[justify]די פותח האשכל האט טאקע געפרעגט אויב עס איז בכלל דא א מקור פאר צניעות אין די תורה, געמיינט האט מען - פארשטייט זיך - אויב מיר טרעפן אין חז"ל, ראשונים אדער אין די ספרי יסודות ההלכה אזא ענין בכלל. די פותח האשכל האט בכלל נישט געצויגן קיין שום מסקנות נאר האר אראפ געברענגט אפאר מאמרים אין דער נושא מיט די האפענונג אז די טייערע חברים דא קענען צוזאמען אדורך שמועסן און מלבן זיין דער נושא.
עס איז למותר צו ארויסברענגן אז א סיסטעמאטישע געמאסטענע צניעות פון פיר אינטשעס, אכציג דעניער, געדעקט ביז דא און דא, לענג פון די שייטל, קאליר פון די מעיקאפ און נעגל זאלב, שמאלקייט אדער ברייטקייט פון קליידער איז אויסגעזויגן פון ארבל ארויס און האט נישט קיין מקור. די גאנצע שאלה דא איז אויב צניעות האט בכלל א מקור אדער נישט, און אויב יא וואס מיינט צניעות און וואס איז די סיבה דערויף. לאמיר זעהן וואו מען האלט דערווייל. (כמובן, אז די וואס האבן סתם אריינגעווארפן תגובות אן אדורך טון די ערשטע פאוסט אינעם אשכל האב איך נישט וואס צו ענטפערן בכלל.)
מאטי האט געשריבן:רבינו יונה (אגרת התשובה או ע"ח ובספרים אחרים אות נ"ח) וז"ל: "וצריכה האשה שתהא צנועה ונזהרת שלא יסתכלו בה בני אדם חוץ מבעלה, שהמסתכלים בפניה או בידיה יורדין לגיהנום, והיא ענושה בעונש כל אחד ואחד מהם מפני שהחטיאה אותם ולא נהגה צניעות בעצמה ונכשלו בה".
דאס איז לדעתי גאר א שטארקע מקור, און עס זעהט אויס אז די רבינו יונה האט אנגענומען אז צניעות מיינט נישט זיין אויפאלאנד (כעין שיטת הרבנית טיקוצ'ינסקי) און די טעם איז כדי נישט מכשיל צו זיין מענער מיט הסתכלות. כמדומני (קען זיין איך בין זיך טועה) אז די איסור הסתכלות נאר ביי אן אשה נשואה, אויב אזוי רעדט די רבינו יונה נאר פון נשואות. עכ"פ, א פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר לדוגמא אבער עס איז נישט אויפאלאנד איז לכאורה נישט עובר אויף צניעות.
נאר,,פרייליך האט געשריבן:דר'עולם רעדט און רעדט ערשט יעצט באמערקט אז די וועלטל דא דרייט זיך איבער בזמן ווען די גמרא איז מלא וגדוש
עי' כתובות דף ע''ב
שבת ס''ב
גיטין דף צ'
סוטה כ''ב
ע''ז י''ח
תענית כ''ג
וואס פלאפעלט מען אליינס ווען אינזערע הייליגע חכמים רעדן שוין
עי' בבא בתרא דף קל"כ
מנחות ב"פ
עירובין צ"ז
קידושין ט"ו
סוטה מ"ט
נדה כ"א ובתוספות שם
רא"ש גיטין מ"ד
ירושלמי פסחים י"ב ובפני שבת
פסיקתא זוטרתא פי"ח
וואס פלאפעלט מען אליינס ווען אינזערע הייליגע חכמים רעדן שוין... א פרייליכע פורים.
רבותי, אין די ערשטע מאמר האט מען אראפ געלייגט שטארקע יסודות, גוטע ראיות און קושיות, מיר ווייסן אז אין חדר און אין שולע האט מען אונז געלערנט מיט א פשטות אז צניעות אין קליידונג וכדומה איז פון די יסודות אין אידישקייט, מיר ווילן אבער וויסן פון וואו עס נעמט זיך. ווען און פארוואס האט זיך דאס אנגעהויבן. די עיקר סוגיות ומקורות ווערן געברענגט אין די מאמרים צוגעצייכנט אין די ערשטע מאמר, אדרבא, אויב האט איר א מהלך וויאזוי מיישב צו זיין די סוגיות כהלכתן און צייגן א מקור, מיר קוקן ארויס דערויף בכליון עינים.
.[/justify]