די אפעקטן פון חינוך אויף די אייגענע שיטות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

די אפעקטן פון חינוך אויף די אייגענע שיטות

שליחה דורך שיטה מקובצת »

דער וואס באהאלט זיך אונטער די ניק ״שוטה״, איז בכלל נישט קיין שוטה. אין אייוועלט האט ער געעפענט א וויכטיגע אשכול וואס איז אסאך חומר למחשבה. נאר אנפארטשענעטלי אזא וויכטיגע יסודותדיגע טעמע קען ווי געווענטליך נישט נארמאל אויסגעשמועסט ווערן דארט, ברענג איך אהער שוטה׳ס ווערטער אז די חכמי השטיבל זאלן קענען דערין דן זיין כראוי וכיאות.

[נישט קיין] שוטה האט געשריבן ווי פאלגענד:

כ'מיין נישט דוקא 'חינוך' אין איהר אלגעמיינעם כלליות'דיגן באגריף, אויך מיין איך נישט דוקא 'חינוך' אין קאנטעקסט פון תורה ומצות–דברים שבקדושה, דער אריינגעבן א געוויסע בליק אויף – און דעם מחונך'ס תפקיד אין - די בריאה (הנקרא 'השקפה') [הגם איך וועל זיך יא באנוצען מיט איהר אלץ משל].

וואס איך וויל פארשטיין איז דער כח פון אויס פארעמען א מענטש'נס מהלך המחשבה [געווענדליך דורך עס איהם אריינהאקן אין קאפ מיום היוולדו ביז ער שטייט אויף די אייגענע פיס ועד בכלל, מיט די הילף פון די איינפלוס פון זיין ארום (אנגעהויבן פונעם מדינה וואו ער איז, ביז זיין קהלה און משפחה) {מיינע רינגלעך קענען שוין באלד גיין אין קאמפעטישען מיט 'איך הער'...}], וואס אין איהר נעגעטיווער פארעם ווערט זי אנגערופן 'ברעינוואשינג'.

די שאלה איז נוגע אויף טויזענטער שטאפלן, פון די טויזענטער קליינע החלטות וואס א מענטש מאכט טעגליך אנדערש ווי א צווייטער, הגם זיי זענען אינעם זעלבן מצב, ביז רעליגיע [וואס הגם דארטן קען מען גאר גוט אויסשמועסן ביידע צדדים וויל איך דאס אבער נישט נוצן אלץ א משל מטעמים מובנים].

וויל איך אנכאפן אלץ א משל דער ענין פון 'קנאות' [אין איהר ברייטערן באדייט (פרום – רעכט – שארף), ובפרט לגבי די חטא הידוע פון די לעצטע צענדליגע יאהרן], איך בעט אבער בכל לשון של בקשה אז דער עולם זאל זיך באציעהן צו איהר ווי טאקע אט דאס: א 'משל', דער נידון דא איז נאר די חלק הפסיכילאגיע וואס ליגט אונטער דעם [אז נישט וועט מען האבן א פנים ווי דער וואס איז געבליבן שטעקן ביים משל פון שיר השירים...], און די סיבה פאר'ן נוצען 'קנאות' אלץ משל איז ווייל דער ענין האט מיר שוין אסאך מאל צוגעברענגט אריינצוטראכטן אין דער חקירה, אבער בעיקר ווייל טעכניש איז זי דער בעסטער ארויסצוברענגן די נקודה, [יעצט קען איך שוין גיין קאמפעטישן מיט זיינע הקדמות אויך...]:

[יא, נאך איין נקודה, די משל גייט מיט'ן קנאי, אבער דער גאנצער סיפור גייט פונקט אזוי אויף דער וואס שטייט מנגד, כמובן].

ראובן איז געבוירען געווארן ביי א היימישע [אונגארישע] משפחה אין וויליאמסבורג, ער איז אויפגעוואקסן, נתחנך און נתגדל געווארן על ברכים אשר לא כרעו לבעל, כמיטב המסורת און מיט אלע פרטי פרטים אויף וועלכע חלק אידישקייט מען דארף לייגן מער דגוש וכו' וכו'.

ער איז גרייט צו שווערן אויפן טויט פונעם רבי'ן ז"ל [דער אנדערער שווערט אויפן לעבן פון די רבי... (יא שטארק זיך כ'האב באמערקט)] אז זיין דעה און זיין בליק אויף די וועלט בכלל און אידישקייט בפרט איז דער ריכטיגער, ס'איז ביי איהם קיין צל ספק נישט דא אז ער גייט נישט אויפן איין און איינציגן גלייכער וועג.

דא ווערט עס אבער פראבלעמאטיש, ווייל פונקט ווי דו ביסט א קלוגער מענטש און דו פארשטייסט מדעתך [דו האלטסט עכ"פ אז ס'איז 'מדעתך', ראה לקמן] כך וכך, איז דאך אבער דא ביים צד שכנגד פונקט אזעלכע קלוגע – און א חלק פון זיי מסתמא נאך קלוגערע - מענטשן ווי דיר [סייענטיפיקלי גיסט נישט דער אייבערשטער אראפ מער שכל אויף איין קרייז ווי דער אנדערער], און זיי אלע האלטן דאך מיט'ן זעלבן מאס זיכערקייט פונקט פארקערט.

איז ווי אזוי קען דאס זיין?, וועט דאך יעדער בר דעת פארשטיין אז דער תירוץ איז 'חינוך', דיר האט מען אריינגעלייגט אין קאפ פונעם טאג וואס דו געבוירן כך וכך, און מיט יענעם [וואס איז פונקט אזוי קלוג און וויל זיין פונקט אזוי ערליך ווי דיר] האט מען געטוהן דאס זעלביגע אויף פארקערט, [אודאי איז דא מענטשען וואס טוישען זייער שיטה, אבער על הרוב דיבר הכתוב], אויב אזוי איז דאך שווער א מרפסין איגרא'דיגער קשיא: מאי חזית? אלץ אן אינטעליגענטער מענטש דארפסטו דאך באטראכטן די זאך מן החוץ, איז פארוואס זאלסטו זיין מער גערעכט ווי יענער?

ועוד יותר, דו אזוי ווי דו שטייסט און גייסט, וואלסט דאך געקענט פונקט אזוי געבוירן ווערן אין שכונת כאן צוה הוי' את הברכה, און דאן וואלסטו – בכבודך ובעצמך מיט דיין גוטן קאפ און שארפן פיסק – געהאלטן פונקט פארקערט [אבער נישט סתם נאר מיט'ן גאנצן קנאק, 'שטארק זיך' וואלט צולייגט די הייסע טועמי' וואס ווארפט יענעם אריין אין א ווילדע התלהבות ביי לכה דודי, 'קרעמער' וואלט געווארפן אפאר שארפע ווערטער אויף די וואס קאכן זיך נישט גענוג אין שלימות הארץ, 'שויתי'ניק' אפאר קללות...  ], איז וואס מאכט דיך גלייבן אז דער אמת ליגט עפעס מער ביי דיר ווי ביי יענעם?

[כ'האף אז איך דארף נישט מסביר זיין דעם אינטעליגענטער עולם דא אז אלע תירוצים פון 'אונזערע רבי'ס', 'רבותינו הקדושים', 'מסורה' איז נכלל אינעם קשיא, ס'איז א גלגל החוזר, נאר ווייל דו ביסט געבוירן און נתחנך געווארן אויף די זייט זאגסטו די אלע זאכן, ופשוט למבין].

[כ'וויל נאכאמאל מדגיש זיין אז איך פרעג נישט די קשיא פונעם חלק האידישקייט, ווייל דאס גייט שוין אריין אינעם פראבלעם פון רעליגיע נאר אויף א קלענערן שטאפל, די קשיא איז אך ורק א פסיכילאגישער, און קען פונקט אזוי געפרעגט ווערן אויף יעדע שיטה אין די וועלט, פארוואס גלייבט אונזער מוח כך וכך ווייל מ'האט איהם געהייסן אזוי גלייבן (סיי געהייסן בפועל, און סיי ווייל יעדער ארום מיר האט אזוי געגלייבט)].

לעת עתה בין איך נוטה אז אין הכי נמי, דער גאנצער זאך איז בכלל נישט קיין אינטעליגענטער, נאר זייער א גראבער ענין געבויעט אויף נגיעות און אהבת עצמו, נאר דער דרויסענדיגער פארעם טוישט זיך מיט די יאהרן.

דהיינו: ביי די אכט יאהר איז ער לוחם אין חדר עד נשימתו האחרונה אז זיין רבי איז דער צדיק הדור און דער צד שכנגד א שור וחמור, זיין טאטע'ס קרייז איז 100 פראצענט גערעכט אין אלע זייערע שטעלונגן און דער צד שכנגד איז אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, פארוואס? ווייל 'זיין' טאטע האט איהם אזוי געזאגט, און 'זיין' טאטע – ווייסן מיר דאך אלע – איז דער קלוגסטער בעסטער און שטערקסטער פייער לעשער וואס איז נאר געווען זייט דער רבי איז געקומען קיין אמעריקא.

אזוי לויפן די יאהרן ביז ער האט שוין אן אייגענעם דעת, און 'ער' 'אליין' האלט שוין אזוי ווייל – און דא ליגט דער הונט באגראבן – ער קען נישט צו לאזן אז 'ער' האט נישט ריכטיג געטראכט אלע יאהרן, ממילא לאזט זיין סאבקאנטשעס נישט צו א מחשבה זרה אז יענער האט דאך פונקט אזא 50 פראצענט שאנס צו זיין גערעכט.

וואס זאגט איהר?
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר