וואס די פרשה פון קרח לערנט מיר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

וואס די פרשה פון קרח לערנט מיר

שליחה דורך נהורא נפישא »

מיר האלטן טאקע שוין צוויי וואכן דערויף, אבער איך האב פונדעסטוועגן געוואלט מיטיילן אן אינטערסאנטע געדאנק לערנענדיג איבער די מחלוקת קרח ועדתו, כ'וועל עס מאכן אין קורצן.
מיר געפונען קרח'ן צו זיין א געמישטער פערזענליכקייט, פשטות אין פסוק ווי אויך אין חז"ל ווערט ער באטיטולט אלס א רשע (חטאים האלו בנפשותם) א לץ (מתלוצץ מציצית ומזוזה) א כופר (בנבואת משה ותורה מן השמים) א בעל מחלוקת שלא לש"ש (נישט ווי בנות לוט פוטיפר פנינה ועוד שלש"ש נתכוונו) אבער בחדא מחתא א חכם גדול דער מנהיג פון די ר"ן ראשי סנהדראות, א שטיקל נביא, וביותר פון תורת הסוד ווער אין אים געזעהן א צדיק, א נשמה גבוה, וואס דוקא לעת"ל וועט מען זיין ראוי אז ער וועט ממונה ווערן אלס כה"ג, די דורשי רשומות מערקן אן צדיק כתמר יפרח ס"ת קרח, פונדעסטוועגן נישט ווי ביי ראובן שאול דוד בני עלי שלמה ועוד ווי חז"ל זענען זיך מתייגע צו עלימענירן אדער מינימיזירן זייערע חטאים, איז אבער דא ביי קרח פרשה זו יפה נדרשת.
אלזא וואס מזעהט לכאורה פון דא ועוד מקומות אז פערזענליכקייטן קענען זיין מער קאמפליצירט ווי סתם זיי באטיטולן אלס רשע אדער צדיק, סקען אמאל זיין אז מקען זיין ביידע בבת אחת, לדוגמא א רשע מיט דעם וואס ער פארלעצט דיני התורה אבער צו די זעלבער צייט א צדיק מיט דעם וואס ער טשעמפיאנירט פאר אידישע ווערדן און צוועקן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר