בלאט 1 פון 1

תשע"ה רמזים

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 8:37 pm
דורך גאלד
געהערט די שבת א מורא'דיגע רמז,
מ'פארציילט א סיפור ביים הייליגן בעל התניא אז איינמאל האט ער געליינט פרשת פקודי,
ווען ער איז געקומען צו דעם באקאנטן "ואת האלף", האט ער געזאגט ואת "הא אלף", צוויי ווערטער, כאילו ער זאל זאגן 5 טויזנט,
די משמשים האבן איהם פרובירט צו פארעכטן, אבער הוא בשלו און געהאלטן אין איין איבערזאגן ואת "הא אלף",
יעצט, איך בין מכבד דעם עולם זאל אפיר נעמען א חומש און זעהן וועלכער נומער עס שטייט גלייך נאך דעם ואת הא אלף,
יא! תשע"ה!
ושבע המאות וחמשה ושבעים!
א ליבאוויטשער חסיד זאגט מיר אז ס'מקובל ביי זיי אז דא איז מרומז די קץ הגאולה,
זיי זאגן אז מ'האט עס געהאט געזאגט פארן לעצטן ליבאוויטשן רבין ז"ל,
און ער האט געזאגט אז ער ווייסט דערפון נאר מ'האט נישט גערעדט דערפון,
אבער 25 יאר צוריק, (דאס מיינט 5 יאר פאר זיין פטירה) האט ער געזאגט אז מ'מעג שוין רעדן דערפון,

אני צעיר זאגט, אז אויך דער אזלא גרש ביי ואת האלף איז מרמז די גאולה, "אזלא" מ'העט ארויס גיין, "גרש" פון גלות,
און פארדעם איז טאקע דער מנהג מקדמת דנא אז כל הקהל ברומט אינאיינעם דעם אזלא גרש,

ואת האלף!!!!