ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה

שליחה דורך דריידל »

אזויווי היינט געפאלט די יום המר ועצמות, עפען איך דעם אשכול ווי דער עולם וועט קענען אויסגעבן זייערע געדאנקן און געפילן איבער'ן טאג. היינט צופרי ביי שמונה עשרה איז מיר איינגעפאלן ווי פאלגענט: ולירושלים עירך ברחמים תשו"ב - תשוב איז בגימטריה תש"ח. די ציונים האבן פון דא א שטיקל מקור אז די אויפקום פון די מדינה איז אתחלתא דגאולה, ח"ו. די סאטמערע וועלן דאס פארענטפערן מיט דעם וואס די סאטמאר רב ברענגט אין הקדמה צו ויואל משה אז נאכ'ן ביטערן חורבן איז געווען אן עת פקידה אז משיח זאל קומען נאר די ציונים האבן עס פארפאטשקעט מיט זייער מדינה.

עס איז באוויסט אז סאטמאר רב ז"ל האט געהייסן זאגן תחנון אין ה אייר אפילו אויב ס'איז געווען א ברית. זיין טעם אויף דעם איז געווען אז מ'זאל נישט זיך נישט ארויפכאפן אויף זיין נישט זאגן תחנון אלץ א שטיקל הסכמה צו די מדינה. און אלע סאטמארע בתי מדרשים פירט מען זיך אויך אזוי. מיין שאלה איז צו דאס איז אויסגעהאלטן צו טון קעגן א הלכה אין שו"ע נישט צו זאגן תחנון ווען ס'איז דא א ברית. ביים סאטמאר רב אליין וואלט נאך אפשר געקענט זיין איינער וואס עט מאכן אן עסק פון זיין נישט זאגן תחנון, אבער ביי סתם א מנין פון 10 - 15 מענטשן, פארוואס פעלט אויס צו זאגן תחנון?

אגב, די סטמורים פארציילן אז די חזון איש ז"ל האט אויך געזאגט תחנון ביי א ברית אום ה אייר. קען דאס איינער באשטעטיגן?

צום סיום, האב איך געהערט אן אונטרעסאנט זאך, אז די סטראפקעווע רב ז"ל וואס זיין יארצייט איז ו אייר, האט געזאגט, ווען ער איז שוין געווען זייער נישט געזינט אין געשפירט אז זיינע טעג זענען געציילט, האט ער געזאגט אז ער איז מתפלל אז ער זאל נישט שטארבן ה אייר ווייל ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן נישט זאגן קיין תחנון צוליב די יארצייט. וכן הוי, ער איז טאקע נסתלק געווארן ו אייר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דריידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארדריי די דיר דיין קאפ

דער אשכול פארמאגט 56 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר