color war אין הימל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

color war אין הימל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עס איז אייך אודאי באקאנט דער סיפור פון דעם שיינעם תורה-וגדולה איד, מוכתר בכל המעלות שמנו חכמים, וואס ווען זיין געראטענע טאכטער איז אונטערגעוואקסן האט ער געלאזט וויסן פאר'ן רב אז לויט זיינע פיהלע מעלות קומט זיך איהם דעם רב'ס זוהן פאר אן איידעם, האט דער רב איהם געלאזט זאגן: אלע מעלות פארמאגסטו טאקע, דו ביסט דאך אבער א בעל גאוה – זאל גאט אפהיטן, שיקט איהם יענער צוריק: דער רב דארף זיך נישט זארגן, גיבט מיר א צוויי וואכן און איך וועל די מעלה פון ענוה אויך האבן ביי מיר...

*

אין א שיינעם זומער'דיגן טאג האט אין הימל אויסגעבראכן קאלערוואר, יא, אזוי ווי איהר הערט, פרעגטס בעסער נישט... גאט האט זיך פארשטעלט ווי דער שטן אליין... אוי האט זיך געטוהן אויף טישן און בענק, יעדער האט 'עכט' געמיינט... בקיצור, ס'איז קאלערוואר אין הימל.

פאר די היינטיגע אקטיוויטי וועט מען זיך טוישן ראלעס, גאט און אונזער לאקאלער בנש"ק, גאט וועט זיך פיהרן במנהגי האדמו"רות און אונזער בנש"ק וועט שפילן גאט.

[קלארט זיך אויס די שטימע און שנארכט אריין בענוות חן:] 'הערסטו, משה'ניו, כ'האב געקלערט אזוי אז בדרך אפשר קען מען זאגן אז א איד וועט חלילה זיין טאט'ן שלאגן זאל מען איהם דערווארגן... חחח...'
'
הערסט [בתנועה של ביטול], ממש יעצט אויפן וועג איז מיר איינגעפאלן, אז איינער זאל מיין נאמען שעלטן, קלער איך ס'וואלט אפשר כדאי געווען איהם צו באשטיינערן צום טויט...'

'גיי, משה'לע, זאג עס איבער פאר'ן עולם, פארשטייט זיך גארנישט איז מיין זכות... אלס איז בזכות אבותי הקדושים [הי הי הי...]'.

אט הערט מען ארויף א מנחה פון א איד, 'הגדול הגבור והנורא', איי איי איי, ס'צרות ווי א בארג, גאט הייבט אהן צו בלאשן [בייגט דעם קאפ זייטוועגס אויף אראפ]: 'וואס מאכסטו זיך נאריש... גדול? גבור? כ'טראכט נאר וואס כ'וואלט באמת געקענט זיין... אז כ'דערמאן זיך אינעם טאט'ן הכ"מ, אה, וואס בין איך?'

*

ת"ק פרסה אראפציהר זיצט אונזער בנש"ק אויבנאהן בקומה זקופה, די חסידים צושטיפט אויף די פארענטשעס, אט הייבט דער רבי אהן צו זאגן בקול אדיר: 'קינדער טייערע, וואס פארלאנג איך פון ענק? איך פארלאנג איהר זאלט ציטערן פאר מיר' – 'הייל!' שרייעט דער גאנצער עולם, 'איהר זאלט אויסגיין פאר ליבע דערמאנענדיג מיין לעכטיגן נאמען' – 'הייל!'...

דער רבי שטעלט זיך אויף מלוא קומתו, ספאנטאן פאלט דער גאנצער עולם אויף די קניען, א שמייכל שפרייט זיך אויס אויף דעם רבי'נס לעפצן: 'גוט טוהט איהר, צו מיר זאלט איהר זיך שטענדיג ביקן, אין פייער זאלט איהר טאנצן פאר מיר, יענעם? יענעם זאלט איהר צושטויסן און פארברענען.

שוין, גענוג געבוקט, יעצט שטעלט אייך אויף און טאנצט פאר מיר – ריקדו לפני, דערנאך זאלט איהר פאסטן א האלבן טאג, שחט'ן אפאר הינער און זיך טובל'ן אין איהר בלוט, אזוי וועט דאס זיין א גוטער שמעק אין מיינע נאז-לעכער, ווייל איך האב געזאגט און מיין באגער איז ערפילט געווארן.

ווער עס וועט אין מיין שטימע צוהערן וועט גוט זיין, און ווער נישט – אך און וויי איז צו זיין זעהל, אזעלכע מכות וועל איך איהם צוטיילן, זיינע אייגענע קינדער וועט ער עסן.

אבער אויף דערווייל קוקטס מיך גוט אהן, אזוי אז מיין מורא זאל בלייבן אויף ענקער פנים, שוין, דערנאך קען דער חזן אנהייבן זאגן מיינע שבחים, ווי גרויס, שטארק און הייליג איך בין'.

אה – דערמאנט זיך דער רבי – וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזעהן ווי דעם טאטן ז"ל'ס חביבות צו אייסקריעם... ספעציעל האט ער געהאט איין מין וואס ער האט גאר שטארק געגליכן, דעם סענדוויטש סארט, מ'זאגט אז כל הון דעלמא וואלט ער פאר דעם אוועקגעגעבן, די זקני החסידים געדענקן נאך אודאי ווי ער האט זיך אזוי מוסר נפש געווען דערפאר אין לאגער, דאס האט יעדער געוואוסט: ביים טאט'ן גייט נישט דורך א טאג אהן אייסקריעם, אשרי עין ראתה, מען האט געקענט טאפן די אהבה אין די לופט, ס'האט גארנישט עקזעסטירט, נאר דער טאטע מיט'ן אייזקריעם.

דאס איז דאך א מורא'דיגער מוסר השכל פאר אונז אלע, אז מען לייגט זיך באמת אריין אין דעם, מען גיבט זיך אינגאנצן איבער, אז מען ווייסט ווי גוט דאס איז באמת – כל חפציך לא ישוו בה, דאן – נאר דאן – קען מען צוקומען צו אזא דרגא, כ'מיין איך דארף דאך ענק נישט זאגן ווי דער טאטע ז"ל האט אויסגעזעהן אין די וואכן פאר'ן אייסקריעם פעסטיוואל, נאר אינעם אייסקריעם איז ער געווען פארקאכט, ער פלעגט זיך אלץ אויסדרוקן: ווער עס וועט מיר שאפן א מילכיגן סענדוויטש אייסקריעם פון דזשענעווע, אזוי א הדר... נו, ר' יחזקאל פלעגט טאקע האבן די חזקה אויף אפלעקן דעם פאפיר'ל משום חביבות האייסקריעם'.

*

וואס איז? ס'איז פאני? דיו לעבד להיות כרבו, אז דער אייבערשטער האט משקיע געווען אין א גאנצע בריאה ווייל עס האט איהם געגלוסט צו האבן א דירה בתחתונים, מעג איך משקיע זיין קאפ און מוח אין מיין געליבטע אייסקריעם, ניין?

*

א"ר יצחק, מפני מה היו אבותינו עקורים? מפני שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים.

כ'דערמאן זיך אזוי, אין לאגער ביי אונז איז געווען א קאפאו א סאדיסטישע רשע, ער האט געהאט א באזונדערע חיות צו זעהן ווי יענער בעהט זיך צו איהם פון אונטער זיינע שטיוול, מען זאגט אז די איידעלע פלעגט ער אן עקסטערן שטויס געבן, דעם איידלן קוויטש זייערן האט איהם געגעבן חיות אויף א האלבן טאג.

*

ביי אסאך פון אונז איז דא די מענטעלעטי אז אידישקייט איז 'The Party of No', עס איז געראטן זיך ארומצודרייען מיט שולד-געפיהלן אויף זיך אליין וכל המרבה ה"ז משובח, וואס דארער, צוקלאפטער און גרעסערער הויקער – אלס מער 'איד', וואו און אין וואס מען שפירט 'יא' איז א סימן אז דאס איז 'נישט', און וואס מער 'נישט' און אומבא'טעמ'ט אלס מער 'יא'.

גוטע אידן זענען ממאס אין א געשמאקן אייסקריעם פארדעם, ווייל עס איז געשמאק, מען קרומט אויף א באקוועמע קאר פארדעם, ווייל זי איז באקוועם, אן איידיעל וועלט וואלט געווען אז מען קען זיצן אגאנץ לעבן אין א פארשימעלטן בוידעם, פאסטנ'דיג, קראנק מיט 103 גראד היץ און זיך ברעכן די ציין אויף די קינות, ווען מען קען ווען דאס טוהן פאר 120 יאהר דאן וואלט מען שפיץ 'איד' געווען.

יא, די חסידים, זיי האבן זיך געטראפן עפעס א 'לופהאול' אינעם סיסטעם, זיי האבן זיך געטראפן עפעס א תירוץ פון עונג שבת ווען און וואו מען מעג יא הנאה האבן פון א שטיקל קוגל, דערנאך האמיר די פאר ליידיג גייער, גראבע יונגן אזעלכע, וואס ערלויבן זיך – גאט באהיט – צו גיין אין דזשים און מאכן עקסערסייז, אין עפעס א רמב"ם הענגן זיי זיך אהן 'היות הגוף בריא ושלם מדרכי ה' הוא', פארשטייסטו מיר? פונקט 'זיי' טרעפן דעם רמב"ם, זיך לאזן שחט'ן פאר'ן הייליגן בורא כל עולמים, אויף דעם זענען זיי אויך דא? אויך מיר אידן...

*

דער איינציגסטער אבן הבוחן וואס איז באמת דא אין די בריאה איז אמת ווס. שקר, גאט און זיינע ענינים זענען 'אמת' – ואמת הויה לעולם, אמת מפני שהוא אמת, דאס איז דער אמת'ער מציאות בכלל, זאכן וואס זענען נגד רצונו זענען שקר – זיי זענען נישט קיין אמת'ע מציאות.

באמת אמרו, דאס איז די אלטימעיט אמת\שקר, דער אמת איז אזוי אמת אז עס קען נישט צולאזן עפעס אנדערש, שקר איז מגרע פון איהם און דארף נישט צוגעלאזט ווערן, אין אני והוא יכולין לדור.

'אמת' איז ארויפגעקוקט און טייער-געהאלטן, דער אמת'ער מציאות פון גאט איז באמת 'גדול, גבור ונורא', גאט וועט דאס נישט לייקענען שעמעדיגעהייט ווייל דאס איז דער אמת – דער איינציגער אמת, און אין די זעלבע צייט [וכתוצאה] איז ער באמת א עניו וואס לאזט זיך אראפ, ער וויל הערן זיין לויב ווייל זי איז אמת, און אז א נברא באהעפט זיך דערצו איז איהם גוט ווייל ער איז טייל פונעם אמת.

דער פראבלעם אין גשמיות איז נישט ווייל זי איז באקוועם און געשמאק, דער פראבלעם איז אויב און ווען זי איז שקר, אוועקגעבן ליבע פאר אן אייסקריעם שלא באופן הראוי נעמט אוועק פון די ליבע צום אמת און גיבט עס צום שקר – צו א נישט אמת'ע מציאות, דאס איז דער פראבלעם וואס קען זיין אין גשמיות, אבער זיין אין פרידן מיט מיין עצם מציאות, גיין אין דזשים בקומה זקופה ובשמחה רבה, גוט אויסשמאטשקען א שטיקל בשר בהמה שבת אינדערפרי, א גוט שטיקל זיווג, די אלע זענען נישט בדיעבד'ס וואס האבן זיך אזוי אריינגערוקט, וואס ווען פלוני וואלט געוואוסט דערפון וואלטן מיר זיך געשעמט, אז עס איז עלייענד מיט'ן אמת איז קיין פראבלעם ואדרבה.

האקט עס אייך ארויס פון קאפ, אידישקייט איז נישט קיין ארבעטס-לאגער און דער אייבערשטער איז נישט קיין נאצי, פאר וועלכע שווארץ יאהר פאלט אייך איין אז עס שטערט איהם אז אידן האבן הנאה, אז מען נוצט אלעס אויס צו א מאקסימום? ער איז עפעס א סאדיסט? ער קען נישט צוקוקן ווי יענער לעבט אויף אלע באקן?

איין כלל איז דא: אמת\שקר, זייט משקיע אין אמת און האט וואס מער הנאה, און זייט ווייניגער משקיע אין שקר.

אמת מארץ מצמח, אז מיר וועלן אויסנוצן און צופיהרן די גאנצע בריאה צום אמת, וועט דער שקר אשר אין לו רגליים פאלן והי' דמיונו כלא הי', ומלאה הארץ דעה את הויה.

לחיים, לחיים...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר