בלאט 1 פון 1

"נטרונא" נאטיצן, באריכטן און ארטיקלן

נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:12 pm
דורך שעפטל
דאס פאלגענדע איז דער ערשטער טייל פון א לענגערע אנאליז און אפהאנדלונג איבער די ברענענדיגע ענינים העומדים על הפרק און דער מצב המלחמה וואס הערשט ליידער אין ארה"ק.
דער צווייטער העלפט פונעם באריכט, מיט א דעטאלירטע רעפארט איבער די קריטיש וויכטיגע פעולות הצלה וואס וועט אי"ה אונטערגענומען ווערן לרגל המצב, וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.

(צוליב די לענג פונעם ארטיקל וועל איך דאס צוטיילן אין עטליכע חלקים, און ס'וועט אזוי אויך פארגרינגערן דעם דעבאטע....)

[center]כי אש קדחה באפי ותקד עד שאול[/center]

שוין העכער צוויי וואכן וואס עס ברענט ליידער א פייער פון מלחמה אין ארצינו הק', עס ברענט א פייער פון צערן של ישראל, עגמת נפש אין ליידן וואס אחינו בני ישראל יושבי אה"ק גייען דורך אין די שווערע טעג, עס ברענט א ברויזנדער פייער פון העסליכע שנאת ישראל אין דער גאנצע וועלט רח"ל, און עס ברענט א פייער פון דער יצרא דמינות וואס האט פארכאפט די גאנצע אידישע וועלט מיט א שטורעם.

    וויאזוי און פארוואס האט זיך דער יעצטיגער קאנפליקט אנגעפאנגען ?
    וואס זאל מען יעצט טון, עס פליען דאך ראקעטן ?
    מדינת ישראל האט דאך געוואלט איינגיין אויף דעם עגיפטישן פייער אפשטעל ?
    איז די סיבה פארוואס די מדינה אריין אין די מלחמה טאקע וועגען די טונעלן ?
    ווען איז אויפגעקומען די געדאנק פון מלחמה ב'טונעלן ?
    קען זיך טאקע די מדינה א עצה געבן מיט די טונעלן מיט זיצען אין עזה אָן שלום ?
    פארוואס האבן די חאמאס טעראריסטען טאקע נישט געניצט די טונעלן פאר טעראריסטישע אקציעס במשך די אלע יארן ?
    איז מען מחוייב צו גלייבען די פראפעגאנדע מעשה'לעך איבער די אנגעבליכע שחיטה בעצם ראש השנה דורך די טונעלן ?
    ווען האט זיך אנגעפאנגען די געדאנק פון בויען טונעלען דורך די טעראריסטען ?
    איז מעגליך א מדינת ישראל זאל אפווישן אלע טונעלן ?
    האבן זיי בכלל א חשבון וויפיל עס איז דא ?
    און וואס איז די גאראנטיע אז מ'גייט דאס נישט נאכאמאל אויפבויען ?
    וואס זענען די געוואונסן פון דעם ציוניסטישען כחי ועוצם ידי אין דער מלחמה ?
    דער שרעקליכער מצב פון שנאת ישראל איבער דער וועלט.
    וואס איז דער דעת תורה און דער בליק פון אמונה אויף די מאורעות ?