הקב"ה יושב ומזווג זיווגים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

הקב"ה יושב ומזווג זיווגים

שליחה דורך מאטי »

איך בין זיכער אז אלע דא האבן שוין געהערט די באקאנטע מעשה וואס ווערט אראפגעברענגט אין בראשית רבה, אז א געוויסע מטרונה האט געפרעגט פון ר' יוסי בן חלפתא וואס טוט דער אייבישטער. האט ער איר געענפרט "הקב"ה יושב ומזווג זיווגים. נאכהער, דאס גאנצע השתלשלות, אז זי האט אים אויסגעלאכט און געזאגט " איך קען אויך" און זי האט טאקע צוזאמגענומען אלף עבדים ואלף שפחות און זיי זענען ביז איין וואך געווען צוביילט און צוקלאפט. דאן האט זי מודה געווען אז יא! נאר דער
אייבישטער איז מזווג זיווגים.

אסאך קושיות און תירוצים, שבע ברכות דרשות, האט דער דאזיגער מאמר שוין פאראורזאכט. אבער מיר דאכט זיך אז א פשוט'ער קושיא וואס מיר איז שווער איז נאך נישט געפרעגט געווארן, עכ"פ 'בפומבי' עד היום.
והנה: מיר ווייסן דאך אז אלעס קומט פון גאט, יעדע פירונג פון א בשר ודם אין אדם נוקף אצבעו מלמטה עד ..... טא ווי אזוי זאגט זיך דא אזוי מיט א פשטות אז די מטרונה'ס זיווגים זענען געווען עפעס היימישע אליין געמאכטע שידוכין. א יעדער שידוך איז דאך דא א דרך הטבע וואס פירט צו דערצו פון אונטן הגם ס'פירט זיך פון אויבן דאס גאנצע זאך , נו פארוואס איז פונקט דארטן געווען א זערא סוקסעס ראטע ?

הערט א תירוץ:
דא ליגט א טיפער לימוד, דער אייבישטער איז מזווג זיווגים זייט ששת ימי בראשית דעם זעלבן וועג, נאטורליך, א זכר ציט צו א נקבה וכן איפכא. דאס איז ווי אזוי דער אייבישטער האט אראפגעשטעלט די בריאה. מ'איז אויסגעשטעלט איין מין צום אנדערן א בליק,א ווארט,א מראה א טאלאנט, אזוי באקענט מען זיך צוביסלעך מער און מער ביז מ'באשלוסט צו גיין ווייטער און צום מזל קניפט מען א בונד. אבער אז מ'פרובירט צו גיין אן אנדערן וועג , מ'קרייזט ארויס פונעם דרך הטבע'דיגער וועג ווי אזוי די בריאה איז אויסגעשטעלט. מ'כאפט גענענדל מ'גיט דאס פאר מענדל, בלויז ווייל די עלטערן גיין ביידע א פרוזורט אדער א געדריבעלטע, דאן קומט מען ארויס צוקלאפט און צוזעצט . פארשטייט זיך אז די נידריגע ראסע עבדים און שפחות האבן ארויסגעגעבן זייער אנטוישונג אויפן פיזישער וועג, דאס מיינט אבער נישט אז אויב פארמאגט מען אן איידלקייט וואס לאזט נישט זיך באגיין פיזיש, איז גייסטיש איז מען נישט צוקלאפט און צושאסן. נאר אדרבה מ'איז נאך מער צושאסן גייסטיש ווי פיזיש.
אלזא לאמיר זיך נישט לאזן פונעם נארישן מטרונה לאמיר אננעמען די עצה פון ר' יוסי בן חלפתא מיר קענען טאקע נישט פון איין טאג אויפן צווייטן טוישן דעם סיסטעם ווי אזוי ס'ארבייט היינט. אבער עפעס קענען מיר אודאי יא טון. לערנט אויס אייערע קינדער וואס מיינט דאס א פרוי/מאן. וואס וויל איינער פונעם צווייטן מ'האט נישט חתונה כדי נישט צו בלייבן חס ושלום אן אלטער בחור. פארכאפט נישט גאט'ס עבודה אין נאמען פון גאט. פרובירט אים לאזן מזווג זיין ווי ווייט מעגליך אזוי ווי ער איז מזווג זייטן אנהייב . און אזוי וועט איר זוכה זיין צו זען נחת מיט רואיגקייט פון אייערע קינדער און קינדס קינדער עד ביאת הגואל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר