חקר השיר "חד גדיא", מקורותיה ותולדותיה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

חקר השיר "חד גדיא", מקורותיה ותולדותיה

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:49 pm

חד גדיא, ס'איז א פיוט וואס יעדער איינער דא קען עס ווי אשרי יושבי און יושב בסתר. קליינע מיידעלך און די סקול סיסטעם וואס ווייסן נאך נישט ווי מצרים איז אויף די מאפע ווייסן שוין נאכצוזינגן מיט א זיכערקייט אז איינמאל פסח שפעט ביינאכט האט א קעצעלע אויפגעגעסן א גאנצע ציגעלע. ווי אזוי?! דאס איז שוין אן אנדערע קשיא.

ווער דער מחבר איז דאס נישט באקאנט, אבער דאס איז איינמאל זיכער אז ארמ'יש איז נישט געווען זיין מאמע לשון (בניגוד צו השערות וואס זאגן אז דער פיוט איז געשריבן 'בלשון ארמי כדי שיבינו העם', ד"ה אין די צייטן ווען די יידישע שפראך איז נאך געווען ארמ'יש) ווער ס'איז בקי אביסל אין תשובת הגאונים וועט קיינמאל נישט זאגן אז 'חד גדיא' איז געשריבן אויף ארמ'יש.
טייל פון זיינע טעותים זענען...
> אויף ארמ'יש דארף ווען שטיין 'חדא' גדיא, נישט 'חד'.
> די ריכטיגע אויסלייג וואלט געווען 'תרין' זוזי (פאר ווער ס'איז באקאנט אין ארמ'ישע דקדוק)
> 'דזבין' אבא, יעדער וואס לערנט אמאל גמרא ווייסט אז ס'איז דא 'זבן' און זבין', די ערשטע מיינט געקויפט און דאס צווייטע פארקויפט. דער טאטע פון חד גדיא האט ווארשיינליך 'געקויפט' א ציגעלע, נישט פארקויפט, אז נישט וואלט ער נישט איבערגעקערט מיין גאנצע סדר נאכט איבער א ציגעלע וואס איז שוין לאנג נישט זיינס. (ר' וואלף היידענהיים האט עס טאקע מתקן געווען אין זיין רעדעלהיים הגדה ואחריו ר' מענל כשר אין 'הגדה שלמה').
> דער מחבר קען נישט אפמאכן זיין מיינונג, 'דנשך לשונרא דאכלה לגדיא', אדער שרייב 'נשך' און 'אכל', אדער 'נשכה' און 'ואכלה' (און רעד פון א 'שונרתא', א נקבה, נישט קיין זכר 'שונרא', און דאן דארף שטיין 'ואתת' במקום 'ואתא').
> 'ומחא' לכלבא זאגט מען אין ארמ'יש, נישט 'והכה'.
> 'ושרף' לחוטרא, אין ארמ'יש קומט 'ואוקיד' לחוטרא (אדער ואוקדה, אדער ואוקיד ית חוטרא).
> 'ושתה ית מיא' אדער עפעס ענדליך, נישטא אזא זאך אין ארמ'יש ווי 'ושתה למיא'.
> כ'מיין יעדער חדר יינגעל ווייסט אז אין ארמ'יש רופט מען דעם 'שוחט' 'טבח' אדער צומאל 'טבחא', וויאזוי דער מחבר האט דאס געקענט פארזעהן ווייסט איין 'הקדוש ברוך הוא' (אויך ריין לשון קודש, פונקט ווי 'מלאך המות').
ס'דא נאך היבש טעותים דא בפרט אין די נקודות (די תימן'ער האבן פאראכטען טייל דערפון), ס'איז נאר פשוט א רחמנות צו נעמען אויסטוהן נאקעט אזא אומשולדיגע טאטע וואס איז אקוראשט בארויבט געווארן פון זיין באליבטן ציגעלע. נאר אזא פנים טראגט עס ווען אן אייראפעישער איז נחה עליו רוח השיר און פארשרייבט זיך אויף ארמ'יש ("זוהר" האט שוין איינער געלערנט דא?...).

ווער ס'האט איר מחבר געווען ווייסט מען טאקע נישט, אבער ווען, דאס קען מען בערך אויסרעכנען. אין פריערדיגע הגדות בכת"י ובדפוס און פירושי ההגדה פון די ראשונים בארצות פזוריהם ווערט זי בכלל נישט דערמאנט (טייל מלקטים <לדוגמה> <ולדוגמה> זענען 'מעתיק' (כביכול) א לשון התשב"ץ וואו ער דערמאנט שוין דעם 'חד גדיא', כ'האב איבערגעדרייט אלע ספרי התשב"ץ וואו ער קען ווען דאס שרייבן און די רשב"ץ הגדה, און צו זיין אויף די safe side אויך דעם תשב"ץ קטן מנהגים פונעם מהר"ם מרוטנבורג יוצא צו זיין אויך יענעם וואס דערמאנט עס משמו, ולא מצאתי אלא שתיקה), די ערשטע הגדה מיט חד גדיה ('גדיה' מיט א ה"א) איז די צווייטע פראג'ער הגדה געדרוקט בשנת ש"נ מיט דייטשע טייטש (דאס ווייסט איר אז 'דייטש' מיט 'טייטש' איז א טאפעלט לשון, אכמל"ה), אין די ערשטע פראג'ער הגדה פון שנת רפ"ז (דארט וואו ס'שטייט ביי 'מרור זו' אז "יש מנהג בעולם שהאיש מורה על האשה וכו'") דארט איז נישטא קיין חד גדיא. נאך אינטערסאנטער איז צי באמערקן אז Johannes Buxtorf אין זיין בוך "De Synagoga Judaica" אויף הלכות און מנהגים ביים דייטשען יודענטום (1603) אין פרק י"ג ווי ער לייגט אראפ א סדר מיט אלע מנהגים ביז די קלענסטע פרטים (באזאלצן מיט היבש אנטיסעמעטיזם) דערמאנט ער נישט קיין חד גדיא, דאס מיינט אז אין זיינע צייטן אין דייטשלאנד (ער האט פארלאזט קיין באזעל אין 1588) האט מען נאכנישט געוואוסט פון קיין חד גדיא. (פוקס שרייבט נאך פון איינעם אז אין בוקסטארף'ס א שפעטערדיגע בוך biblia rabbinica חלק ב' דערמאנט ער שוין יא 'חד גדיא', נישט ער און נישט איך האבן אים דערווייל געטראפן)

מלקטי ליקוטים אויף פארשידענע גירסאות אין די לענג און אין די ברייט אויף יידיש און אויף ענגליש זענען מעתיק (איינער פון צווייטן) א שיטה פון מנחם צבי פוקס ('אסופות' שנה ב' ר"א-רכ"ו) וואס ווייסט פון א כתב יד סידור פון פרובנס צוריק צו די 13th אדער 14th century וואו צום סוף שטייט אריינגעקלעבט א געשריבנע "חד גדיא" מיט אסאך וויכטיגע שינויים פון אונזער נוסח (שפעטער מער באריכות). ווי פוקס אליינס שרייבט איז זי געשריבן מיט א היבש שפעטערע כתב פונעם עצם סידור, (די מלקטים עפי"ר מאכן זיך פון דעם נישט וויסענדיג) פון דעם איז פוקס משער אז דער חד גדיא שטאמט גאר פון די נוסח פרובאנס און אז זיי האבן עס געברענגט מיט זייער גירוש קיין דייטשלאנד צו די פראג'ער הגדה. יעצט אהן אריינגיין אין קיין לאנגע היסטארישע פלפולים דארף קלאר זיין עטליכע פונקטען, (1) אין אלע אנדערע סידורים, מחזורים, הגדות, בדפוס אדער בכת"י מאז ומקדם ביז די צווייטע פראג'ע הגדה איז א 'חד גדיא' נישטא פאר קיין רפואה צו טרעפן, ווי אין וואסער אריין. הלוא מילתא הוא, אויב די פראנצוזישע יידן האבן איר שוין געהאט און מיטגעברענגט מיטן גירוש, ווי האבן זיי איר אויסבאהאלטן די אלע יארן פארדעם און נאכדעם. (2) די פריערדיגע מפרשים צום חד גדיא באציען זיך צו איר ווי א דייטשע און פולישע מנהג (מנהג פולין און מנהג בעהמען, וואס "פראג" איז איר הויפטשטאט, זענען ביידע נוסח מזרח גרמניה באקאנט אלס 'מנהג פיהם' אדער 'מנהג בני ריינוס') אבער קיינער נישט קיין ווארט וועגן פרובאנס. אזוי איז לדוגמה אין אחוית אחידן אויף 'חד גדיא' און נאך מפרשים, און אזוי אויך אין די שארפע תשובה פונעם חיד"א וועגן מחרים זיין די מתלוצצים אויפן 'חד גדיא'. (אסאך פון די פריערדיגע מפרשי חד גדיא זענען מדגיש אז זיי שרייבן זייער פירוש צו ווייזן די מתלוצצים כי לא דבר ריק היא, ס'שמעקט שטארק אז כלל ישראל בימים ההם האט אויפגענומען דעם חד גדיא מיט גרויס קריטיק). (3) בניגוד צו די צרפת'ישע יידן בכלליות, זענען די פרובאנס'ער קהילות נישט פארטריבן געווארן אין די גירוש צרפת בשנת 1394 ווייל פראבאנס האט נאך דעמאלס נישט באלאנגט צו די פראנצוזישע מלוכה. (4) למרות די שפעטערע צו גירוש וואס צרפת האט (עטליכע מאל, און ענדגילטיג) בשנת 1501 ארויסגעגעבן אויף די יהודי פרובאנס איז בכלל א ספק וויפיל פון זיי אויב עפעס זענען למעשה געגאנגן אין גלות אריין, צוליב עטליכע סיבות. וואס איז זיכער איז אז די 'ארבעה קהילות' פון וואו ס'איז אונז פארבליבן דער נוסח פרובאנס זענען אלע פארבליבן על מקומם בשלום תחת חסות האפיפיור און פון זיי האבן מיר דעם "מחזור אויניון" אדער "מחזור ארבעה קהילות" און דארט איז נישטא קיין 'חד גדיא' צו געפונען, נישט אין כתב יד (1378) און נישט שפעטער אין אין די געדרוקטע נוסח (1767). וואו ס'איז יא דא איז אין אן אובינון'ער זמירות משנת תקכ"ה (1765) וואס דארט שטייט יא 'חד גדיא', אבער אויף אונזער נוסח (צום סוף סדר. 'אחד מי יודע' שטייט ביי סוכות, א שמועס פאר זיך), דאס איז שוין יארן נאכדעם וואס דער 'חד גדיא' האט זיך ברייט פארשפרייט צו די שכינות'דיגע מדינות. (אין דעם זמירות שטייט נאך אנדערע 'נייע' פיוטים ווי למשל "יה רבון עלם"). יעצט אז אויב 'חד גדיא זאל ווען זיין א פיוט אינעם סידור פון 'נוסח פרובאנס' וואלט זי זיכער נישט געפעלט פון די אנדערע מחזורים, וואס מער מסתבר איז אז דער בעל הבית פונעם סידור האט זיך אפגעשריבן דעם חד גדיא און צוגעלייגט צו זיין סידור (ווי דערמאנט) הערשט "נאכדעם" וואס ס'איז נתפשט געווארן במקומו דעם מנהג 'חד גדיא' פון דייטשלאנד צו זיין מדינה.
בדומה לזה איז די מעשה מיט איין פראגע רפ"ז הגדה וואס איר בעל הבית האט שפעטער צוגעטשעפט א געשריבענע "אחד מי יודע" און "חד גדיא", אבער דארט בלייבט נישט איבער קיין מקום לטעות בו ווייל די עצם הגדה איז א געדרוקטע און אויף גאר אנדערע פאפיר אזוי אז א פשוט'ע אויג כאפט גלייך די חילוק. א צווייטע דוגמה איז די היסטארישע 'הגדת ששון' בכתב יד פון די 13th century, דארט געפונט זיך דער 'חד גדיא' גלייך ביים אנפאנג סדר צוזאמען מיט די 'סימני הסדר', חיים דוב שעוועל פארקאכט מיט דעם א קאשע אז לכאורה איז זייער מנהג געווען צו זאגן חד גדיא 'פאר' די סדר בשביל שלא ישנו התינוקות (וויאזוי די סגולה ארבייט, גיי ווייס), האט ער אבער פארזעהן וואס ששון אליינס שרייבט אז ס'איז א שפעטערע כתב (אויך אן אוביניון'ער) צוגעלייגט צום ארגיענעלען הגדה.

אין הגדה מרבה לספר פון ר' ידידיה טיאה ווייל א זוהן פונעם קרבן נתנאל (להעיר אז דער עצם ספר איז געדרוקט בעילום שם המחבר און ר' ידידיה שרייבט נאר אן א הסכמה, ס'איז אבער ברייט אנגענומען אז ר' ידידיה איז גאר דער מחבר) שרייבט ער אז מ'זאגט אז מ'האט געטראפן דעם "חד גדיא" (מיטן אחד מי יודע) אין "כותלי בית המדרש" אין גארמייזא (ווארמייזא, Worms) (אפאר בלאט ווייטער ברענגט ער די זעלבע שמועה און לייגט צו צוויי ווערטער, איינס אז ס'איז געווען געשריבן אויף "קלף", און צווייטענס, ער רופט אן דאס בית המדרש "בית מדרש הרוקח") און פון דעם וויל Rabbi John D. Rayner אין An Understanding of Judaism (p.114) אויפבויען א גאנצע בנין אז 'חד גדיא' גייט נאך צוריק ביז צו דעם רוקח'ס צייטן, און פון דארט און ווייטער זענען צענדליגע מלקטים קובע מיט א פעסטקייט אז חד גדיא שטאמט פון ווארמייזא מבית מדרשו של הרוקח. איבריג צו זאגן אז ס'זענען סתם לופטיגע דמיונות ווייל דער שוהל אין Worms מימי הרוקח (גערופן, בטעות, די רש"י שוהל, געבויעט אום 1175) שטייט נאך עד היום הזה (טיילווייז חרוב געווארן אין יאר 1349 און דערנאך איבערגעבויעט געווארן אין די פאלגענדע פאר יאר, וואס גיבט אויך נישט קיין שום אנדייטונג צו די שמות אין די ווענט האבן בכלל איבערגעלעבט דעם חורבן) און אויב האט מען בזמן הרוקח אריינגעווארפן שמות אין די ווענט אריין האט מען אזוי געטון יארן שפעטער אויכעט און אויב ס'איז אמת די שמועה אז דער פיוט שטאמט פון די ווארמייזא'ר וואנט ארויס ווייסט נישט קיינער ווען מ'האט איר דארט אריינגעשטופט ("קלף" איז נאך געווען אין ברייטן באנוץ אויף צום שרייבן א גוטע הונדרעט יאר נאך די פראג'ער הגדה). פוקס, אינעם זעלבן מאמר דמיון'ט אויס אן השערה אז דער ר' ידידיה ווען ער שרייבט "שמעתי" און "אמרו" מיינט ער עפעס א סידור כתב יד על קלף משנת קס"ו (1406) געבויט אויף דעם אז אין אנפאנג פון די הגדה ביי הא לחמא עניא איז ער מעתיק א ווארט אויף די הגדה פון יענע סידור, וויאזוי די גזירה שווה דארף שטימען איז א מיסטעריע ('פוקס' אין זיין מאמר איז בכלל זייער אבסעסט מיט השערות, סיי ביים חד גדיא און נאכמער ווען ס'קומט צום 'אחד מי יודע'). שפעטער צום סוף מאמר שרייבט ער אליינס אז "יתכן שספרו בגרמייזא שמצאו בעיר שירים גנוזים, וזאת על מנת לטשטש ולהסתיר מקורם הלא יהודי. ובחד גדיא אף דאגו לתרגמו לארמית ולא הסתפקו בלשון הקודש". ר' מענדל כשר (הגדה שלמה מבוא עמ' 192) טענה'ט אויך וועגן א סידור בכתב יד פון יאר קס"ו וואס דארט שטייט שוין 'חד גדיא' (און אחד מי יודע), איך האב נאך נישט באוויזן צו לייגן א יד דעראויף, די מראה מקום וואס כשר גיבט אן (יארבוך פון בריל חלק 4 עמוד 192) שטייט בכלל נישט וועגן אזא סידור דערמאנט. וואס יא, אין p.97 באשרייבט צונץ דעם 'מרבה לספר' הגדה און ער באטאנט אז דער מחבר אין זיין פירוש באנוצט זיך מיט 'האנדסשריפטליכע ווערק' און אין הגהה צייכענט ער אן ווי דער מחבר ברענגט דריי מאל פון די קס"ו כת"י סידור און "אויך" ברענגט ער פיער מאל אראפ א "קבלת הרוקח" און ער צייכענט אן די פונקטליכע מראה מקומות (צונץ אליינס מערקט אן אז דער ארמ'ישע חד גדיא איז בייארבעט פון א דייטשער פאלקסליד), אויב דאס האט כשר געמיינט איז אינטערסאנט ווי ער האט זיך אזוי מיאוס פארמישט. וואס מ'זעהט יא פון אלע הגדות וואס מיר האבן היינט בנמצא זעהט מען קלאר אז אין די אנדערע הגדות אינדרויסן פון די דייטשע מנהג איז חד גדיא הערשט אריין באלד צוויי הונדרעט יאר שפעטער (ביי די ספרדים למשל, אין די לאדינאו שפראך Un Caveritco) וואס דאס מאכט איר א זיכערער דייטשער פיוט.

יעצט אז מ'ווייסט פון ווי דער 'חד גדיא' שטאמט, און בערך פון ווען, אבער קיין שום אנדייטונג ווער ס'האט איר פארפאסט פאלט זי אויטעמאטיש אריין אין די סעריע פון "פאלקס לידער". בלייבט איז נאר די פראגע פון וואו האט איר דאס פאלק אויפגעכאפט? דאס נענסטע דייטשע פאלקס ליד פון יענע צייט ענדליך צום חד גדיא איז אן אלטער cumulative ניגון "Der Bauer schickt den Jockel aus" (דער הער/farmer שיקט דעם יוקל/פויער ארויס). דארט גייט די מעשה פארקערט פונעם חד גדיא, דער הער שיקט ארויס דעם יוקל שניידן תבואה אין פעלד, דער יוקל האלט נישט ביים שניידן די תבואה און קומט אויך נישט אהיים. שיקט ער נאך זיין באדינער נאכן פויער, און דער באדינער פארבלייבט זיך אויך אויפן פעלד. שיקט ער דעם הונט בייסן דעם באדינער, דער הונט פייפט זיך אויך אריין. יעצט לויפט די מעשה ווייטער מיטן שטעקן, פייער, וואסער, אקס, שוחט, אדלער (אהיימצוברענגן דעם שוחט), מכשפה (אפצוהיטען דעם אדלער), תליין (צו פארברענען די מכשפה). בקיצור, יעדער פייפט זיך אויס ביז דער הער האט שוין קיין אנדערע ברירה נישט, שיקט ארויס זיין טאטע דער'פטר'ן דעם תליין, א פחד באפאלט אים און שרייט אז ער לויפט שוין צו די מכשפה, זי דערשרעקט זיך אויך און פירט שוין אויס איר שליחות, אזוי פארט דער באן אויף צוריק ביז דער פויער שניידט שוין דאס תבואה אין פעלד. דאס איז די שטארק באקאנטע נוסח, ס'דא נאך עטליכע ווערסיעס אינעם ליד, טייל נענטער צום חד גדיא און טייל אביסל ווייטער, (איינס וואס דרייט זיך ארום א הערר וואס פרובירט 'בארן קלאפן') אבער דאס איז עס בערך די שרעקעדיגע געשיכטע מיט איר פרייליכער ענדע.
אונזער 'יוקל' ליד איז אויך נישט קיין יתומה, זי אליינס שטאמט אפ פון זייער אן אלטע מסורה, נעמליך פון א קריסטליכע ליד Der Herr der schickt den Jäger aus וואס ווער געזינגען און אפגעשפילט (O Buer, wat kost’ dien Hai) אלס א טייל פון א Käskenspiel צערעמאניע אין א לאקאלער פייערונגס טאג פאר א קאטוילישע קדוש Saint Lambert of Maastricht אפגעהיטן טראדיציאנאל אין Münster אין (אדער די געגענט פון) סעפטעמבער דעם 17'.
נאך א זייער ענדליכע ליד צום 'חד גדיא' איז דער פראנצוזישער אוי! ציגעלע וואו דער ציגעלע באהאלט זיך ציווישין די קרויט אויפן פעלד און דער באלאבאסטע פראבירט אים אהיימצוטרייבן, זי שיקט נאך אים דעם הונט צו בייסן דאס ציגעלע און דער הונט האלט נישט דערביי, זי שיקט דעם וואלף, שטעקן, פייער, וואסער, קאלב, שוחט, מלאך המוות, יעדען פאלט א פחד און הייבט אן פאלגן ביז דער ציגעלע קומט אן בשלום אהיים. אן אנדערע פראנצוזישער ליד איז la petite fourmi qui va à jérusalem, א געשיכטע איבער א קליינע מוריטשקע וואס האט זיך געקליבן קיין ירושלים און א קייט פון שווערעקייטן זי איז אדורך אויפן וועג ביז זי האט דערגרייכט שערי ירושלים.
במשך די יארן זענען געבוירן געווארן פילצאלע חד גדיא'ס אין פארשידענע לענדער און שפראכן, ס'איז שווער נאכצוגיין רוב פון זיין פון ווי זיי שטאמען אפ ווייל אין שפעטערע יארן איז אונזער 'חד גדיא' צוריק אריינגעפארן צו די קריסטליכע פאלקלור אין פארשידענע פארמאטען, טייל צו פארדאנקען א קריסטליכע הגדה אויף לאטייניש (1644) מיטן נאמען "liber rituum paschalium" דורך א געוועזענע ייד Johann Stephan Rittangel, און נאך שפעטער א דאנק א דייטשער בוך מיטן נאמען חד גדיא געדרוקט אין לייפציג אום 1731 אויך דורך א קריסט א געטויפטע ייד Philip Nicodemus Lebrecht אוואו זיי רוקן דארט אריין זייערע קריסטליכע הזיות. טייל באקאנטע חד גדיא'ס זענען, דער ענגלישער מעשה'לע The Old Woman and Her Pig, אן אמעריקאנער nursery לידל there was an Old Lady Who Swallowed a Fly, דער איטאליענישער "Alla fiera dell'est", א ספאנישער LA RANA (א פראש), נאך א ספאנישער מיטן נאמען Canción de la mora

אין ספר אפס דמים פון ר' יצחק בער לעווינזאהן (מחבר פונעם רעדעלהיים סידור) ווייסט ער אויך צו פארציילן אז אונזער 'חד גדיא' איז ממקורה א דייטשער פאלקס ליד, ער זאגט אז ער האט איר נאך געזעהן אין א דייטשער אלמאנאך און אז דארט פעלט פון 'ואתא השוחט' און ווייטער (איינער וויל מחדש זיין אז צוליב דעם טאקע גייט פון ואתא השוחט אויף לשון הקודש, ווייל מתחילה איז נאר געווען איבערגעטיישט ווי אין יענעם דייטשען טעקסט און דערנאך האט איינער מוסיף געווען דאס איבריגע און יענער האט נישט גע'יכול'ט קיין ארמ'יש. קען זיין). ענדליך צו דעם איז דער אריינגעקלעבטן 'חד גדיא' וואס פוקס דערמאנט, זי איז צוטיילט אין צוויי כתבי יד (חוץ די גאנצע הגדה וואס איז אן עלטערן כת"י פאר זיך), די ערשטע גייט אויך נאר ביז נאך 'תורא', און ס'פעלט דעם 'שונרא', ד"ה אז דער 'כלבא' פרעסט אויף דאס ציגעלע (מער שכל'דיג ווי א קאץ א גאנצע ציגעלע). נאך שינויים דארט זענען 'דזבן', 'ומחא', 'ואוקיד', 'וטפא' לנורא, ושתא 'מיא'. דערנאך קומט אן הוספה פונעם צווייטן כת"י 'ואתא יתרא אקטר לתורא' (שטריק האט געבונדן דעם אקס), 'ואתא עכברא' (דער מייז האט צוביסן דעם שטריק), 'ואתא שונרא' (דער קאץ כאפט דעם מייז) און ביי דעם ענדיגט זיך די מעשה. א צווייטע נוסח מיט א מייז איז אן אלטען כתב יד וואס הברמן דערמאנט אין 'מחניים' (גליון 55 עמוד 143) בשם חנא שמרוק (The Field of Yiddish NY 1954 p.214) וואס דארט קומט אריין דער מייזעלע צווישען ציגעלע און קעצעלע "ואתא עכברא דאכל לגדיא דזבין אבא בתרי זוזי חד גדיא חד גדיא", און דערנאך "ואתא שונרא דנשך לעכברא וכו'" און ווייטער די סדר פון אונזער חד גדיא. אנדערע שינויים אין לשון זענען ווי פאלגענד, ואתא 'מקלא', 'ומחא', 'ואוקיד', ואתא מיא 'ומכווא' לנורא (אויך א טעות, ער וואלט געדארפט זאגן 'ומכבא'), ואתא 'שחטא', ואתא 'קודשא בריך הוא'. נאך א שינוי איז אין די ערשטע דריי שטיקלעך גייט עס מיט א 'ד', ואתא עכברא דאכל, ואתא שונרא דנשך, ואתא כלבא דנשך, דערנאך פון דארט און ווייטער ציעט ער צוריק צום 'ו' ווי און אונזער נוסח (הברמן איז אויך מעתיק 'דזבן', אבער באמת שטייט דארט יא 'דזבין' ווי אין אונזערע הגדות). ס'איז נישט מעגליך צו וויסן (באזירט אויף די אינפורמעשין מיר האבן היינט) וועלעכע פון די נוסחאות איז קודם און ווער ס'האט מוסיף אדער גורע געווען, ד"ה צי לכתחילה קומט חד גדיא מיט א מייזעלע נאר מ'האט איר שפעטער פארשיקט (צוליב כבוד השולחן, ווי הברמן איז משער). און אויב יא א מייז, ווי שטייט זי, ציווישען ציג און קאץ (און א מייזעלע פארציקט זיך א גאנצע ציגעלע), אדער די מער ראציונאלער נוסח ווי דער מייז צובייסט נישט מער ווי א שטריק. אדער איז די מעשה ארגינעל געווען מייזן ריין נאר איינער האט האט פשוט נישט פארגינען א קאץ אן א מייז און געשפירט פאר וויכטיג צו פארדרייען שוין אזא שטארק פארדרייטע מעשה מיט א פרישע טוויסט. ס'איז שווער קובע צו זיין אן הנחה ווייל די צוויי כת"י מיט די עכברים זענען געשריבן בערך יענע צייט וואס חד גדיא איז אריין אין צירקולאציע דורך דער פראג'ער הגדה אן קיין עכברא, שמרוק אליינס ווייסט נישט פונקליך ווי אלט זיין כתב איז הגם ער פרובירט איר צו שטופען א ביסל פריער ווי שפעטער אן קיין ראיות, אבער אלענספאל אלץ ארום די זעלבע תקופה (נאך א נקודה, ווי פריער דערמאנט איז אלץ דא א מעגליקייט אז דעם חד גדיא זאל מען שפעטער האבן צוגעטשעפט. שמרוק רעדט פון אן ארטיסטישע הגדה מיט בילדער און אין כת"י זעהט מען נישט קיין בילדער אויף חד גדיא). און ווידער דאס איז אויך זיכער אז דער מדפיס פונעם פראג'ער הגדה האט נישט סתם אזוי געדרוקט גלייך פון קאפ ארויס צום הגדה אריין, עפעס א כתב האט ער אויך געהאט פאר זיך בשעת'ן דרוקן וואס מיר ווייסן נישט דערפון.
אינטערסאנט איז אנצומערקן וואס עס שרייבט ר' יששכר תמר אין זיין ספר 'עלי תמר' אויפן ירושלמי אז ביי זיי אינדערהיים אין פולין פלעגט מען זינגען פסח ביינאכט במקום 'חד גדיא' דעם 'יוקל' ליד (אויף דעם אויבנדערמאנטן 'בארן' נוסח, נתפרסם געווארן דורך די גרים ברודער פון דייטשלאנד. ביי זיי גייט עס מיט עפל, אפשר א שטיקל מקור צום 'עפל ליד' וואס דער צאנזער רב פלעגט זינגען נאכן סדר), דא זינגט איר אן אלטער פולישער אפשטאמיגער ייד.

וואס אמאל זיכער איז אז די יידישע 'חד גדיא' טראגט עפעס מיט זיך פיל טיפער און טייערער ווי אלע אנדערע חד גדיא'ס ארום דער וועלט. א חוץ דעם וואס במשך די יארן האט זי זוכה געווען צו פארטיישט ווערן מיט בערג פון פירושים עפ"י פשט רמז דרוש סוד (נו, אויף דעם באוויינט שוין 'בוקי בן יגלי' וואס מ'האט גענומען אזא שיינע חד גדיא און איר אנגעשמירט מיט צוויי און דרייסיג פירושים), איז אבער אין פשוט'ען באבא טייטש שיינט זי ארויס א לעבנסוויכטיגע מוסר השכל פון אן "על דאטפת אטפוך" cause and effect", א קול קורא וואס שרייט הויך און קלאר אז "every action has an equal and opposite reaction" די וועלט איז נישט הפקר. אזא שיינע כראקטער ווי אונזער חד גדיא, טראגט נישט קיין איינע פון די אנדערע אלגעמיינע חד גדיא'ס. די וועלט איז פארנומען מיט א קשיא פון דער רבי ר' יונתן פון פראג (געבורטס שטאט פון 'חד גדיא') אז לויטן חשבון אז דער ציגעלע איז נעבעך אומשולדיג און דער קאץ איז סתם א בלוטיגע מערדער איז דאך לכאורה דער הונט א שופט צדק און דער שטעקן א מקל חובלים, און אזוי ווייטער קומט אויס אז דער מלאך המוות האט פונקליך געוואוסט וואס ער האט צו טוהן איז אויב אזוי א שטארקע קשיא אויפן הקב"ה. אסאך פשעטעלעך זענען שוין געמאלן געווארן אדאנק די קשיא'לע, און פארוואס נישט, מ'דארף דאך מחבר זיין ספרים אין קץ. הברמן צייכענט אן אז לויט שמרוק'ס נוסח 'חד גדיא' וואו ציווישען דעם גדיא מיטן קאץ קומט אריין א מייזעלע וואס פארצוקט דעם ציגעלע און דער קאץ איז מסדר דעם מייז וכו' און אזוי ווייטער, פאלט אוועק די גאנצע קשיא. (אין דעם איטאליעינישער Alla Fiera Dell'Est גייט אויך קאץ און מויז, אבער אן קיין ציגעלע)

א זייטיגע נאטיץ, אין די פראג'ער הגדה און אין נאך אלטע הגדות שטייט "תורא" מיט א מלאפום וא"ו, נישט ווי ביי אונז מיט א חול"ם.

......


ויהי בשנת 1989, אינמיטן ברען פונעם ערשטען "אינטאפאדא" ווען בלוט האט געפלאסן ווי וואסער ביידע זייטן פונעם קאנפליקט אן קיין רחמנות האט די בארימטע זינגערען און composer "חוה אלבערשטיין" תחי' פארפאסט אן אייגענארטיגע 'חד גדיא' ארויסצושרייען pacifism און אפשיי פונעם גלגל החוזר פון הריגות און רציחות. (די טאן גענומען פון די אויבנדערמאנטע איטאליענישע Alla Fiera Dell'Est נתחבר געווארן דורך Angelo Branduardi). אינמיטן די מעשה פרעגט דער ליד מיט טרערן,
ומה פתאום את שרה חד גדיא?
אביב עוד לא הגיע ופסח לא בא.
ומה השתנה לך מה השתנה?
אני השתניתי לי השנה
ובכל הלילות בכל הלילות
שאלתי רק ארבע קושיות
הלילה הזה יש לי עוד שאלה
עד מתי יימשך מעגל האימה
רודף ונרדף, מכה ומוכה
מתי ייגמר הטירוף הזה
ומה השתנה לך מה השתנה?
אני השתניתי לי השנה
הייתי פעם כבש וגדי שליו
היום אני נמר וזאב טורף
הייתי כבר יונה והייתי צבי
היום איני יודעת מי אני

כמובן מאליו האט דאס ליד גאנץ נישט געשמעקט פאר די ישראל'ישע מיליטער און איר צענזור האט פארבאטן איר צו שפילן אויפן ראדיא, ס'האט זיי אסאך נישט געהאלפן ווייל איר אלבום איז זייער שטארק פאפולער געווארן און 'חד גדיא' איז פארבליבן א נכס צאן ברזל ביי לינקע אין לאנד אראבער און יידן צוגלייך.

די רעכטע זידלער זענען איר אויך נישט שולדיג געבליבן און אהערגעשטעלט זייער אייגענע ווערסיע, א "חד ביתא" אויף ארמ'יש געמישט מיט אביסל אראביש, שניידט לעבעדיגע שטיקער אריין אין יעדער וואס שטייט אין וועג, פון די לינקע מידיע צו נתניהו, פון אבאמא, אכמעדינידשאד, ביז א שטויס אינעם אונטען פון די UN. און אזוי דרייט זיך דער חד גדיא ראד ווייטער קאץ און מויז שטעקן און הונט פייער וואסער מיט בלוט, ועולם כמנהגו נוהג עד כי יבוא מבשר שלום.
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1165 מאל

הודעהדורך עסקן בדברים » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:07 pm

הפלא ופלא
אמת מארץ תצמח
עסקן בדברים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:41 am
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך ביבער » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 8:05 pm

WOW! ימים מיט פרישע סחורה אדורכצוגיין, איך האף עס צו קענען ערלעדיגן ביז פסח.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 594
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 8:18 pm

משוגע צו ווערן! אזא ארבעט! יישר כח.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2358 מאל

הודעהדורך איש עברי » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 8:19 pm

כעלמער הערליך שיין אבער גדר גדרתי בעדי שמי שאינו מלייקק אין מלייקקין אותו
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1769 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 8:22 pm

איש עברי האט געשריבן:כעלמער הערליך שיין אבער גדר גדרתי בעדי שמי שאינו מלייקק אין מלייקקין אותו

פאר אזא ארבעט מעגסטו פורץ גדר זיין...
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2358 מאל

הודעהדורך איש עברי » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 8:50 pm

איך קען נישט צוקוקן אזא אומבאלאנס
האט שוין געלייקט: 1
שוין באקומען לייקס: 224
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1769 מאל

הודעהדורך איש עברי » דאנערשטאג מערץ 06, 2014 8:52 pm

בכל אופן לאמיר נישט פארקריכן, איך נעם אראפ דעם היטל פאר'ן מגיד א מייסטער פראפעסיאנעלע שטיקל מיט אלע טעמים, ער דערמאנט די "חד ביתא" פון די לאטמה חברה, אוי זענען דאס געוועהן זיסע לצים א שאד אז סאיז אונטערגעגאנגען אט איז זייער מגילת אסתר שלום עכשיו ווערסיע, מענייני דיומא
http://youtu.be/dlhDtLZ5lbI
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1769 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » זונטאג מערץ 09, 2014 9:39 pm

אז איינמאל פסח שפעט ביינאכט האט א קעצעלע אויפגעגעסן א גאנצע ציגעלע. ווי אזוי?! דאס איז שוין אן אנדערע קשיא.


הברמן צייכענט אן אז לויט שמרוק'ס נוסח 'חד גדיא' וואו ציווישען דעם גדיא מיטן קאץ קומט אריין א מייזעלע וואס פארצוקט דעם ציגעלע און דער קאץ איז מסדר דעם מייז וכו' און אזוי ווייטער, פאלט אוועק די גאנצע קשיא.


האיך יתקיימו שניהם א קעצעלע א ציגעלע נישט. אבער א מייזעלע א ציעגעלע יא ????
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 616 מאל

הודעהדורך בר דעת » זונטאג מערץ 09, 2014 9:53 pm

ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:17 pm
האט שוין געלייקט: 990 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 702 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » זונטאג מערץ 09, 2014 10:01 pm

אויס מענטש האט געשריבן:
האיך יתקיימו שניהם א קעצעלע א ציגעלע נישט. אבער א מייזעלע א ציעגעלע יא ????

אין הכי נמי, איין קשיא פאלט אוועק און די צווייטע ווערט נאך מער שווער. א לעגעטימע פלפול
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1165 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג מערץ 09, 2014 10:07 pm

א געוואלדיגע ארבעט! איך בין נבהל ונשתומם פון די ידיעות וואס ווערן דא צוזאמגעווארפן. א גרויסן דאנק פאר'ן צוזאמשטעלן און אהערברענגען כשולחן עורך.
אין א זייטיגע נאטיץ בין איך פונקט די וואך געקומען אקעגן אן ענליכע לידל וואס רופט זיך The house that Jack built, די וואס זענען אינטערעסירט קענען זען אן אנימירטע קליפ וואס לייגט אראפ די גאנצע געשיכטע אין שיינע הגדה בילדער:
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4761
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » זונטאג מערץ 09, 2014 10:14 pm

יא טאקע, דערמאנט ברמיזה
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1165 מאל

הודעהדורך אויס מענטש » זונטאג מערץ 09, 2014 10:21 pm

אוי אגב חורפתיה לא דק אינגאנצן פארגעסן ארויס צו ברענגען מיין התפעלות זייער שיין א מייסטער ארבעט שרייב עס כאטש אין א גליון, עיתון, ירחון וכו' עס איז מסתמא חדשים ארבעט כהאב אלץ געוויסט אז די חוזק פון כעלעם איז געווען וועגן עין הרע אזא מגיד פוי פוי פוי (מיט א פה דגוש) ר
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 826
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 616 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 1:02 pm

וואו! הערליכע ארטיקל, און פיינע פארש ארבעט! איך וואלט אויך געזאגט אז די ארטיקל באלאנגט אין א ירחון, אבער דארט קען מען נישט לייגן קיין לינקס, באלאנגט עס יא דא.
שכויך הרב המגיד.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6923
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7279 מאל

הודעהדורך איש עברי » מאנטאג מערץ 31, 2014 7:05 pm

באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1120 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1769 מאל

הודעהדורך שיח ושיג » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:50 pm

ווען איך האב פארציילט די מעשה פון חד גדיא פאר מיים 4 יעריג קינד זאגט ער מיר בתוך המעשה "מ'קען קויפן א נייע" ווי איינער זאגט מאי כולו רעש, קויף א נייע אין פארטיג, ס'איז דאך נאר צוויי גולדן
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 11:07 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:55 pm

אלבערשטיין'ס 'חד גדיא' לאזט זיך טאקע אויס אזוי
קנה אבינו גדי בשני זוזים
ושוב מתחילים מהתחלה.
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1165 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:58 pm

@כעלעם'ר מגיד, זייער שיין צוזאמגענומען און אראפגעשריבן. יישר כח.

פון חוזה פון לובלין זאגט מען אז דער פיוט איז א סגולה קעגן עין הרע. אזוי ווי די מלאכים זענען זייער מקנא די אידן וואס רעכטן אפ אזא שיינעם סדר, זאגט מען דעם פיוט אלס סגולה קעגן עין הרע.
האב איך געקלערט עפ"י פשטות אז די בעסטע סגולה קעגן עין הרע איז אראפ צו שפילן די זאך אז עס נישט אזוי גרויס ווי עס זעהט אויס, און דעריבער האט מען איינגעפירט צו זינגען נאכן סדר א פשוטער פאלקס לידל, און מיט דעם אראפ שפילן אז נאכן גאנצן סדר זענען מיר נאך ווייטער פשוטע מענטשן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2023
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4333 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3953 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג מערץ 16, 2015 4:00 pm

נישט צו גלייבן ווי שנעל א יאר לויפט אדורך. בכל אופן, במשך הימים זענען מיר צוגעקומען עטליכע אינטערסאנטע הוספות צום עניין און איך גרייט זיך צו שרייבן א קונטרס אחרון אם יהיה לי פנאי. וויל איך אבער קודם זיך ווענדן צום ציבור וואס האט אן אינטערעסע אינעם נושא אז אויב איינער האט עפעס אן הגהה, א פירכא, מראה מקום וכדומה זאל מיר מעיר זיין אזוי אז ס'זאל קענען זיין א דבר השלם.
כל הפיוטים קודש ופיוט "חד גדיא" קודש קדשים....

~הרה"ק מקוצק זי"ע~
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1165 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מערץ 17, 2015 2:47 am

איך האב דאס פארפאסט פאריאר? א פלא. ביז איך גיי אדורך די אלע לינקס וועט שוין זיין זמן קריאת שמע של שחרית..

עכ"פ, לגבי די הערות אויף די טעותים אין אראמיש, פארשטיי איך נישט אזוי די הוכחה. עס איז אינו דומה די אראמיש פון דער בבלי צו ירושלמי צו זוהר צו מדרש, כ'בין נישט שטארק באקאנט אבער עס זעהט עפעס אויס אראמיש האט געהאט אמאל אזא פנים ווי אידיש היינט, יעדער האט זיך געשריבען מיט זיינע כללים אין זיין דיאלעקט, קען דאך פונקט אזוי זיין דער מחבר פון חד גדיא האט גערעדט עפעס אזא פארגרייזטע אראמיש?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3668
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5404 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:21 am

יידיש קען אויך יעדער שרייבן וויאזוי ער וויל, עם כל זה איז דא א רייע מיט כללים וואס קיין שום פייטן וועט נישט פארפאסן. קיין דיכטער וועט למשל נישט פארמישן 'און' מיט 'אין', אדער 'דער' מיט 'די'. דאס זעלבע מיט אראמיש, א פיוט געשריבן אויף אראמיש דארף האבן עפעס א שייכות מיט די אראמיש וואס מיר קענען פון ירושלמי, תשובות הגאונים, תרגומים און פיוטים. 'זבין' במקום 'זבן' למשל איז א טעות וואס אן אראמיש רעדענדער וואלט קיינמאל נישט געטארט מאכן און זיכער נישט אריינמישן לשון קודש אין די וועלט אריין.

בכל אופן מיינע הוכחות אז 'חד גדיא' איז א נייע ליד איז נישט דווקא געבויעט אויף די שוואכע אראמיש זיינע, דאס איז נאר להערה בעלמא אז קיין אראמיש האט ער נישט געקענט. ס'דא אראמישע פיוטים פון דייטשע מחברים, די אקדמות לשביעי של פסח ולשבועות פון רבי מאיר ש"ץ און די תרגומים זיינע איז אויך געשריבן אויף אראמיש שוין יארן נאכדעם וואס דייטשע יידן האבן שוין נישט גערעדט אויף אראמיש און עם כל זה איז זיין אראמיש גאנץ פיין אהערגעשטעלט, בניגוד צום קראצענדיגע אראמיש פונעם מחבר החד גדיא.
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1165 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:24 am

פון דיינע ביידע נקודות איז א ראיה להיפך. נישט איין און נישט צוויי אידיש רעדנער קענען שרייבען אויף אידיש און טאקע מאכען די טעותים און דאס איז נישט סותר אז זיי רעדן אידיש טאג טעגליך, נאר שרייבער זענען זיי שוואכע. איז ממה נפשך איז דער מחבר בסך הכל געווען א שוואכע שרייבער, אזוי צו אזוי קען מען נישט פון דעם דרינגען אויב האט ער גערעדט אראמיש טאג-טעגליך. אמת די אנדערער ראיות בלייבן, אבער זיי ליידן אלע פון דער פראבלעם אז לא ראינו אינו ראיה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3668
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5404 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:32 am

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:די רעכטע זידלער זענען איר אויך נישט שולדיג געבליבן און אהערגעשטעלט זייער אייגענע ווערסיע, א "חד ביתא" אויף ארמ'יש געמישט מיט אביסל אראביש, שניידט לעבעדיגע שטיקער אריין אין יעדער וואס שטייט אין וועג, פון די לינקע מידיע צו נתניהו, פון אבאמא, אכמעדינידשאד, ביז א שטויס אינעם אונטען פון די UN. און אזוי דרייט זיך דער חד גדיא ראד ווייטער קאץ און מויז שטעקן און הונט פייער וואסער מיט בלוט, ועולם כמנהגו נוהג עד כי יבוא מבשר שלום.


פעלט נישט אויס אויסצורעדן אז פון אן ארטיסטיש פערפעקטיוו הייבט דאס נישט אן צו זיין א תשובה צו אלברשטיין.. צו שרייבן שטינקרא אנשטאטס שטינקער און דאס רופען אן אראמיש פיוט קען יעדער שטינקער..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3668
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5404 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג מערץ 17, 2015 3:32 am

לעיקוואד האט געשריבן:אמת די אנדערער ראיות בלייבן, אבער זיי ליידן אלע פון דער פראבלעם אז לא ראינו אינו ראיה.

איך זאג פונקט פארקערט, אז א פיוט וואקסט ארויס out of nowhere אין פראג אום שנת ש"ן און זי ווערט נישט דערמאנט ערגעץ אנדערש פארדעם אפילו ברמיזה בעלמא איז שוין איינמאל א שטארקע ראיה אז "לא ראינו אינו ראיה", ד"ה ס'איז נישטא קיין שום סיבה אנצונעמען אז זי איז באמת יא עלטער פון דעם נאר זי איז געווען ערגעץ פארשטעקט אין א שופלאד אין א פארבארגענעם בוידעם צוזאמן מיטן רעיא מהימנא און דעם תיקוני זוהר. סברא חיצונה זאגט אין אזא פאל "כאן נמצא כאן היה".
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1165 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron