איינדרוקן פון פסח

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

איינדרוקן פון פסח

שליחה דורך יאיר »

איך האב נאך נישט טועם געווען א שטיקל חמץ, אבער דער געפיל אז די הארטע מצה און שמאלציגע מאכלים איז שוין א פארגאנגענהייט גיבט מיר די חירות הדעת זיך צו באפרייען פון די פיוטים'דיגע תפילות און פליישיגע סעודות און קענען צוריקקוקן אויף די פארגאנגענע אכט טאג, פרובירן צו זען וואס פארא השפעה דער זמן חירותינו, מיט אירע צאללאזע באגרעניצונגען און ענדלאזע מיספארשטענדענישן, האט געלאזט אויף מיין פסיכא.
לאמיר אייך קודם דערציילן אן עובדא וואס האט פאסירט מיט מיר דעם פסח. ערב פסח האב איך געטראפן א חבר מיינער וועמען איך האב שוין לאנג נישט געזען. איך האב געוואלט רעדן מיט אים אפאר מינוט, אבער ער האט מיר געזאגט אז ער איילט זיך. אויף מיין פראגע וואס ער דארף נאך טון אויף פסח האט ער מיר אנגעהויבן אויסרעכענען א גאנצע ליסטע פון זאכן, ווי פארקלעבן די קעבינעטס, ארויפלייגן זילבער פאפיר, און אזוי ווייטער. איך האב זיך דא געזען פאר א גוטע געלעגנהייט אים איינצושפארן צייט, און מיט מיין גאנצע לומדות האב איך פרובירט צו מסביר זיין אז די גאנצע מכירת חמץ האט סייווי נישט קיין פירוש, און אפילו אויב יא איז די צוגעקלעבטע סקאטש טעיפ, וואס מען איגנארירט סייווי ווען מען דארף האבן עפעס וויכטיגס פון שאפע, נישט מעלה ומוריד, וכהנה וכהנה. וויסנדיג אז מיין חבר איז א גאנץ פשוט'ער יונגערמאן, נישט דער גרויסער מחמיר אין אלגעמיין, בין איך געווען זיכער אז ער וועט אננעמען מיינע ווערטער.
און דאן האט ער מיר געענטפערט עפעס וואס איז מיר אריין אין די ביינער און האט גענצליך געטוישט מיין מיינונג אויף פסח'דיגע מנהגים.
"דו האסט א טיפערן בליק אויף אידישקייט ווי מיר," האט ער מיר ערקלערט. "פאר דיר פעלט אפשר נישט אויס די אלע זאכן. איך, אבער, בין נישט דער גרויסער למדן און פילאזאף, ביי מיר באשטייט די גאנצע פסח פון די חומרות און מנהגים וואס מען פירט זיך. אויב דו נעמסט מיר אוועק די מנהגים וואס איך געדענק פונדערהיים, בלייב איך מיט גארנישט."
די פשוט'ע אבער דורכגרינגליכע ווערטער האבן מיר בארירט ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. שוין א שטיק צייט וואס איך פרוביר אויפצוקומען מיט טעאריעס איבער וואס שטיפט מענטשן צו אויפקומען מיט אזעלכע אבסורדאלע חומרות אויף פסח מיט וואס מיר זענען אלע צו באקאנט. און יעצט הער איך אזא פשוט'ער הסבר וואס איז אזוי אדורכנעמענד. עס איז אזוי פשוט אז עס פאלט קיינעם נישט איין.

פסח איז דער צייט וואס מען גיבט איבער א מסורה פון טאטע צו קינד. די מסורה איז נישט דוקא די צען מכות אדער קריעת ים סוף. עס איז א מסורה פון ווירדן. געוויסע אידעאלן וואס גייען אריבער פון טאטע צו זון, פון מאמע צום טאכטער, פון זיידן צום אייניקל, שוין דריי טויזנט יאר. דאס אידישע פאלק גלייבט אין די אידעאלן, און מיר גיבן זיי איבער מיט געטריישאפט. אן אמונה אין א העכערע, אומבאגרייפליכע כח וואס נעמט ארום, און איז בעל הבית אויף, די גאנצע וועלט. א טיפער רעספעקט פאר דער קוואל פון וואו די כוחות הטבע קומען. א הימלישער שעצונג פאר יושר און צדק, דער באקריוודעטער זאל געהאלפן ווערן, דער פייניגער זאל געשטעלט ווערן צום משפט. א האפענונג פאר א וועלט פון יוטאפיע, וואו מיר אלע געפינען זיך אין ירושלים, איש תחת גפנו ואיש תחת זיתו, און געניסן פון די פילע ברכות וואס די וועלט אפפערט. אן עהרע פאר עפעס וואס איז העכער ווי אונזערע ערדישע געברויכן ווי עסן און שלאפן, אן איינצוימונג פון די געלויף נאך גשמיות וואס הילט איין אונזער גאנצער וועזן טאג און נאכט.
די ווירדן ווערן נישט איבערגעגעבן קלאר און דירעקט. דער קוים ציוויליזירטער מענטש קען נישט פארנעמען אזא נאקעטע הבנה. דער קינד פון אן עסקן געדענקט נישט פונדערהיים ווי דער טאטע האט מסביר געווען די טיפע באדייט פון שעצן חסד. ער געדענקט אבער יא ווי דער טאטע איז ארומגעלאפן שאפן געלט פאר א נצרך פון ארץ ישראל. דאס קינד פון א הצלה מעמבער וועט נישט געדענקט א טיפע פילאזאפישע תורה פון זיין פאטער אז מענטשליכע באשעפענישן מוזן זיך העלפן איינער דעם צווייטן, עס ליגט אים אבער יא אין די ביינער ווי אינמיטן סדר איז זיין טאטע געלאפן ראטעווען דאס לעבן פון א איד אין א סכנה.
אזוי ווערן אידעאלן אריבערגעפלאנצט. שטיל און באשיידן, אן טיפע חכמה, אן ערהאבענע פילאזאפיעס. א עפיזאד דא, א געשעעניש דארט, און צוביסלעך באקומט א קינד דער איינדרוק וואס איז וויכטיג פאר זיינע עלטערן און וואס איז נישט. די איינצלנע עפיזאדן און געשעענישן ווערן פארוואנדלט אין סימבאלן וואס שטעלן פאר א טיפערע אידעאל.
פסח איז דער יום טוב פון סימבאלן. פונקט ווי דאס בילד ווי דער טאטע טוט זיך אויס דעם קיטל און לויפט ראטעווען דעם איד וואס שטיקט זיך איבער א כזית מצה שיעור חזון איש ווערט א סימבאל פאר חסד, אזוי אויך ווערט דאס זיך איינהאלטן און זיך באגרעניצן פון עסן אלעס וואס מען זעט אויף די פאליצע אין געשעפט א סימבאל פאר זעלבסט קאנטראל, פאר חירות הדעת, פאר מוח איבער חומר.
און סימבאלן האבן אן אייגנארטיגן שפראך. זיי דארפן נישט קיין פירוש, זיי דארפן נישט קיין הסבר. חמץ רעפרעזענטירט דעם יצר הרע, גאוה, אויפגעבלאזענע גשם. מצה רעפרעזענטירט איינגעהאלטנקייט, דעם יצר טוב, שמחה של מצוה. מרור רעפרעזענטירט א ביטערער עבר און הוה פון וואס מיר האבן זיך און מיר דארפן זיך באפרייען. די לשנה הבא בארעא דישראל רעפרעזענטירט א האפענונג אז מיר וועלן זיך אמאל ארויסזען פון אונזערע שווערע מצבים. די סימבאלן האבן נישט קיין באדייט. מען קען זיי נישט ערקלערן פאר איינעם וואס האט דאס נישט דורכגעלעבט, ווייל פאר אים מיינען זיי טאקע גארנישט. חמץ און מצה זענען ביידע נייטראלע זאכן, זיי האבן מיט חירות און שעבוד גאנץ ווייניג איינגעלייגט. עס איז אין די סאביעקטיווע נפש וואו די זאכן האבן אנגענומען גענצליכע נייע באדייטן.
די פסח'דיגע סימבאלן, ווי אומלאגיש און אומפארשטענדליך זיי זענען, דינען פארט א קריטיש וויכטיגן ציל. די עקשנות צו אנהאלטן די סימבאלן טראץ זייער אומפארשטענדליכקייט איז עדות אז אונטער די דיקע שיכטן פון זילבער פאפיר ליגט באהאלטן עפעס אן אידעאל אויף וואס מיר ווילן נישט מוותר זיין, כאטש דער אידעאל איז געווארן נשתנה צורה נאך אזויפיל יארן ליגן באגראבן אין דעם מעטאלענעם צודעק, נישט האבנדיג א געלעגנהייט צו געניסן פון לופט צו אטעמען און זון שטראלן זיך צו ערנערן. אין א געיעג צו ראטעווען אונזער אידענטיטעט האבן מיר זיך אויסגעהיילט דורכ'ן באגיין זעלבסטמארד. אל תראני שאני שחרחורת, בני אמי שמוני נוטרה את הכרמים, כרמי שלי לא נטרתי. מיר האבן באשאפן אזויפיל סימבאלן, אז די סימבאלן אליין זענען געווארן דער איינציגער אידעאל. יעדער סימבאל טראגט מיט זיך אן אידעאל צו היטן אויף נאך סימבאלן.
עס איז מיין טיפע האפענונג אז עווענטועל וועלן די אריגינעלע לאנג פארגעסענע אידעאלן זיך ארויסרייסן פון זייער מקום קבורה, און ארויף קומען צום אויבערפלאך. די סימבאלן וועלן צוריק באקומען זייער באדייט, און אין א שיר השירים'דיגע ליבשאפט וועלן מיר זיך פונדאסניי פאראייניגן מיט אונזער לאנג פארגעסענעם דוֹד.
השתא עבדי לשנה הבאה בני חורין.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר