פורים - דאס עמקות און פנימיות פון א איד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6614 מאל

פורים - דאס עמקות און פנימיות פון א איד

שליחה דורך הוגה »

[justify]דער מנהג וואס איז נפוץ בכל תפוצות ישראל צו זינגען שושנת יעקב דייקא בשעת סעודת פורים ברענגט ארויס גרויס ווינדער. לכאורה איז דאך די סעודה די צייט פון 'משתה' ושמחה, דער זמן פון עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי. פארוואס דייקא אין דער צייט זינגט מען יא ארור המן ברוך מרדכי?

עס איז דא א כלל אז די מער צוויי זאכן זענען גלייך און ענליך בחיצוניותם די שטערקער די הבדל איז בפנימיות. דער הסבר איז אזוי. אויב ווייסט מען אז עס איז פארהאן עפעס א חיצוניות'דיגע הבדל, צו אין אויסזעהן, עלטער אדער אפילו אין יחוס, דאן קען מען פונקטליך מגדיר זיין דעם הבדל. משא"כ ווען מען ווייסט אז ס'פארהאן א הבדל אבער בחיצוניות זעהט מען גארנישט קיין חילוק, דאן מוז זיין אז עפעס גאר טיף בפנימיות איז די הבדל. נעמט לדוגמא די שתי שעירים פון יום כיפור. עס איז פארלאנגט אז די צוויי שעירים זאלן דוקא זיין גלייך בקומה, שנים ודמים. דאך ווייסן מיר אבער אז לא הרי השעיר להשעיר, איינס גייט לעזאזל און איינס גייט לשם. ווען איינער וואלט געווען ביליגער אדער שענער ווי די צווייטע וואלט איך געמיינט אז די סיבה פארוואס איינער גייט להשם איז ווייל יענער איז טייערער אדער שענער. יעצט אבער אז ביידע זעהן אויס אייניג בחיצוניות פארשטייען מיר אז דא ליגט עפעס א גאר טיפע ענין וואס איז מבדיל האחד לשם והאחד לעזאזל.

דאס איז דער ענין וואס מיר טרעפן ביי די צווילינג ברודער יעקב ועשיו. די פסוק זאגט "הלא אח עשיו ליעקב ואוהב את יעקב ואת עשיו שנאתי". דייקא ווען מיר זענען מכיר אז יעקב און עשיו זענען צווילינג ברודער וואס מצד חיצוניותם איז נישט דא קיין סיבת הבדל, דאן איז די הבדל טיף בפנימיותם. און פארדעם האט אויסגעפעלט די גאנצע שפיל אז עשיו זאל שפילן צדיק און יצחק זאל אים ליב האבן, כדי צו ווייזן אויף די ריכטיגע הבדל, עס האט נישט מיט זיינע עבירות אדער מיט זיין התנהגות, די שנאה צו עשיו איז עפעס פנימיות'דיג.

אט דאס איז די עבודה ביום הפורים מיט די 'עד דלא ידע'. מען דארף זיך ברענגן צו א מצב פון נישט זעהן בכלל קיין חיצוניות'דיגע הבדלים צווישן המן שהוא זרעו של עשיו און מרדכי זרעו של יעקב. נישט דאס איז זייער הבדל בכלל. דער הבדל איז עפעס אינערליך און סגולה'דיג. טרונקט מען זיך אן ביז מען קען שוין נישט מער מבחין זיין צווישן רויט לייט און גרין לייט, צווישן מצוות און עבירות און צווישן שלעכטס און גוטס. איינמאל מען קומט אן צו די מדרגה, דייקא דעמאלטס האט ארור המן ברוך מרדכי די ריכטיגע און די שטערקסטע באדייט. דער חילוק איז נישט עפעס חיצוניות'דיג נאר דייקא עפעס גאר טיף בפנימיות. המן איז נישט ארור ווייל ער איז שלעכט, ווייל ער האט מורד געווען אין גאט וכדומה נאר ווייל בפנימיות איז ער ארור. מרדכי איז נישט ברוך ווייל ער טראגט א גרויסע קאפל, ווייל ער לערנט תורה וכדומה, נאר ווייל בפנימיות איז ער ברוך.

בעצם איז דאס געווען איינע פון די חידושים פון דעם הייליגן בעש"ט, נישט נאר פורים נאר א גאנצע יאר. פאר דעם בעש"ט'ס צייטן האט מען מחשיב געווען א תלמיד חכם, א מתמיד און אן ערליכע איד. מען האט שטארק אראפ געקוקט אויף אן עם הארץ, א פשוט'ער דארפס איד און אוודאי אויף א בעל עבירה. דער בעל שם טוב האט אבער מכיר געווען די נקודה אז אויב זענען דאס די ענינים וואס זענען מבדיל ארור פון ברוך דאן איז די הבדל גאר קליין. עס איז דא א גאר גאר טיפע ענין וואס מאכט א יעדע אידיש קינד פאר א ברוך אפגעזעהן וואס זיין דרויסענדע התנהגות צייגט. עס איז א סגולה'דיגע זאך וואס קען נישט אויסגעמעקט ווערן אפילו מיט מיליאן עבירות. וממילא פארנעמט א חשיבות א יעדעס אידיש קינד אפגעזעהן מיט וואס פאר א קאפל ער גייט אדער נישט, אפגעזעהן וויפיל עבירות זיי האבן עובר געווען און אפגעזעהן וואס פאר א לבוש זיי טראגן. דער אידענע מיט די דזשינס הויזן און אויסגעשניטענע העמד טראגט מיט זיך די זעלבע פנימיות'דיגע ברוך ווי דער צדיק מיטן פעלץ. און יא, א צדיק מיט א פעלץ איז אויך א ברוך, believe it or not...

מ'מיינט אז מען מאכט גרויס זיך אדער דעם באשעפער דורך צייגן דרויסענדע הבדלות צווישן אידישע קינדער, אפילו אויב עס איז ביי עניני עבודה"ש. דער אמת איז אבער פונקט פארקערט. דורכן צייגן דערויסענדע חילוקים מאכט עס די הבדל גאר קליין ומוגדר. אויב דאס איז די גאנצע איז שוין נישט קיין גדלות. אויב אבער איז מען מכיר אז די הבדל החיצוניות איז קיין פאקטאר איז פארשטענדליך אז די הבדל איז עמוק עמוק.

איך האב לעצטענס געהערט א גוט ווארט בשם דעם ריי"צ מליובאוויטש ז"ל. רבי יהושע בן לוי האט געפרעגט משיח ״"אימת אתי מר אמר ליה היום. אתא לגבי אליהו א''ל מאי אמר לך א''ל שקורי קא שקר בי דאמר לי היום אתינא ולא אתי א''ל הכי אמר לך היום, אם בקולו תשמעו". דערנאך טרעפן מיר אז דער בעש"ט האט געפרעגט משיח ווען ער קומט און ער האט געענטפערט "לכשיפוצו מעינותיך חוצה". לכאורה איז דאס א סתירה, קודם זאגט ער היום אם בקולו תשמעו, און דערנאך זאגט ער אז ער וועט קומען ווען דער דרך הבעש"ט וועט ווערן נפוץ. דער תירוץ איז אז דער בעש"ט האט פארגעהאלטן משיח היתכן ער קומט נאך נישט, היות גאנץ כלל ישראל איז שוין מקיים די בקולו תשמעו. אויף דעם האט משיח געענטפערט, אז ווען 'דער' געדאנק וועט ווערן נפוץ, ווען א יעדער וועט איינזעהן אז אלע אידן זענען טאקע ערליך און פיין, דעמאלטס וועט משיח קומען.

איך בין שוין צופיל מאריך דא, איך וועל נאר צוענדיגן מיט א געוואלדיגע ציטוט פון די ספר תומר דבורה פרק ב׳, וז״ל:
ירגיל עצמו להכניס אהבת בני אדם בלבו, ואפילו הרשעים, כאילו היו אחיו ויותר מזה, עד שיקבע בלבו אהבת בני אדם כולם, ואפילו הרשעים יאהב אותם בליבו, ויאמר, מי יתן ויהיו אלו צדיקים שבים בתשובה ויהיו כולם גדולים ורצויים למקום. כמאמר אוהב נאמן לכל ישראל, אמר (במדבר יא, כט): "ומי יתן כל עם ה׳ נביאים וגו׳״, ובמה יאהב, בהיותו מזכיר במחשבתו טובות אשר בהם, ויכסה מומם ולא יסתכל בנגעיהם אלא במידות הטובות אשר בהם. ויאמר בליבו, אילו היה העני המאוס הזה בעל ממון רב כמה הייתי שמח בחברתו, כמו שאני שמח בחברת פלוני. והרי זה, אילו ילבישוהו הלבושים הנאים כמו פלוני הרי אין בינו לבינו הבדל, אם כן למה יעדר כבודו בעיני, והרי בעיני ה׳ חשוב ממני, שהוא נגוע מדוכה עוני ויסורים ומנוקה מעון, ולמה אשנא מי שהקב״ה אוהב, ובזה יהיה לבבו פונה אל צד הטוב ומרגיל עצמו לחשוב בכל מידות טובות שזכרנו. ע״כ.


(באזירט אויף פחד יצחק, די זעקסטע מאמר אויף פורים.)


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר