שמחה ביי דיפאלט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3786
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8115 מאל

שמחה ביי דיפאלט

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נישט לאנג צוריק האב איך געהערט א ווארט בשם דעם גור'ן רבי'ן ז"ל, דער אמרי אמת, ער האט געפרעגט איינעם אז מען וועט דיר געבן א מיליאן דאלער אז דו זאלסט איין טאג נישט לייגן תפילין, וואלסטו עס אנגענומען? זאגט יענער: אודאי נישט, אויב אזוי, זאגט איהם דער רבי, וואלסטו זיך יעדן טאג געדארפט פרייען מיט די תפילין ווי מיט א מיליאן דאלער...

די ערשטע מינוט האב איך געשמייכלט, הנאה געהאט, עס איז א שיינער פוליש'ער חשבון, אבער ווי כ'האב אנגעהויבן אריינטראכטן אין דעם האט עס מיר אנגעהויבן קריכן אין קאפ: וואס איז טאקע פשט? איך גלייב אז אני הקטן וואלט אויך נישט מסכים געווען נישט צו לייגן תפילין פאר א מיליאן דאלער, אבער צו זאגן אז איך פריי זיך דערצו ווי צו דעם סכום הנ"ל ווייס איך שוין נישט.

[דר"א דערמאן איך זיך, לעצטענס איז א יונגערמאן אריין צום וויזניצ'ער רבי פון מאנסי און האט איהם פארציילט אז נישט לאנג צוריק האט ער אהין ארויסגעמופט מיט גרויסע שוועריקייטן, די ווייב האט נישט געוואלט, די פרנסה האט געמאכט פראבלעמען וכו', אבער יעצט אז ער איז דא וואלט ער שוין פאר כל הון דעלמא נישט צוריקגעמופט, זאגט איהם דער רבי: הער צו, איך האב אהער געמופט יאהרן צוריק מיט מסירות נפש, אבער צו זאגן אז פאר כל הון דעלמא וואלט איך נישט צוריקגעגאנגען? כל הון דעלמא איז שוין א פרייז...]

עכ"פ, די ערשטע תירוץ וואס איז מיר אריין אין קאפ איז לכאורה א פשוט'ע, איך בין פשוט צוגעוואוינט צו די תפילין ממילא שפיר איך נישט די שמחה וואס זי דארף ברענגן עפ"י חשבון, נו, טראכט איך צו מיר, און אויב כ'וועל ח"ו נישט האבן קיין תפילין פאר 20 יאהר, וועל איך דען יא שפירן אזא שמחה דערנאך? או לאידך גיסא, דער וואס איז א מיליאנער שוין לאנגע יאהרן נעמט שוין טאקע נישט ארויס קיין שמחה דערפון?

ביז איך האב זיך געכאפט אז באמת האבן מיר - מענטשן - פארקרומט די גאנצע מעשה, מיר האבן מהפך געווען די קערה על פיה.

מיר זענען געוואוינט אז שמחה איז א ביי-פראדוקט פון גוטע זאכן אין לעבן, דאס הייסט אזוי: גוטע זאכן זענען 'גוט', און מיר לויפן זיי נאך פארדעם – ווייל זיי זענען גוט, עס איז גוט צו האבן אסאך געלט, עס איז גוט צו זיין געזונט, עס איז גוט צו זיין א וואויל'ער איד און עס איז גוט צו האבן שלום בית, מיר האבן מיליאנען עקסטערע זאכן אויף אונזער טו-דו ליסט אין לעבן ווייל יעדער פון זיי איז א גוטע זאך כשלעצמו, יעצט, דאס וואס זיי ברענגן שמחה, דאס איז שוין א תוצאה: אז עס גייט דיר גוט אין לעבן און זי איז פול מיט גוטע זאכן ביסטו בשמחה, דאס איז אזא סארט סימפטאם און א באונעס גוטע פילינג פון די אלע גוטע זאכן וואס א געוויסע צאהל מוצלחים דערגרייכן אין לעבן.

די מעשה איז אבער פונקט פארקערט, פארוואס איז א שיינע קאר גוט? פארוואס איז א שיינע הויז גוט? פארוואס איז זיין סאשעלי אקסעפטעד גוט? פארוואס איז האבן א גוטן קאפ גוט? די תירוץ אויף די אלע זאכן איז איינע: ווייל זיי ברענגן דיר שמחה, ווער זאגט אז האבן א הויז איז בעסער ווי זיין האומלעס? נאר וועגן דעם, ווייל האבן א הויז איז באקוועם, און באקוועם מאכט דיך בשמחה, איהר כאפט? די אלע זאכן מאכן אייך נישט בשמחה ווייל זיי זענען גוט, פונקט קאפויער, זיי זענען גוט ווייל זיי מאכן אייך בשמחה.

מאי בינייהו? איינע פון די עיקר חילוקים צווישן די צוויי קוק-ווינקל'ן איז וועלכע איז די דיפאלט, לויט די ערשטע וועג ווי מיר האבן קאנדישענד אונזער קאפ איז די דיפאלט העדר השמחה, אויף שמחה דארף מען א תירוץ, עפעס א קיק אין לייף, א נייע הויז, א נייע קאר, געוואונען די לאטערי, פארן אויף וואקאציע, אבער סתם בשמחה, וואס עפעס?

אבער לויט'ן אמת איז פארקערט, די דיפאלט איז שמחה, פארוואס? זייער פשוט, דאס לעבן אליין דאס איז די עצם מהות פון שמחה, און איינמאהל מען כאפט זיך אז קיין שום זאך אויף דער וועלט איז נישט קיין תכלית פאר זיך, אלעס איז נאר אן אמצעי אויף שמחה, נאר מיר קרומע מענטשן האבן גענומען די אלע זאכן און געמאכט דערפון א דראג צו באקומען א קיק אין לעבן, יעדע כך וכך זמן דארפן מיר א שטויס פרייליך צו ווערן פאר אפאר מינוט, מען כאפט אן אייזקריעם פון פריזער וכו', אבער אז מען כאפט זיך אז די אלע זאכן זענען נישט 'גוט' מצד עצמם, און נאר ווייל מיר כאפן זיך אהן אין זיי דאס מאכט אז מיר זאלן זיי דארפן האבן אויף צו האבן אונזער נאטירליכע שמחה, איז לאז זיך אפ פונעם קשר וואס דו האסט געמאכט צווישן די אלע זאכן און שמחה וועסטו עס נישט דארפן, פונקט ווי דו פארשטייסט אז מענטשן צוויי טויזנט יאהר צוריק זענען געווען פונקט אזוי פרייליך ווי מיר זענען אפילו עס האט זיי געפעהלט אלע תענוגים וואס מיר האבן, פארוואס? ווייל די דיפאלט איז שמחה, די עצם מציאות החיים איז שמחה און זי דארף נישט א קיק פון עפעס א דראג יעדע שטיק צייט.

לאמיך מיטיילן מיט אייך א קוואוט פון Steve Maraboli:

Happiness is a state of mind, a choice, a way of living; it is not something to be achieved, it is something to be experienced.

טייערע ווערטער.

אין ברסלב איז דא א מושג פון 'מילי דשטותא', מען מאכט זיך נאריש און מען לאזט ארויס מאדנע קולות כדי זיך משמח צו זיין, ווען א פרעמדער באטראכט עס זעהט ער אין דעם, וועל... ברסלב, עס איז אין איינקלאנג מיט זייער דגוש אויף תמימות, נישט מאכן צופיהל חשבונות, 'פראסטיק' ווי רבי נחמן האט עס גערופן, א פרעמדער וועט עס אבער שווער דערליידן, ער קוקט עס אהן ווי א קינדערישער פאפעריי, ער האט נישט קיין געלט, קיין נחת, קיין געזונט, און ער איז כלומר'שט פרייליך, פארוואס? ווייל ער לאזט ארויס מאדנע קולות?

דער אמת איז אבער נישט אזוי, עס איז נישט כאילו עס זענען דא אמת'ע זאכן אין דער וועלט און זיי מאכן באמת פרייליך, ווי געלט און נחת, און דערנאך איז דא דער ברסלב'ער וואס שפילט כאילו א טריק אויף זיין קינדערישן מוח און כאפט זיך אריין פון אן אונטער-טיר'ל ווי כאילו ער איז פרייליך פון שטותים, דאס וואלט אמת געווען ווען עס זענען דא אמת'ע מציאות'ן אויף דער וועלט וואס זענען גוט צו האבן, און ווייל זיי זענען באמת גוט צו האבן מצד עצמם מאכן זיי אויך פרייליך, אבער אזוי ווי תכלית הכל איז שמחה און אלעס איז נאר אמצעיים, איז נישט דא קיין דרך המלך פאר 'נארמאלע' מענטשן און אונטער-טיר'ן פאר משוגעים, שמחה איז שמחה – קיין קאונטערפיט שמחה איז גארנישט פארהאן, ווי אזוי נאר דו ביסט פטור געווארן פון די דברים המעכבים את השמחה ביסטו ביים תכלית, געוויסע דורך מילי דשטותא, און געוויסע – ליידער – דורך כסדר'דיגע דראג קיק'ס, אך און וויי ווען די דראג'ס לויפן אויס.

אלזא, טייערע פריינט, הייבט אהן צו לעבן לשם לעבן, עסט אויף יעדע מינוט דערפון, נעמט אייך גארנישט צום הארצן, אייערע אחריות'ן פיהרט אויס ווי ווייט איהר קענט וכמאמר all we can do is all we can do, און דאס איבריגע לעבט ווייל איהר לעבט, נישט ווייל דאס לעבן איז איז א גוטע בעקראונד סטארי צו געשמאקע געשעהנישן וואס קומען און גייען מזמן לזמן.

לעבט עז איף יור לייף דיפענדעט אן איט... לעבן אליין איז דער קיק, ווי מען זאגט ביי אונז: Tell me quick, ain't that a kick in the head...

קאמפליצירט אייך נישט דאס לעבן וועט איהר האבן שמחה אין דיפאלט, האלוקים עשה את האדם ישר והמה ביקשו חשבונות רבים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר