געדאנקן איבער "די געדאנק פראצעס"

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

געדאנקן איבער "די געדאנק פראצעס"

הודעהדורך נהורא נפישא » זונטאג אוגוסט 17, 2014 4:12 pm

שטעלט זיך די פראגע וויאזוי צוטיילט מען געדאנקן צו אירע עלעמענטארע יסודות, צו אירע באשטאנדטיילן ?

דער אמת, די געדאנק קען ווערן באטראכט פון צוויי דימענציעס וואס שפיגלט אפ איינס דעם אנדערען, צום ערשט די ניורולאגישע אקטיוויטעטן, און דאן דער פסיכישער אויסטייטש, ס'איז לייכטער אויסצושמועסן די טעמע פונעם פסיכישן שטאנדפונקט, ווייל מיט איר זענען מיר מער באקאנט פון ערפארונג.

ראשית איז וויכטיג צובאמערקן, אז די געדאנק איז פאראיבער עוועלוציונערישע אנטוויקלונגן, סיי לגבי דער כלליות מין האנושי האט זיך אנטוויקלט די געדאנק אויף א אופן אז זי זאל זיין נוצליך פאר סאציאלע בונדן ולמען קיום המין, ווי אויך גייט יעדער פערזענליך פאראיבער אנטוויקלונגן פון מער פרימיטיווע קינדישע געדאנקן צו מער אנטוויקעלטע באלאנסירטע געדאנקן.

פארשטייט זיך אז די יסודות'דיג'סטע געדאנק וואס ווערט געבוירן מיט אינז זייענדיג א ירושה פונעם כלליות המין, איז דער ווילן צו לעבן און זיך צו באשיצן פון לעבנס דראאונגען, פארשטייט זיך אז דראאונגען מיינט מען וואס די געדאנק פאסט אויף אין אירע פרימיטיווע פארמען אלס דראאונגען, און פון דאנעט שטאמט ארויס די אלע סארט עמאציעס וואס זיי זענען אנטוויקלט און איינגעווארצלט געווארן אין אינז בעת מיר האבן נאך נישט געזאמלט גענוג אינפארמאציע צו זיין מער ראציאנאל, ווייל מיר האבען אידענטיפעצירט די סארט עמאציעס אלס זעלבסט-שוץ צו פארשידענע ערליי דראאונגען.

אלזא, די סארט עמאציעס וואס זענען בעצם זייער וויכטיג פארן קיום המין, ווערן אין אינז אזוי איינגעווארצלט אז אפילו דערנאך וואס מיר שטרעבן צו זיין מער ראציאנאל זענען מיר נישט מסוגל דאס אויסצורייסן, עכ"פ דאס מערסטע פון זיי, דאס מערסטע וואס מיר זענען מסוגל איז דאס צו באלאנסירן מיט א מער ראציאנאליסטישע צוגאנג.

אלזא, די ווילן צום לעבן און זיך באשיצן פון דראאונגען זענען די סיבה ראשונה און אינזער מאטיוו, צו עקספלארן דאס ארום, וואס ווערט שפעטער פארוואנדעלט און אסאציאירט מיט דאס ווילן פאר זעלבסט-ווירדע וואס ברענגט אינז צו קאנקורירן יעדער איינער צו זיין ציל וואס ער שטעלט פאר זיך אוועק אינעם אינטערבאוואוסטזיין.
(מיט האפענונג ממשיך צו זיין)
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1620
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2123 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:22 am

לאמיר זיך יעצט באציען צו די אפשטאם פונעם געדאנק.

ווי ערווענט פריער, ירשנ'ן מיר פונעם כלליות המין איינגעבוירענע געדאנקן, אן אינסטינקטיווער ביהעיוויער איז פראגראמירט מיטן געבורט פונעם מענטש פארן צוועק זיך צו באשוצן פון לעבנס דראאונגען אויסצופילן די ווילן פון לעבן און איבערלעבן.
און ווי ערווענט, ווערן עמאציעס אנטוויקעלט און איינגעווארצלט פארן צוועק אויסצופילן אינזער פסיכישער פארלאנג זיך צו באשוצן פון די דראאונגען.

יעצט, די פשוטסטע וועג צו צונעמן און דערגיין די באשטאנדטיילן פונעם געדאנק איז צו באטראכטן זייער אפשטאם,
באטראכטנדיג זייער אפשטאם דארף מען פונאנדערשיידן פון פארשידענע קאמפאנענטס פונעם געדאנק פראצעס.

לאמיר זיך קודם אפשטעלן אויף די מאטיריאליסטישע קאמפאנענט (פונאנדערגעשיידט פונעם ספיריטיואלע קאמפאנענט וואס צו דעם וועלן מיר זיך באציען אין המשך)

יעצט די מקור פון אינזער מאטיריאליסטישע ערפארונג זענען די חושים (טראדיציאנאל קלאסציפירט אלס פינעף אבער זענען באמת מער) וואס זענען קאנאלן וואס ברענגן דעם מענטש פארשידענע דימענציעס פון די מאטיריאליסטישע וועלט דורך דעם וואס זיי קומען מיט זיי אין קאנטאקט דורך סטימיולאציע.

דא קומט אבער אריין די קאנצעפט פון  perception  וואס מאכן נאך זאכן מער קאמפליצירט.
(מיט האפענונג ממשיך צו זיין)
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1620
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2123 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:51 am

נהורא נפישא האט געשריבן:ווי ערווענט פריער, ירשנ'ן מיר פונעם כלליות המין איינגעבוירענע געדאנקן, אן אינסטינקטיווער ביהעיוויער איז פראגראמירט מיטן געבורט פונעם מענטש פארן צוועק זיך צו באשוצן פון לעבנס דראאונגען אויסצופילן די ווילן פון לעבן און איבערלעבן.

עס איז אנגענומען אז מענטשן (און מאלפעס) האבן אן איינגעבוירנעם פחד פון שלענג, דהיינו אז באלד ביים געבורט, נאך איידער ער קען אויפכאפן אז פייער - למשל - איז א סכנה, האט ער אן אינסטינקטיווער פחד פון שלענג, און ע"פ עוועלוציע איז דאס בירושה פון אונזערע דזשאנגאל-זיידעס, וואס די וואס האבן בטבע געהאט דעם פחד האבן ענדערש איבערגעלעבט און דאס מוריש געווען לדורות הבאים.

לעצטענס האב איך געזעהן אז מער מדויק איז אז מענטשליכע בעיביס און מאלפעס 'דערלערנען' זיך גאר שנעל מורא צו האבן פון שלענג, זיי זענען א כלי ראוי צו דעם פחד, אבער נישט אז די עצם פחד איז איינגעבוירן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3651
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7301 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:59 am

ס'איז לייכטער בכלליות ארומצורעדן פון די קאמפאנענטס און פאקטארן, ווי איידער אריינצוגיין ספיציפיש, ס'איז זייער קאמפליצירט און צו טריקי פעסצושטעלן די ספיציפישע סיבות פאר יעדע פאנאמען.
פארשטייט זיך אז דראאונגען מיינט מען וואס די געדאנק פאסט אויף אין אירע פרימיטיווע פארמען אלס דראאונגען

און וואס איז מיט די אינסטינקט אז וויבאלד א קינד ווערט געבוירן ווייסט ער דעם סוד מניק צו זיין פון די מאמעס בריסטן ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1620
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2123 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:11 am

יעצט לאמיר אויסשמועסן perception

ווען אימער פארשידענע ארגאנען אינעם קערפער ווערן סטימיולירט, דארף נאך דער מח פארטייטשן די עקספיריענס וואס זי איז יעצט פאראיבער.

די מח אסאסציערט אינעם אינטערבאוואוסטזיין  די יעצטיגע סטימיולאציע מיט פריערדיגע עקספיריענסעס צו מאכן סענס פון אט די סטימטולאציע.

צום ביישפיל, די חוש הראייה, ווען ליכט קומט אין בארירונג פון אן אביעקט דאן געוואנדן לויט די כעמישע קאמפאזיציע פונעם אביעקט וועט זי איינזאפן אדער אויסשפייען פארשידענע וואלן פונעם ליכט ספעקטרום, אט די וואלן וואס זענען נישט געאייגנט פארן אביעקט קולט צו זיין וועט אנטלויפן און זיך אנקלאפן צעווישן אנדערע אין אנוועזנדע אויגן וואס איז אן ארגאן וואס ווערט אייגנארטיג סטימיולירט פון אט די ליכט וואלן.

די נאטור פון די סטימיולאציע איז די עקספיריענס פון זען קאלירן ווייל געוואנדן אין די נאטור פון די וואלן (די דיפרענצן אין די לענג פון די וואלן) וועלן זיי סטימיולירן דעם ארגאן אויף פארשידענע אופנים וואס מאכט דעם מענטש עקספיריענסן קאליר.

היות מיר האבן נישט קיין דירעקטע ערפארונגן מיט די כעמישע פראצעס, וואס איז עפעס וואס ווערט דוקא פעסטגעשטעלט אין וויסענשאפטליכע עקספיריעמענטן,  דערפאר נעמען מיר אויף די פענאמן דורך די פריזמע פון אינזער עקספיריענס וואס מאכט אינז באטראכטן קאליר אומאפהענגיג פון איר פיזישע מציאות.

אזוי אויך ביי אט די פאזע פון אויסטייטשן די סטימיולאציע, וואס פארלאנגט זיך אז די מח זאל מאכן פארשידענע רעכענונגן באזירט אויף פריערדיגע ערפארונגן, קען זי לייכט געפאפט ווערן און מאכן נישט ריכטיגע רעכענונגן אויסצוטייטשן די עקספיריענס, ווי צום ביישפיל אין optical illusion
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1620
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2123 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 7:51 pm

אלזא, ביז יעצט האבן מיר אויסגעשמועסט  די אופנים וויאזוי מיר קלייבן אינפארמאציע פון די פיזישע וועלט, מיר האבן באטאנט אז די חושים שטעלן לאו דוקא פאר דער רעאלער מציאות וועגן מערערע סיבות אריינגערעכענט פערסעפשאן, אלוזיעס, אד"ג.

אויך איז שוין דא כדאי צו דערמאנען, אז די מוח קען עקספיריענסן מכח א געוויסע ניוראלאגישע פארקריפלונג, גענוי די זעלבע ערפארונגען ווי זי וואלט ווען סטימיולירט געווארן דורך די דרויסענדיגע פיזישע מציאות, ווען לאמיתו של דבר איז זי אינגאנצן נישט סטימיולירט געווארן דורך איינע פון די חושים, און דאס איז די פענאמען פון אלע גייסטישע מחלות למיניהם.

למעשה איז די איינציגע פערפעקטע מהלך פעסטצושטעלן מער אקוראט די פיזישער מציאות, זיך דערגרינטעווען אין פיזיקס, און מיט לאגיק, מעטאמאטיק, און עקספירימענטן, אנטשיידן די סודות פון די פיזישע מציאות וואס איז פארשטייט זיך א מים שאין להם סוף.

יעצט לאמיר אריבערגיין צו די גייסטישע דימענציע וואס מיר עקספיריענסן ווי אויך די זעלבסט-פאדערונג פאר ווערדן און מאראלן, וואס ברענגט אינז דאס ראציאנאלזירן, שטעלן הנחות, און דאס רעגולירן מיט פיליזאפישע שיטות, און זען פון וואנעט דאס שטאמט.

ווי דערמאנט פריער ווערן אנטוויקלט אינעם אינטערן באוואוסטזיין עמאציעס פארן צוועק פון זעלבסט-שוץ, מיט די צייט וואס גייט פאראיבער און מ'אנטוויקלט זיך מער ראציאנאל, פארבלייבן אבער די עמאציעס קליניש טיף איינגעווארצלט, וואס דאן טוען מיר ראציאנאלזירן די עמאציעס אלס א פאדערונג פאר בעיסיק מאראלישע פרינציפן וואס מיר טוען רעגולירן מיט פארשידענע סארט ראציאנאליסטישע פיליזאפיעס.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1620
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2123 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג יאנואר 05, 2020 12:22 am

ונבנתה העיר האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:ווי ערווענט פריער, ירשנ'ן מיר פונעם כלליות המין איינגעבוירענע געדאנקן, אן אינסטינקטיווער ביהעיוויער איז פראגראמירט מיטן געבורט פונעם מענטש פארן צוועק זיך צו באשוצן פון לעבנס דראאונגען אויסצופילן די ווילן פון לעבן און איבערלעבן.

עס איז אנגענומען אז מענטשן (און מאלפעס) האבן אן איינגעבוירנעם פחד פון שלענג, דהיינו אז באלד ביים געבורט, נאך איידער ער קען אויפכאפן אז פייער - למשל - איז א סכנה, האט ער אן אינסטינקטיווער פחד פון שלענג, און ע"פ עוועלוציע איז דאס בירושה פון אונזערע דזשאנגאל-זיידעס, וואס די וואס האבן בטבע געהאט דעם פחד האבן ענדערש איבערגעלעבט און דאס מוריש געווען לדורות הבאים.

לעצטענס האב איך געזעהן אז מער מדויק איז אז מענטשליכע בעיביס און מאלפעס 'דערלערנען' זיך גאר שנעל מורא צו האבן פון שלענג, זיי זענען א כלי ראוי צו דעם פחד, אבער נישט אז די עצם פחד איז איינגעבוירן.

עס קען זיין אינטרעסאנט צו זאגן אז דער בני יששכר (מאמרי חדשי כסליו טבת מאמר ד אות ״מח״) זאגט אז ״יון״ בחשבון מנצפ״ך איז גימטריא צוויי מאל ״נחש״ [זכר ונקיבה] און ״מתתיהו״ איז גימטריא ״קנה״ מער [אלס תקנו להודות ולהלל] ע״ש. לפי״ז קען מען זאגן אינטרעסאנט אז ס׳דאך באקאנט דר. נועם טשאמסקי׳ס אוניווערסאלע גראממאר טעזע וואס זאגט אז די מענטשהייט איז געבוירן מיט אן איננעיט יכולת צו שפראך; א מורא׳דיגע כלי מוכן לזה, וכעין די פחד צו נחשים כנ״ל. דעריבער ווען ס׳דא אן ענין פון התגברות כנגד דעם נחש גייט עס בענין הקנה שמשם כח הדיבור ולשון, וואס ביידע שעירן די געביט כנ״ל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 952
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 5171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט