ענינים לשבת פרשת פרה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 346 מאל

ענינים לשבת פרשת פרה

שליחה דורך ארכיוויסט »

ענינים לשבת פרשת פרה

א. שבת פאר פרשת החודש הייסט "שבת פרשת פרה", ווייל מען לייענט אין דעם שבת די פרשה פון פרה אדומה וואס שטייט אין פרשת חוקת. בזמן שבית המקדש היה קיים, ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, האט מען אויך געלייענט פרשת פרה אין די צייט. מען האט געוואלט דערמאנען די וואס זענען געוועהן טמאי מתים, אז זיי זאלען זיך באצייטענס מטהר זיין מיט דעם אפר הפרה, כדי זיי זאלען קענען מקריב זיין דעם קרבן פסח בטהרה.

ב. אין מטה משה שטייט א טעם פארוואס מען לייענט פרשת פרה פאר שבת פרשת החודש, ווייל ר"ח ניסן האבן שוין די אידן וואס האבן געוואוינט ווייט פון ירושלים אנגעהויבן עולה רגל צו זיין, און זיך מטהר צו זיין פון טומאת מת דויערט דאך כאטש א וואך, הזאת שלישי ושביעי, איבער דעם לייענט מען פרשת פרה א שבת נאך פורים, וואס וועט זיכער זיין א וואך פאר ר"ח ניסן, כדי אז אידן זאלען הערן די הלכות ווי אזוי זיך מטהר זיין און ווי אזוי מ'שפריצט דעם אפר הפרה, כדי די אידן זאלען זיין טהור נאך פאר'ן עולה רגל זיין, און זיי זאלען מקריב זיין דעם קרבן פסח בטהרה.

ג. נאך א טעם, ווייל די הלכה איז דאך אז דרייסיג טעג פאר יו"ט דארף מען שוין עוסק זיין אין די הלכות פון דעם יו"ט, און שבת נאך פורים איז דער ערשטער שבת אין די שלשים יום. (אויסער אויב פורים געפאלט דאנערשטאג אדער פרייטאג, דעמאלסט איז פרשת פרה דער צווייטער שבת נאך פורים).

ד. בזמננו ווען מיר האבן נישט קיין בית המקדש און מ'איז נישט מקריב דעם פרה אדומה בפועל, קען מען עס מקיים זיין דורך לערנען די פרשה אין די תורה הקדושה, און דורך דעם וועט עס גערעכנט ווערן אזוי ווי מ'האט עס מקיים געוועהן בפועל. אזוי ווי עס שטייט "ונשלמה פרים שפתינו".

ה. רש"י און דער רי"ף (פרק בני העיר) ברענגען א ירושלמי, אז מן הדין וואלט מען קודם געדארפט לייענען פרשת החודש און דערנאך פרשת פרה, ווייל די ערשטע פרה אדומה האט משה רבינו פארברענט דעם צווייטן טאג אין חודש ניסן, נאר ווייל אין פרשת פרה ווערט געברענגט ווי אזוי אידישע קינדער דארפן זיך מטהר זיין, איז וועגן די גרויסע וויכטיגקייט פון טהרת ישראל לייענט מען עס פאר פרשת החודש.

ו. זאגט דער ר"ן, אז לויט דעם פארשטייט מען פארוואס אויב עס קומט אויס צו מאכן שבת א הפסקה (צ.ב.ש. אויב עס געפאלט אויס פורים דאנערשטאג) מאכט מען די הפסקה צווישן פורים און פרשת פרה, און נישט צווישן פרשת פרה און פרשת החודש, ווייל פרשה פרה וואלט מען דאך געדארפט לעולם לייענען נאך שפעטער, ערשט אין חודש ניסן, איבערדעם לייענט מען די פרשה ווי ווייט מעגליך נענטער צו ניסן (ליקוטי מהרי"ח).

ז. אין שו"ע (סי' תרפ"ה) ווערט געברענגט א דעה פון יש אומרים, אז לייענען פרשת פרה איז א מצוה דאורייתא. זאגט אויף דעם דער מגן אברהם, "לא ידענא היכא רמיזא באורייתא" איך ווייס נישט וואו עס איז מרומז אין די תורה אז מ'זאל לייענען בזמן שאין בית המקדש קיים "פרשת פרה".

*

דער חתם סופר אין תורת משה זאגט, אז ער האט געטראפן א רמז אין די תורה, ווייל ס'שטייט "זאת חקת התורה לאמר דבר אל בני ישדאל וגו'", לכאורה איז דער "לאמר" איבעריג, ווייל עס שטייט דאך ווייטער דבר אל בני ישראל, מוז מען זאגן אז די תורה וויל זאגן, אז אפילו ווען מ'פארברענט נישט די פרה אדומה, ווייל אויך ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען פארברענט א פרה אדומה נאר איינמאל אין הונדערט יאהר, און איבערהויפט נאכ'ן חורבן ווען מ'האט אינגאנצן אויפגעהערט זיך מטהר צו זיין מיט'ן אפר פרה, זאגט די תורה הקדושה "לאמר" מ'זאל לייענען די פרשה, עס זאל זיין "ונשלמה פרים שפתינו", מיר זאלן דורכן לייענען מיט די ליפן אויפטוהן אזוי ווי מיר וואלטן געמאכט די פרה אדומה און זיך מטהר געוועהן.


[center]דברי תורה[/center]

זאת חקת התורה:
זאגט רש"י הק', אז ווייל די אומות העולם פרעגן די אידן, וואס איז דער טעם פון די מצוה פון פרה אדומה, פארדעם שטייט "חוקת", צו זאגן אז עס איז נישט דא קיין טעם. דארף מען פארשטיין, פארוואס פרעגן די אומות העולם פונקט אויף די מצוה דעם טעם. נאר די סיבה איז, ווייל ר' משה הדרשן זאגט אז די פרה אדומה קומט מכפר זיין אויף דעם חטא העגל, ווילן די גוים שטענדיג דערמאנען די זינד פון די אידן, דורך פרעגן דעם טעם פון פרה אדומה. זאגט אבער די תורה אהן "זאת חקת התורה", מען זאל זיי ענטפערן אז דאס איז א חק, עס האט נישט קיין טעם.
(הרה"ק ר' אברהם חיים המגיד מזלאטשוב זצ"ל, מובא בקדושת לוי)

זאת חקת התורה אשר צוה ה' לאמר:
עס איז באקאנט, עס איז פאראן א מחלוקת, אויב דאס לייענען פרשת פרה איז מן התורה. קען מען זאגן א רמז פון דעם פסוק, צו די שיטה וואס האלט אז עס מדאורייתא, "אשר צוה ה' לאמר", דער אויבערשטער האט געהייסען אז מען זאל לייענען די פרשה.
(עבודת ישראל)

דער מדרש ברענגט אז דער אויבערשטער האט געזאגט צו משה רבינו כל הפרות בטילות ושלך אינן כלות. קען זיין פשט ווייל בזמן שבית המקדש הי' קיים, אז איינער האט זיך געדארפט מטהר זיין האט ער זיך מטהר געוועהן מיט'ן פרה אדומה, אבער יעצט בזמן שאין בית המקדש קיים און עס איז נישט דא קיין פרה אדומה, איז נאר דא די עצה פון ונשלמה פרים שפתינו אז מיט לייענען די פרשה פון פרה אדומה איז כאילו מען האט עס געטוהן בפועל ממש, דאס זאגט דער אויבערשטער כל הפרות בטילין אפילו אין דעם זמן ווען עס וועט נישט זיין קיין פרה אדומה, אבער שלך אינן כלות, די תורה הקדושה וואס דאס איז דייינס, תורת משה, איז דא אייביג, און דורך לערנען די תורה פון פרשת פרה אדומה איז וועט זיין גערעכנט גלייך ווי מען האט עס מקייים געוועהן.
(מאור ושמש)

לטהר טמאים ולטמא טהורים:
דער מדרש זאגט שלמה המלך האט געוואלט פארשטיין דעם טעם פון פרה אדומה האט ער געזאגט דעם פסוק אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני. איז עס שווער דאס לשון רחוקה ס'וואלט געדארפט שטיין ולא ידעתי, נאר כידוע אז די פרה אדומה איז געוועהן לטהר טמאים ולטמא טהורים האט שלמה המלך געזאגט אז וויפיהל איך האב זיך געקלוגט צופארשטיין פארוואס עס איז מטהר דעם טמא, איז מיר מער שווער געווארן אויב אזוי אז די פרה אדומה האט א כח פון מטהר זיין טמאים, פרארוואס איז עס מטמא טהורים, דאס מיינט שלמה המלך אמרתי אחכמה אויב איך פארשטיי שוין דעם לטהר טמאים, והיא רחוקה ממני איז נאך מער דערווייטערט דער לטמא טהורים.
(אך פרי תבואה)
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר