די סכנה פון ציילן אידן - הרב יונתן זאקס על הפרשה (אידיש)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

די סכנה פון ציילן אידן - הרב יונתן זאקס על הפרשה (אידיש)

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]אנהייב די פרשה, ווערט משה באפוילען אפצורעכטען א ציילונג פון אידישע קינדער. א מאדענע ציילונג. משה ווערט באפוילען נישט צו ציילען די מענטשען דירעקט, נאר אומדירעקט. יעדע איד דארף געבן א האלבע שקל, און נאר דורך דעם וועג וועט מען אויסרעכענען זייער צאל: "כִּי תִשָּׂא אֶת רֹאשׁ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לִפְקֻדֵיהֶם וְנָתְנוּ אִישׁ כֹּפֶר נַפְשׁוֹ לַה' בִּפְקֹד אֹתָם, וְלֹא יִהְיֶה בָהֶם נֶגֶף בִּפְקֹד אֹתָם" (שמות ל, יב).

זעהט אויס אז ס'איז מסוכן צו ציילען אידן. און דאס ווערט באשטעטיגט מיט א געשעהניש יארן שפעטער, אין די צייטען פון דוד המלך. דוד האט באשלאסן אפצורעכטן א ציילונג פון די מענטשען פון זיין פאלק. יואב, זיין מיליטער גענעראל בעהט זיך ביי אים שטארק ער זאל זיך צוריקהאלטען דערפון: וַיֹּאמֶר יוֹאָב אֶל הַמֶּלֶךְ וְיוֹסֵף ה' אֱלֹהֶיךָ אֶל הָעָם כָּהֵם וְכָהֵם מֵאָה פְעָמִים וְעֵינֵי אֲדֹנִי הַמֶּלֶךְ רֹאוֹת, - וואונטש אים יואב אָן - אבער א ציילונג, פארוואס? "וַאדֹנִי הַמֶּלֶךְ לָמָּה חָפֵץ בַּדָּבָר הַזֶּה?" (שמואל ב' כד, ג)

אבער די קעניג'ס ווערטער זענען שטערקער פון יואב'ס, און ער רעכט אפ דעם ציילונג, און ער ציילט אפ די מיליטער-פאסיגע אין ישראל און אין יהודה. ביי דעם פאַזע האט דוד חרטה, און זאגט פאר ה' "וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל ה' חָטָאתִי מְאֹד אֲשֶׁר עָשִׂיתִי וְעַתָּה ה' הַעֲבֶר נָא אֶת עֲו‍ֹן עַבְדְּךָ כִּי נִסְכַּלְתִּי מְאֹד" (שם י). כאטש די תשובה פון דוד, זענען די רעזולטאַטן געווען שרעקלעך. א מאָרד האט געשלאגן ביים פאלק און געלאזט פאלן צענדליגע טויזענטע.

דער ענין זעהט אויס פארהוילן. פארוואס איז מסוכן צו ציילען אידן? די תורה-מפרשים ברענגן ארויף אין זייערע קאָמענטאַרן אויף דעם פסוק אנהייב אונזער פרשה פארשידענע פארשלאגן. רש"י זאגט אז ס'איז דא אין ציילען א "שלעכט אויג". רבינו בחיי דערמאנט אז ווען מענטשען ווערן געציילט, ווערן זיי געציילט איינצעלווייז און נישט אלע צוזאמען. פאר א רגע איז יעדער א יחיד אפגעטיילט פון די פארזאמלונג. די סכנה איז ווען א יחיד זאל גע'משפט ווערן לויט זיין איינע אייגענע מידות און זכותים, וואס זענען מעגליך נישט גענוג אים צו קרעדיטן ביים פראצעס. ספורנו זאגט אז א ציילונג טוט אונז דערמאנען וואס אלץ האט זיך געטוישט, דאס ברענגט אן אויפמערקזאמקייט צו די לעבעדיגע און די טויטע צוגלייך. און דאס איז אויך מסוכן, ווייל עס ברענגט ארויף די שאלה "מיט וועלכע זכות בין איך דא, צווישען די לעבעדיגע (וואס ווערן געציילט), און אנדערע נישט?". כדי אויסצושליסן דאס, פארלאנגט זיך אזויווי אַן "זעהל אויסלייז", א געשאנק פארן בית המקדש און פאר די עבודת ה' דארט.

איך וויל פארשלאגן נאך א פירוש - אפילו נאָר אלץ א דרש, אָן וועלן טענה'נען אז דאס איז דער פשוט'ע לאגיק פונעם פסוק. פארוואס טוהן פעלקער ציילען זייער באפלעקערונג? כדי אפצושאצען זייער מאכט. מיליטערישע מאכט (צאל מענטשען וואס מען קען איינרוקען), עקאנאמישע מאכט (די צאל פון שטייער צאלער), או די דאָמאָגראַפישע מאכט (די סומע געוויקס ארויף אדער אראפ, פון די פאלק). יעדע סארט ציילונג איז געבויעט אויף איין זאך: נומערן האבן מאכט, א כוח. אויב די נומערען זענען גרויס, איז דער פאלק שטארק.
און טאקע דערפאר איז מסוכן צו ציילען אידן. אונז זענען א קליין פאלק. דער פארשטארבענר שרייבער מילטאן הימלפארב שרייבט אז דער צאל פון אידן אויף די וועלט קומט נישט צו די ווערט פון סטאטיסקעל טעות אין די כינע-באפעלקערונג ציילנוג. אונז זענען א פיפטעל פון א פראצענט פון די וועלטס באפעלקערונג, מיט א נארמאלע מאס-מעסטער זענען אונז קלענער פון צו זיין א משמעות אין רעכענונג. דאס איז נישט נאר ריכטיג אין אונזערע טעג. אזוי איז אויך געווען אין די צייטן פון די תורה. אין איינע פון זיינע עפילאג רעדעס אין ספר דברים זאגט משה: "לֹא מֵרֻבְּכֶם מִכָּל הָעַמִּים חָשַׁק ה' בָּכֶם וַיִּבְחַר בָּכֶם כִּי אַתֶּם הַמְעַט מִכָּל הָעַמִּים" (דברים ז, ו) עס איז מסוכן צו ציילן אידן, ווייל אויב אידן וואלטן געגלייבט, אפילו נאר פאר איין רגע, אז "מאכט", כוח, ליגט אין "נומערען", וואלט אונזער פאלק שוין פון לאנג זיך געבראכן פון ייאוש.

וויאזוי קען מען, אויב אזוי, יא אפשאצען די "מאכט" פון אידישן פאלק? אין מיינע אויגן, די ענטפער פון די תורה איז וואונדערליך שיין. בעהט פון די אידן זיי זאלן געבן, און צייל זייערע דאָנאַטיאָנס, זייערע תרומות. פון א נומער פראספעקטיוו זענען אונז קליין, אבער מיט טערמינן פון געבן פאר די ציווילעזאציע און פארן מענטשהייט זענען אונז שטארק.

טראכט נאר פון די גרינדער פון מאדערענע-טראכטער: אין פיזיקס, איינשטיין; אין פילאסאפיע, ויטגנשטיין; אין סוציאלאגיע, דירקהיים; אין אַנטהראָפּאָלאָגיע, לוי-שטראוס; אין פּסיכיאַטריע, פרויד; אין עקאנאמיע, גאנצעטע קייט פון טראכטער דורכברעכערס, פון דיוויד ריקרדו דורך מילטאן פריעדמאן ביז אלען גרינשפאן און דז'אסעף שטיגליץ (און נאך פערציג נאבעל פרייז געווינער פאר עקענאמיע); אין ליטעראַטור, גדולי עולם פון פרוסט צו קפקא און פון עגנון ביז באשוויס-זינגער; אין מוזיקה, קלאסישע קאמפאוזערס ווי מאהלר און שנברג און פאפולערע קאמפאוזערס ווי אירווינג ברלין און דז'ארדז' גרשווין, צוזאמען מיט אסאך גרויסע זינגערס און אנפירערס.

אידן האבן באקומען צוויי און פופציג נאבעל פרייז אין רפואה. זיי האבן צושטייער געגעבן אויסערגעווענדליך אין די פעלד פון געזעץ אין פארשידענע לענדער. (צום ביישפיל, צוויי פון די וואס זענען געשטאנען אין שפיץ פון די געזעץ סיסטעם אין ענגלאנד אין די לעצטע צענדליגע יאר זענען אידן, די לארד'ס פיטר טיילור און הערי וואלף, כאטש אידן זענען א האלב פון א פראצענט פון די ענגלענדישע באפעלקערונג). און אונז האבן נאכנישט דערמאנט דאס אידישע קאנטראביאציע אין פעלד פון אינדוסטריע, פינאנצן, אקאדעמיע, מידיע און פאליטיקע (צוריק צו ענגלאנד, אין די רעגירונג פון דז'אן מייג'ער איז געווען א צייט פון דער אויסערן מיניסטער און דער אינערען מיניסער זענען ביידע געווען אידן: מייקעל הווארד און מלקולם ריפקינד; אין יאר 2010 די אנפירערס פון ביידע "הייזער פון אויסדערוועילטע" זענען געווען אידן, דז'און ברקו און בארונית היימן).

אין די פאראייניגטע שטאַטען אסאך גרויסע געזעצן געבערס זענען אידן: לואיס ברנדייס, בענדז'אמין קרדוזו, פליקס פרנקפוטער און רות באדר-גינסבערג. אין פּסיכאטעראפּיע (א אידישע ערפונדונג) טעראפי און טעארטיק אידן זענען נאך אלץ באוואוסט די מערסטע - אהרן בעק, דער אויפטרעפער פון קאַגניטיוו טהעראַפּי, און מארטין סליגמאן דער פיאניר אין פאזאטיווע פּסיכאָלאָגיע. האליוואד איז אין פאקט א אידישע שאפונג. אין די פעלדער פון קונטס, מוזיק, היילונג און אקעדעמישע לעבן, צו שטייער פון אמעריקאנע אידנטום שטייגט איבער העכער פראפארציע.

און וועגן מדינת ישראל, די לאנד פון אידן - זי פירט דעם גאנצען וועלט אין פעלד פון אַגריקולטורע אין מדבר'ישע צושטאנד, זי שיקט ארויס עקספערטן צו דריטע-וועלט לענדער און צו מערב אוניווערסיטעטן צוגלייך, זי געפינט זיך אינעם ערשטען פלאץ אין די וועלט מיט די צאל פון פאטענטן לויט די באפעלקערונג קאפצאל, און מיט די צאל פון מענטשען מיט דיפלאמעס, אין די לעצטע יארן גיט זי ארויס נאבעל פרייז געווינער אין וויסענשפאט און אין כעמיע ספעציעל.

אבער העכער אלעם שטייט דעם אידישען צושטייער אין ספּיריטואַלען לעבען. זי איז ספעציעל און אסאך, און נישט נאר דאס, נאר זי האט אפילו אוועקגעשטעלט דעם אנטוויקלונג פון דעם גאנצען מערב וועלט ציוויליזאציע. דער קליינער פיצעלע פאלק האט אויף א געוויסע וועג באשאפען א קיין-ענדע-שטראום פון אבות, כוהנים, משוררים, נביאים, חכמים אין הלכה און אין אגדה, פוסקים און קאמענטירער, פילאסאפען און מיסטיקער, גרויסע חכמים און צדיקים, אין א מאס וואס מ'קען כמעט נישט מעסטען. מ'רעדט נישט דא פון איין פאל אז אידן איז געלונגען צו מאכן אן איבערקערעניש, נאר פון א נאכאנאנדע ערשיינונג, יאָרהונדערט נאך יאָרהונדערט, און דאס אלץ נישט איינמאל אין שווערע צושטאנדען וואס קיין שום אנדערע פאלק ווייסט נישט ענדליך צו דעם. איינמאל און נאכאמאל האט זיך די אידישע פאלק אויפגעוועקט פון חורבן און צוריק באנייט מיט א דורכברעך פון שאפונגען. דער חורבן פונעם בית ראשון האט געבוירען דעם בבלישע מהלך פון לערנען תורה. דער חורבן פונעם בית שני האט געשטיפט דאס אנטוויקלונג פון שרייבן תורה שבעל-פה: דער מדרש, משנה און תלמוד. די רייבערי מיט די קראים און נוצרים האט אונז געברענגט די גרויסע פרשנים אויף מקרא. די פראוואקאציע פון ניאו-אפלטון און ניאו-אריסטאטלעס וואס האט אויפגעשטלעט דעם מוסלאמענישער וועלט האט אויפגעוועקט א גאלדענע שורה פון אידישע פעליסאפיע אין שפאניע צווישען יארהונדערעט צוועלעף און פערצען.

אויב ווילט איר אפשאצען די כוח פון אידישען פאלק, בעהט פון די אידן צו געבען, און ציילט זייער נדבות. דאס איז דער גלארייכע געדאנק וואס הייבט אן די פרשה פון די וואך.
געזאגט האב איך אז דאס איז א דרש - אבער ס'איז מער פון א נאר א השערה. כאטש אויף איין פלאץ זעהט אויס פון תנ"ך אז דאס איז דער הסבר. אין ספר שופטים, פרקים ו-ז, די מדינים האבן וויי געטוהן פאר אידן און נאכאנאנד באגנב'ט זייערע פעלדער. ה' האט באפוילען גדעון בן יואש צו מלחמה האלטן מיט זיי. גדעון האט איינגעזאמעלט א גרויסע מיליטער, צוויי און דרייסיג טויזענט מענטשען. ה' האט צוריקגעזאגט מיט א ווארט וואס איז ווארשיינדליך די מערסטע מאנדע אין געשיכטע פון וועלטליכע מיליטעריע: "רַב הָעָם אֲשֶׁר אִתָּךְ מִתִּתִּי אֶת מִדְיָן בְּיָדָם" (שופטים ז, ב). און געזאגט פאר גדעון צו לאזן וויסן אז אלע דערשראקענע זאלן אהיימגיין. צוויי און צוואנציג טויזענט מענטשען האבן אזוי געטוהן. נאר צען טויזענט זענען געבליבן. אבער אויך יעצט זאגט ה' אז "עוֹד הָעָם רָב".

ער האט באפוילען גדעון צו פירען די מלחמה לייט אראפ צו די וואסער און זעהן וויאזוי זיי גייען טרינקען דערפון. ניין טויזענט און זיבן הונדערעט מלחמה לייט האבן זיך געביקט אויף זייער קניען און געטרינקען די וואסער דירעקט פונעם טייך. נאר דריי הונדערעט האבן געשעפט וואסער מיט די הענט און אזוי געברענגט די וואסער צום מויל. ה' זאגט פאר גדעון צו באפרייען א גרעסערע-רוב פון די מלחמה לייט, און איבערלאזען נאר דריי הונדערעט מלחמה לייט: גאר א קליינע צאל אויסצופירען א מיליטערישע אפערציע, און אוודאי א מלחמה קעגען א שטארקע מיליטער. דאן זאגט ה' פאר גדעון "בִּשְׁלֹשׁ מֵאוֹת הָאִישׁ הַמֲלַקְקִים אוֹשִׁיעַ אֶתְכֶם וְנָתַתִּי אֶת מִדְיָן בְּיָדֶךָ". אין א פלוצימדיגע נאכט איבערפאל, באנוצענדיג זיך מיט קולות וואס האט זיך געהערט ווי א גרויסע מיליטער איז אונטערוועגענסט האט דער קליינער גרופע פון גדעון באזיגט דעם קריג.

עס דערקענט זיך אז פאר אונז איז א מער פון סתם א מלחמה מעשה. דער תנ"ך איז א רעלעגיעזע טעקסט, נישט קיין מיליטערישע. וואס ה' זאגט צו גדעון - וואס ה' זאגט פאר אונזערע עלטערן און פאר אונז די לעצטע פיר טויזענט יאר - איז, אז כדי צו באזיגען אין א אידישע מלחמה, אין א ספּיריטואַלען קריג, צו באזיגען א געווינס פארן הארץ, זעהל און נשמה, דארף מען נישט קיין גרויסע נומערן. מ'דארף איבערגעגעבנקייט, לערנערן, דאווענען, א בליק אויף פאראויס, א שטארקייט, אידיאלאגיע און האפענונג. מ'דארף מענטשען וואס זייער נאטור איז נייטיג צו געבן צושטייער. הייס זיי געבן און צייל די געגעבאכטס. דאס איז דער מערסטע פונקטליכע וועג וואס איז אלץ געשריבן געווארן צו מעסטען דעם כוח פונעם פאלק.[/justify]
Under influence

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר