ראציאנאלע אידישקייט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

ראציאנאלע אידישקייט

שליחה דורך כוכב »

צומאל באגעגנט מען אין א ספר א נקודה וואס ברענגט שטארק ארויס די ראציאנאליזם אויף וואס אידישקייט איז געבויעט, טו איך דעריבער ווידמען דעם אשכול וואו איך וועל ציטירן ווען אימער איך טרעף א חיזוק געדאנק צו דעם עומק הראציאנאליזם פון אידישקייט.
לעצטנס יאוועט זיך ראציאנאליזירער וואס האבן גוטע כוונות און גרובלען אין שטיקער מורה און אנדערע ספרי חקירה אלס מער צו ראציאניליזירן אידישקייט, איז דאך פשוט א מצוה צוצולייגן א פלייצע.

איך הייב אן מיט א שטיקל דברי חיים פר' צו, אז צדיקים קענען פליען אין דער לופטן:

והנה אנחנו רואים באדם שהוא חומרי אינו יכול לעוף באויר, כי החומרי גובר להורידו מטה, אולם ואפילו הכי ראינו בני אדם אשר נדבקו במחשבתם בחכמה יוכל לילך באויר כאשר שמענו כמה פעמים.


דער מדפיס אויפן פלאץ צייכנט צו צום דעת משה פר' בשלח ד'ה דבר וואס ברענגט אזוי בשם אביו הגה'ק רבי ישראל מקאזניץ זי'ע. דער ספר איז נישט תחת ידי און ווער סקען זאל ביטע צוברענגען וואס דארט שטייט.

חסידישע לעגנדעס דערציילן איבער דעם בעש'ט וואס איז אריבער דעם טייך דינעסטער אויף א דינעם שטריק, און אז דער שר שלום פון בעלזע האט געשוועבט אין דער לופטן ביים אתרוג בענטשן.
אויך איז באקאנט א מעשה אז דער ש'ך האט שפאצירט אין דער לופטן אינמיטן לערנען ווען ער האט געוואלט ארויס אויפן באלקאן און נישט געוואוסט אז עס איז מער נישט דארט. דער ש'ך איז מרמז צו דעם נס אין זיין הקדמה אויפן פי' לשו'ע.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר