די צוויי חומרות פאר פסח: נישט מישן, און בתי חרושת

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

די צוויי חומרות פאר פסח: נישט מישן, און בתי חרושת

הודעהדורך חתם סופר » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:26 pm

די מנהג פון זיך נישט מישן אום פסח איז גוט באקאנט, און איז שטארק אנגענומען ביי גאר אסאך ערליכע אידן, בפרט אין די חסיד'ישע קרייזן. די וואס האבן מקובל די חומרא, עסן נאר דאס וואס איז געמאכט געווארן ביי זיך אינדערהיים, און נישט ביי אנדערע. רוב פון די וואס מישן זיך נישט האלטן אבער נישט די מנהג אום אחרון של פסח, ווען אין געוויסע ערטער האט מען געגעסן אפילו מאכלים וועלכע זענען געמאכט געווארן דורך מענטשען וואס מ'וואלט נישט געטראסט דורכאויס די יאהר.

עס איז אבער פארהאן א צומישעניש צווישן דעם ענין פון זיך נישט מישן און א חומרא וואס האט דערמיט נישט קיין שייכות: די חומרא נישט צו עסן מאכלים וועלכע זענען פראדעצירט געווארן אין פאבריקן.


די חומרא פון זיך נישט מישן
די חומרא פון עסן דווקא מאכלים וואס זענען צוגעשטעלט געווארן ביי זיך אין שטוב נעמט זיך פון דעם וואס מ'האט חושש געווען אויף א משהו חמץ וואס האט געקענט אריינפאלן אין די מאכל, וואס וויבאלד די הלכה (או"ח סי' תמ"ז) איז אז חמץ אין פסח ווערט אסור במשהו, ווערן די כלים חמץ. אז מ'עסט בלויז פון די אייגענע קאך מינימיזירט עס די ריזיקע פון אנשטעקן א סך מענטשן מיט א איסור חמץ דורך איין קאך וואס איז נחמץ געווארן.

די חומרא פון זיך נישט מישן גייט טאקע נאר אן אויף מאכלים וועלכע זענען געמאכט געווארן אום פסח. אבער מאכלים וועלכע זענען צוגעשטעלט געווארן נאך פאר פסח פארמאגן נישט די חשש פון א משהו חמץ ווייל פאר פסח ווערט חמץ בטל בששים, איז דערפאר נישט דא די חשש אז חמץ פון איין קאך וועט צושפרייט ווערן צו אנדערע הייזער.

דערפאר, אפילו די וואס זענען מחמיר זיך נישט צו מישן, האבן נישט קיין שום פראבלעם צו עסן מאכלים וועלכע זענען געמאכט געווארן פאר פסח, וואס דאס רעכנט אריין די מאכלים פון די קאמפעניס וועלכע פראדעצירן זייערע פראדוקטען נאך פאר פסח. ווייל איינמאל עס איז געמאכט געווארן פאר פסח פאלט אוועק יעדע חשש פון חמץ במשהו.


די חומרא אויף פראדוקטען פון בתי חרושת
אין די לעצטע פופציג יאר איז פארשפרייט געווארן א פרישע חומרא וואס איז כמעט נישט געווען בנמצא אמאל, מחמיר צו זיין נישט צו עסן מאכלים וועלכע זענען געמאכט געווארן אין פאבריקן.

מיר געפינען מקורות אז געוויסע רבנים האבן געקרימט אויף דעם געדאנק פון פסח'דיגע מאכלים פון פאבריקן (צ.ב.ש. שו"ת דברי חיים ליקוטים והשמטות סי' מ', און שו"ת ערוגת הבושם או"ח סי' קכ"ד), אבער ווי ס'איז משמע אין זייערע תשובות איז עס נאר געווען אין פאבריקן וואס מ'האט נישט געקענט געהעריג קאנטראלירן און מ'האט געקענט גאר גרינג נכשל ווערן. ווי אזוי עס זאל נאר זיין איז פאר'ן קריג כמעט נישט געווען בנמצא פראדוקטען וועלכע זענען געמאכט געווארן אין פאבריקן, און דעריבער האט זיך נישט געקענט אוועקשטעלן א קלארע מנהג אויף דעם ענין וואס איז מחייב ווייטערדיגע דורות מטעם שמע בני מוסר אביך.

די יסוד פון די חומרא, לויט ווי ס'איז מבואר אין שו"ת ד"ח הנ"ל וכן בח"א או"ח סי' כ"ב, אז אין א פאבריק איז שווער צו קאנטראלירען וואס עס גייט דארט פאר, און דערפאר דארף עס א הכשר מובהק פון א בקי און א מומחה. אנדערע ווילן בויען די חומרא אויף סיפורי מעשיות אז ווען א מענטש מאכט עפעס פריוואט איז דא א סייעתא דשמיא, אבער ווען מ'מאכט פאר א רבים פאר ביזנעס איז נישט דא די שמירה. (עיי' הגדה שבח פסח עמ' רכ"ג).

נאכ'ן קריג, ווען עס האט אנגעהויבן נתרבה ווערן פסח'דיגע פראדוקטען וואס ווערן פראדעצירט אין פאבריקן, האבן געוויסע זיך מונע געווען פון זיי, טראכטנדיג בטעות אז מ'דארף מחמיר זיין אויף די פראדוקטען מטעם די חומרא פון זיך נישט מישן – א חומרא וואס איז שטארק נתקבל געווארן. אבער באמת איז עס א טעות, און די חומרא אויף בתי חרושת איז א באזונדערער מנהג וואס איז נישט תלוי הא בהא, און דערפאר, אפילו אויב איינער האט מקבל געווען מבית אבותיו זיך נישט צו מישן, דארף ער זיך נישט צוריקהאלטן פון עסן פון בתי חרושת, און די זעלבע פארקערט, איינער וואס האט מקבל געווען די חומרא אויף מאכלים פון בתי חרושת, מיינט דאס נישט אז ער מעג זיך וועגן דעם נישט מישן מיט אנדערע.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1004
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1033 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:31 pm

מקור אויף דעם חילוק פון מישן פאר פסח און אין פסח?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8527 מאל

הודעהדורך חתם סופר » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:34 pm

כך קבלתי שהטעם הוא מחשש חמץ במשהו שלא נתבטל, לכן על כרחך יש חילוק. וכן מבואר בהגדה "שבח פסח" הנ"ל (עמ' רכ"ב) שמטעם זה נהגו אדמו"רי באבוב לקנות יין קודם פסח. ולכן נוהגים להקל באחרון של פסח, כיון שדין תערובות חמץ קיל משאר ימי הפסח.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1004
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 845 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1033 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:37 pm

וועט לויט דעם נישט זיין א פראבלעם צו עסן ביים חבר'ס סדר אויב די מאכלים זענען געווארן געגרייט פאר יו''ט
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2169 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:37 pm

שבח פסח איז נישט קיין מקור.
ווייל ער האט געדרוקט א הגדה?

יתכן איר זענט גערעכט, איך פרעג נאר פאר א מראי מקום
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8527 מאל

הודעהדורך יאיר » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:47 pm

דאס זיך נישט מישן האט עפעס א מקור אין איינע פון די מוסר ספרים, קב הישר אדער פלא יועץ וכדו'. דאכט זיך מיר אז דארט שטייט אז דער טעם איז וועגן די חומרות וואס איינער פירט זיך יא און אן אנדערער נישט, ממילא לויט דעם איז עס אויך שייך ביי פעקטאריס.
אבער קאווע טרינקער טייערער, פארוואס איז דיר "שבח פסח" א שלעכטער מקור? ווייל עס איז נתחבר געווארן אין איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8168 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:49 pm

למעשה דאס אז פאבריקען איז שווער צו קאנטראלירען איז אמת היינט אויכעט, ממילא האט די חומרא א שטארקע מקום.

משא''כ די חומרא פון זיך נישט מישען איז א חומרא רחוקה וואס האט כמעט נישט קיין פשט, וואס עפעס זאל אין יענער'ס שטוב זיין ערגער פון דיין שטוב, דאס איז סתם שנאת ישראל און איז גורם עס זאל נישט זיין קיין אהבת חברים נישט קענען גיין צו א חבר פאר א סעודה אדער מאכן עפעס א מסיבת חברים, ויש לבטלו לענ''ד.

אגב זכורני אין ספר 'עבודת פנים' טייטשט ער ע''ד צחות כל דכפין ייתי וייכול אז דאס איז טאקע נאר בליל הסדר וואס אלע עסן איז שוין גרייט מבעוד יום,וזה כדברי פותח האשכול
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3896
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1792 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6156 מאל

הודעהדורך zurich » פרייטאג אפריל 18, 2014 4:05 pm

שכוח חתם סופר! איך בין שוין געלאפן עסן א קאפקעיק פון אבערלאנדערס לכבוד דיר
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 569 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 293 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » פרייטאג אפריל 18, 2014 4:40 pm

פסח איז א זמן ווען יעדער מישט זיך אין יעדעמ'ס ביזנעס. וויאזוי האסטו גע'כשר'ט? ליבון קל? ביי ענק עסט מען אומגעוואשענע אייער? וכו'. ממילא טוט מען תשובה בתשובת המשקל אז מ'מישט זיך נישט מיט יענעמ'ס עסן. ויהי לפלא.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6948
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג אפריל 18, 2014 4:46 pm

לעיקוואד האט געשריבן:למעשה דאס אז פאבריקען איז שווער צו קאנטראלירען איז אמת היינט אויכעט, ממילא האט די חומרא א שטארקע מקום.

משא''כ די חומרא פון זיך נישט מישען איז א חומרא רחוקה וואס האט כמעט נישט קיין פשט, וואס עפעס זאל אין יענער'ס שטוב זיין ערגער פון דיין שטוב, דאס איז סתם שנאת ישראל און איז גורם עס זאל נישט זיין קיין אהבת חברים נישט קענען גיין צו א חבר פאר א סעודה אדער מאכן עפעס א מסיבת חברים, ויש לבטלו לענ''ד.

אגב זכורני אין ספר 'עבודת פנים' טייטשט ער ע''ד צחות כל דכפין ייתי וייכול אז דאס איז טאקע נאר בליל הסדר וואס אלע עסן איז שוין גרייט מבעוד יום,וזה כדברי פותח האשכול

דיין רישא פארענטפערט דיין סיפא. מ'דארף חושש זיין אז דער שכן האט גענוצט אינגרידיענס וואס קומט פון פאבריקן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4382 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 18, 2014 4:52 pm

יאיר האט געשריבן:אבער קאווע טרינקער טייערער, פארוואס איז דיר "שבח פסח" א שלעכטער מקור? ווייל עס איז נתחבר געווארן אין איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט?

ס'איז א פיינע מקור, אבער גארנישט בעסער ווי חתם סופר פון קאווע שטיבל.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8527 מאל

הודעהדורך פארוואס? » פרייטאג אפריל 18, 2014 4:59 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:מקור אויף דעם חילוק פון מישן פאר פסח און אין פסח?

מיר האט מען אויסגעלערנט אז איינער וואס בעט א מקור אויף א מנהג, בפרט אין פסח, איז אן אפיקורס.
מען טאר נישט פרעגן ״@פארוואס?״.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 925
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג אפריל 18, 2014 5:00 pm

טאקע אויף דעם זוכן מיר א מקור...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4382 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 18, 2014 5:10 pm

לעיקוואד האט געשריבן:משא''כ די חומרא פון זיך נישט מישען איז א חומרא רחוקה וואס האט כמעט נישט קיין פשט, וואס עפעס זאל אין יענער'ס שטוב זיין ערגער פון דיין שטוב, דאס איז סתם שנאת ישראל און איז גורם עס זאל נישט זיין קיין אהבת חברים נישט קענען גיין צו א חבר פאר א סעודה אדער מאכן עפעס א מסיבת חברים, ויש לבטלו לענ''ד.

חתם סופר זאגט א שטיקל מהלך אויף דעם:

лпم iοوԴ האט געשריבן:אז מ'עסט בלויז פון די אייגענע קאך מינימיזירט עס די ריזיקע פון אנשטעקן א סך מענטשן מיט א איסור חמץ דורך איין קאך וואס איז נחמץ געווארן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3727
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7597 מאל

הודעהדורך פליקער » מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:35 pm

אויב איז דער פראבלעים אז מען וועט אנשטעקן זיין קאך מיט יענעם'ס חעס, דאן וואס איז דער פראבלעים אויב זעץ איך זיך אריין ביי א צווייטן אין שטיב און עס כל צרכי, סארא אנשטעקאכץ קאן פאסירן
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3648 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:42 pm

זייער אינטערסאנט וואס лпم iοوԴ שרייבט. אבער פונקט האב איך געזעהן א קול קורא פון אסאך רבנים וואס ס'איז משמע אז קויפן פון פאבריקן האט יא א שייכות מיט מישן.
בייגעלייגטע פיילס
Image-1648716946.jpg
Image-1648716946.jpg (153.83 KiB) געזען געווארן 2639 מאל
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 448
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 418 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מוצ"ש אפריל 19, 2014 10:48 pm

נאר פאר מאנסי.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8527 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:42 pm

лпم iοوԴ האט געשריבן:די חומרא פון זיך נישט מישן
די חומרא פון עסן דווקא מאכלים וואס זענען צוגעשטעלט געווארן ביי זיך אין שטוב נעמט זיך פון דעם וואס מ'האט חושש געווען אויף א משהו חמץ וואס האט געקענט אריינפאלן אין די מאכל, וואס וויבאלד די הלכה (או"ח סי' תמ"ז) איז אז חמץ אין פסח ווערט אסור במשהו, ווערן די כלים חמץ. אז מ'עסט בלויז פון די אייגענע קאך מינימיזירט עס די ריזיקע פון אנשטעקן א סך מענטשן מיט א איסור חמץ דורך איין קאך וואס איז נחמץ געווארן.

לויט דעם וואלט מען געדארפט מחמיר זיין אפי' פון די אייגענע קאך צי עסן וואס ווייניגער.
פירט מען זיך טאקע אזוי?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3817
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4772 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל

הודעהדורך outspoken » מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:54 pm

די דברי חיים רעדט פון אגאנץ יאר, ער ברענגט נאר צו א מעשה אז מ'איז נכשל געווארען מיט חמץ בפסח, אבל בעצם הענין איז 'חתם סופר' גערעכט.
dc.jpg
dc.jpg (121.94 KiB) געזען געווארן 2584 מאל
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

הודעהדורך שמערל » זונטאג אפריל 20, 2014 12:58 am

אוודאי איז אמת אז אפילו אויב די חומרא פון זיך נישט מישן גייט נישט ארויף אויף פאבריקן, דארף מען נאך נישט עסן איעדע אייטעם אויפן שעלף. בפרט ווען פילע מאכלים האבן אים זיך אינגרידיענטס, וואס אינדערהיים וואלט מען נישט גענוצט.
למעשה איז אבער צענדליגער מאכלים וואס האבן נישט קיין שום חשש, און טויזענטער מדקדקים קויפן עס נישט, מחמת פארמישן די צוויי חומרות. און נאכמער צומישט איז אז, פארשידענע זאכן קויפט כמעט יעדער, ווי וויין מצה פלייש פיש, און צוקער, און אנדערע זאכן נישט ווי למשל קאקוי, און באמת איז נישטא קיין שום טעם מחלק צו זיין פון די צוויי, חוץ עם העראצישע הרגשים.
דא האט איר א טיילווייזע רשימה פון זאכן וואס אפילו עס ווערט געמאכט אין א פאבריק, אויב האט עס א גוטע הכשר איז באמת נישטא דערין קיין שום חשש, און עס קען נאך זיין כשר'ער ווי זאכן געמאכט אינדערהיים.
וויין, ברוינפן, גרעיפ זשוס, אראנזש זשוס, עפל זשוס, מילך, געבאטלטע וואסער, סעלצער, שמן זית, זאלץ, צוקער, בעיקינג סוידע, פאטעטא סטארטש, ספייסעס, געשיילטע ניס אדער געמאלענע, קאווע, קאקוי, און עסיג.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1355 מאל

הודעהדורך פארוואס? » זונטאג אפריל 20, 2014 5:42 pm

@חתם סופר
איך האב דיר געוואלט טעגן, אבער איך האב נישט קיין אראבישע קיבארד. סארי.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 925
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1848 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג אפריל 20, 2014 5:53 pm

מיט'ן גרעסטן רעספעקט פאר'ן חתם סופר בדורינו, איז נישט מסתבר צו זאגן אז די אריגינעלע סיבה פאר זיך נישט מישן איז געווען צוליב די טעם פון חמץ במשהו. עס איז שווער צו גלייבן אז עפעס א למדן איז אויפגעקומען מיט אזא מאדנע חומרא און יעדער האט אים נאכגעטאנצן. עס איז ענדערש מסתבר אז מענטשן האבן זיך פשוט מונע געווען צו עסן אין דער פרעמד נישט וויסנדיג ווי ווייט יענער איז מקפיד אויף חומרא דחמץ. אויב אזוי היינטיגע צייטן ווי אלע זענען ב"ה יראים ושלמים, פעלט מער נישט אויס צו טון די חומרא. אבער פסח טוט מען סייווי גענוג חומרות וואס איז מער נישט נוגע די טעם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8168 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » זונטאג אפריל 20, 2014 6:37 pm

פארוואס? האט געשריבן:@חתם סופר
איך האב דיר געוואלט טעגן, אבער איך האב נישט קיין אראבישע קיבארד. סארי.

do a copy paste
лпم iοوԴ
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2169 מאל

הודעהדורך קעגן די נעט » זונטאג אפריל 20, 2014 7:07 pm

איך האב געהערט נאכזאגן א שטארק ווארט פארוואס ממישט זיך אום אחרון של פסח דאס איז וויבאלד אידן ענדיגן א יו''ט די שווערסטע פון אלע אנדערע ימיםטובים מיט די לאנגע הכנות און פרעשור נאך פון וואכן פריער און נאכדעם פסח אליינס ואטשט מען דאס יא דאס נישט און ענדליך ווען ס'קומט שוין דעם לעצטן טאג שרייט מען אויס ''מישן אקאמפלישט''!, מאכט מען א רמז און ממישט.
איך בין מוחה!!!
קעגן די נעט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 31, 2013 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

הודעהדורך עפל סיידער » מיטוואך אפריל 23, 2014 12:59 pm

וואס איז נישט פארשטענדיג דא איז, וואס איז דאס מישען בתי חרושת מיט מישען?
די רבנים המכשירים זעלבסט זאגען אז די הכשר איז קלאר נישט אויף די וואס זענען מחמיר נישט צו עסן ביי יענעם אפגעזעהן צו יענער האט עס געמאכט פאר יו''ט צו אינמיטען יו''ט.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 164 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

נעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט