל אויפמערקזאמקייט? וועט עס מעורר זיין תאוות המשגל?״ הזאת צניעות? הזאת מחניך קדוש? צוליב דעם איז זי מסכם אז דאס מרבה ומחמיר זיין בכיסויים ממינים שונים איז אויך נגד הצניעות וכנ״ל.

לסיכום הדברים, אויסער די פאר כללים המקובלים בעולם איז בעצם נישט דא קיין כללים מדוייקים בהלכה ובחז״ל איבער די לבוש כגון די לענג פון די ארבל וכדומה. מען דארף מחנך זיין צו זיין א פריוואטע איידעלע מענטש און א מענטש פאר זיך און נישט פאר יענעם. דאס צניעות׳דיגקייט וועט קומען ממילא. א פריוואטע מענטש לאזט נישט זיינע tax returns ליגן אויפן טיש, די פענסטער אפן, הענגט נישט קיין בגדי צבעונים אינדערויסן פאר אלע צו זעהן און זוכט נישט צו ציען קיין אויפמערקזאמקייט ביי קיינעם. עכת״ד.

תגובותו של נדב שנרב

אין די פערטע מאמר איז זיך נדב שנרב מתייחס צו די ראיות וסברות פון די פריערדיגע צוויי מאמרים. בעיקר איז ער זיך מתייחס צו הרב אריאל ובתוך הדברים שרייבט ער כדלהלן. דאס וואס דו ברענגסט א ראיה פון דעם וואס זי הייסט א רשעה, עוברת על דת יהודית און עס איז א מצוה לגרשה, ווייזט נאך נישט אז די אלע זאכן זענען עבירות לכשלעצמן אלץ עפעס א הלכות צניעות. אפשר איז זי א רשעה ווייל זי טוט די זאכן (ראש פרוע, טווה בשוק וכדומה) אלץ פריצות לזנות און פארדעם איז מצוה לגרשה? משא״כ די אקט אליינס איז בעצם נישט קייו פראבלעם. און דאס וואס דו ברענגסט א ראי׳ פון די גמרא וואס צייגט אז גיין בכיסוי ראש איז ״דאורייתא״, אפשר מיינט די גמרא נאר צו טרעפן א רמז מן התורה אבער נישט קיין איסור גמור. וכן מצינו ביומא, די גמרא פרעגט ״זכר צדיק לברכה מדאורייתא מנלן וכו׳ ושם רשעים ירקב מדאורייתא מנלן וכו׳ ״. קיינער וועט נישט יעצט זאגן אז עס איז א מצוה מן התורה צו שעלטן רשעים. אדרבא, טרעף צווישן די מוני המצוות איינער וואס רעכנט אויס כיסוי ראש אלץ איינער פון די מצוות.

בנוגע וואס רב אריאל טענה׳ט אז אויב נעם איך אן אז א פנויה איז נישט מחויב בכיסוי ראש (נגד שיטת הרמב״ם) מוז איך מודה זיין אז עס איז דא א מסורה בענין צניעות. די תירוץ איז אז עס איז דא א מסורה בענין כיסוי הראש (וואס איז מחויב מאישה לבעלה מטעם נישואין כנ״ל) אבער נישט בעניני צניעות. און די אופן וואס רב אריאל וויל פארענטפערן די מאמרי חז״ל וואו מען טרעפט א הזנחה גמורה בחשיפת גוף האשה אז דארט איז דא די היתר פון בעבידיתיה טריד איז נישט ריכטיג ווייל די היתר איז נאר שייך ביי א מומחה, און די מציאות הדברים איז אז דארט איז נישט געווען קיין מומחה.

איין טענה האט רב אריאל יא א ריכטיגע, ער צייגט אז די הלכות בנוגע קריאת שמע איז יא צוליב הרהורים, אבער אפילו אויב מיר וועלן אזוי זאגן איז אבער קלאר אז די סארט הרהורים זענען נאך נישט מכריח א הלכות צניעות סתם אזוי. והא ראיה, די הלכה איז אז צוויי מענער וואס שלאפן אין איין בעט טאר מען נישט זאגן קרי״ש נאר אויב זיי דרייען זיך אוועק איינער פון די אנדערע אלץ הרהור, און פונדעסטוועגן זעהן מיר אז בסתם איז נישט דא א חשש אויף הרהורים כלפי אן אנדערע זכר. עכת״ד.

לסיכום הדברים, מיר האבן דא געהערט זאכן וואס זענען shocking פאר אונז, עס צואווארפט אסאך גרויסע בנינים וואס זענען אויפגעבויט געווארן פאר אונזערט וועגן איבער לאנגע יארן. איך זאג נישט דא אז דאס זאל טוישן אונזער מיינונג, אבער חומר למחשבה איז עס זיכער. מען דארף דא גרונטליך אדורך טון די סוגיא פון אלע זייטן. קיין איינער פון די פיר מאמרים פרובירט ניטאמאל צו טרעפן די מקורות פון וואו עס נעמט זיך די פונקטליכע נומער פון 4 אדער זעקס אינטשעס לענגער פון די קני, די פונקטליכע נומער דעניער פון די שטרימפ אדער די סארט סחורה וואס זענען יא אדער נישט מותר צו טראגן. דאס זענען זיכער אויפגעבאקענע השערות והגדרות. די גאנצע מדובר איז נאר אויב עס איז בכלל דא מושגי צניעות און אויב יא וואס זענען אירע גדרים. איך האב דא געברענגט נאר די נקודות וואס איך האב געפילט אז זיי זענען גאר וויכטיג. לערנט אליינס אדוך די מאמרים, קוקט נאך די מקורות און לאמיר צוזאמען אדורך טון די סוגיא.





.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (61.69 KiB) געזען געווארן 6589 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 79 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר