חכמה = טאלערענץ

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

חכמה = טאלערענץ

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 1:48 am

א גרופע סטודענטן זענען אמאל אריין אויף יחידות צום ליובאוויטש'ער רבי ז"ל, האט איינער פון זיי געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט אמאל געזעהן זיינס א בריוו און עס איז געווען איבערגעשטראכן אויף א ווארט, מאכט דען א רבי א טעות?

האט איהם דער רבי גענטפערט: וואס עס איז דער אמת אין איין מינוט מוז נישט זיין אמת אין א שפעטערע מינוט.

נו, א ברירה האט ער געהאט? זאל ער זאגן אז א רבי קען זיך טועה זיין? די בעסטע איז ווען מען קען ענטפערן אזא שיין-קלינגענדיגע פילאזאפישע/ספירטואלע סטעיטמענט וואס האט נישט באמת קיין הענט אדער פיס פאר דעט מעטטער, הא?

*

איך בין א רויכערער, דאכציך אז ביי א פעקל א טאג קומט מיר דעם תואר, זייענדיג אין די ליין האב איך גאנץ גרונטליך נאכגעפארשט די נייע ערשיינוג פון עלעקטראנישע ציגארעטן – אדער 'דיגיטאלע' ציגארעטן ווי טייל פון איהרע חסידים האבן ליב איהר צו טיטול'ן.

אזוי דורכגייענדיג הונדערטער קאמענטס אויף פארשידענע זייטלעך, סיי פון די וואס שטיצן איהר איבער די אלטמאדישע ציגארעטן ['אנאלאג'] און סיי פון די וואס האלטן אז מען טאר נישט משנה זיין די מסורה קיין זיז כ"ש און עס וועט קיינער זיין א ממלא מקום פאר א גוד-אלד מארלבארא ציגארעט, האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, ביידע צדדים רעדן מיט אן אויסערגעווענדליכע ביטול איבער דעם אנדערען און האבן א געוואלדיגע סעלף-קאנפידענס אין די אייגענע שיטה, "וואס פארשטייען זיי צו א ריכטיגע ציגארעטל, אזא וואס נעמט אדורך אלע אברים? מעלאנע פלעוואר? זענען זיי אויפן קאפ געפאלן? וואס איז דא, א קינדערגארטן?", און די זעלבע אויף פארקערט, "איי, די אלטמאדישע טאבאק-ברענער, עס גייט א ריח און א הוס און ניטאמאל האט עס א גוטן טעם, מיר זענען די פארגעשריטענע וואס שטעלן פאר דעם דיגיטל עידזש" – און נישט אז זיי הרג'ענען זיך מיט זייערע בעלי פלוגתא, בעיקר רעדן זיי צווישן זיך און פון צווישן די שורות שפראצט עס ארויס.

און איך טראכט צו מיר: וואס וואלט א דריטער געהאלטן? לו יצוייר אז א נישט רויכערער קען מרגיש זיין די באדערפענישן פון א רויכער, וואס וואלט ער געהאלטן? פאר וועלכע ציגארטעל וואלט ער צוגעטיילט דעם זיג?

לכאורה וואלט ער געזאגט אז עס ווענדט זיך וואו, ווען און ווי אזוי, נאך א פעטע סעודה, אויפן פארטש, אין א שיינעם אויפדערנאכט, איז א פרישע מארלבארא בעסער, אבער זיצענדיג אין א מיטינג פאר לאנטש האט א דיגיטאלע די זכות קדימה, וכן על זה הדרך.

ווי יענע זאגן: ווי אלעמאהל איז דער אמת ערגעץ אינצווישן...

אנדערע חכמים זענען דן וואו שטעקט דער אמת, געפינט מען איהר ביי די קצוות, אזא יקוב הדין את ההר סטייל, אדער דרייעט זי זיך ענדערש אינדערמיט?

וואס הייסט אינדערמיט? איז עס א סארט פשרה? א תוצאה פון שוואכע צדדים, אדער שוואכע מחליטים, ממילא איז דער אמת נישט ממש אזוי און אויך נישט פארקערט?

אנדערע מוטשענען זיך: 'ווער איז דער מכריע?', אז איך זאג אז פלוני בן פלוני איז גערעכט קעגן פב"פ, מיינט עס דען נישט אז איך נעם דא א שטעלונג קעגן דעם צווייטן?

*

צוויי ברידער – א רבי מיט א ראש ישיבה, לאמיר זאגן - קריגן זיך, זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי, איך האב זיך נישט נאכגעפרעגט, אבער עס איז ביי מיר ברור אז דעם רבי'נס קינדער האלטן אויף 100 פראצענט אז ער איז גערעכט וכן דעם ראש ישיבה'ס קינדער.

שטעלט זיך די הארבע פראגע: עס איז דאך כמעט א מאטאמאטישע אוממעגליכקייט אז פונקט זאלן אלע זיינע קינדער האלטן אזוי און דעם צווייטענ'ס פארקערט, ווען איך נעם ווען רענדאם מענטשן און צוטייל זיי אויף צוויי גרופעס, וואלטן זיי אויך געווען אזוי שיין צוטיילט אויף די צוויי צדדים? וואס איז דא געשעהן?

'פונקט' אלע וואס ווערן נתחנך אין א געוויסע מוסד קומען צו די הכרה אז כ"ך וכך איז כפירה, איך פארשטיי נישט, עס טאנצט דיר נישט אין די אויגן אז אלע וואס ווערן נתחנך ערגעץ אנדערש האלטן נישט אזוי? ווייזט עס דען נישט קלאר ווי די טאג אז לא בצדקתך וביושר לבבך – און אפי' נישט ברשעת הגוים ההם - האסטו איינגעזעהן אז דאס איז די ריכטיגע שיטה?

*

היינט נאכמיטאג פרעג איך מיין חבר 'ווי אזוי איז די וועטער אינדרויסן'? זאגט ער 'פארוואלקענט', א שעה שפעטער פרעג איך איהם ווידער, זאגט ער 'עס איז שיין זוניג', זאג נאר, דו שעמסט זיך נישט צו זאגן ליגנט אין פנים? וואס איז דער אמת 'פארוואלקענט' אדער 'זוניג'? קען א 'אמת' זיך טוישן?

'אמת' איז א רעלאטיוו'ער מושג, אין 'אמת לאמיתו' טרעפן מיר זיך נישט אהן דא אין די וועלט.

באמת אמרו, קיין שום זאך אין די וועלט איז נישט אמת מצד זיין עצם מהות, ער האט נישט א זכות קיום – און זיין מציאות שפילט זיך נישט אפ – אין זיינע אייגענע ד' אמות, אלעס געשעהט אין אונזער מוח, אין אונזער פריוואטער כח הדמיון.

לעצטענס האט מיר איינער פארציילט ווי ער האנדלט מיט א מיידל וואס 'זעהט' דעם סאטמאר'ן רב ז"ל נעבן זיך, יעדע פאר מינוט האט זי געדארפט דעם רבי'ן משתיק זיין ער זאל נישט פארפיהרן, א וועלט'ס משוגענע, הא? א פארצייטישע בעלת דמיון? זאגט מיר יענער, באמת איז זי בכלל נישט קיין סאך ווייטער ווי אונז אלע, אז איך זעה א רויטע קאר, איז מיר קוקען עס אהן ווי כאילו מיר וואלטן געהאט לעכער אין די אויגן און די עצם מציאות פון א רויטע קאר ווערט אריינגענומען און 'געזעהן' אין אונזער מוח, שטעלן א קעמרע פאר די קאר און איהר באטראכטן דורך א סקרין? נעה, דאס איז שוין נישט ארגינעל, עס איז נישט די עצם קאר, עס איז נאר א שפיל כאילו כ'זעה די קאר.

עס איז דאך אבער אודאי נישט אזוי, אונזערע אויגן זענען באמת קעמעראס וואס שיקן אריין סיגנאלן אינעם מוח'ס כח הדמיון איהר צו פארציילן 'וואס' זי דארף זיך פארשטעלן אז עס קומט פאר פאר זיינע אויגן, און אין פאקט ארבעטן פארשער אויף גלעזער מיט אריינגעבויעטע קעמעראס וועלכע דרייען איבער די וידיאו אויף סיגנאלן און שיקן איהר אריין צו די אויג-נערוון און דורך דעם צוריקברענגן די כח הראי' צו די וואס פארלירן איהר.

בסך הכל – זאגט מיר יענער – האט עס די מיידל גענומען איין סטעפ ווייטער, זי 'זעהט' אינעם דמיון אויך אזעלכע זאכן וואס די אויגן האבן נישט געהייסן זעהן, אבער מיט דעם זענען מיר אלע גלייך אז אונזער גאנצע וועלט, דער גאנצער ארום מיט אלע זיינע מקרים, 'געשעהן' נישט דארט וואו זיי געשעהן, זיי געשעהן אין אונזער דמיון.

אין אנדערע ווערטער: פאקטן, געשעהנישן, שיטות, מאראלן, וכו' וכו' האבן נישט קיין אינדעפענדענט אייגענע אומאפהענגיקע מציאות, אלעס, אלעס, איז רעלאטיוו צו ווי מיר נעמען עס אויף אין אונזערע כלים לקבלה, אין אונזערע נפשות, און געוואנדען אין די תנאי הסביבה והזמן.

אמאל האט א קעניג באקומען, וועל, כבוד מלכים... זיין שררה און פאוער איז געווען א סיבה איהם ארויפצוקוקן משבח זיין און מכבד זיין, עס איז געווען א גאנצע צדקות פון איהם אויב האט ער זיך אראפגעלאזט צו א פשוט'ער מענטש, עס זענען אדורך דורות, די מענטשהייט האט איוואלווד, היינט איז דעמאקראטיע אויפן שפיץ, מאנארכיע איז אראפגעקוקט, איז וואס איז פשט, זאגט די מענטשהייט 'אה, טעיתי מעיקרא, כ'וואלט געדארפט דערלאנגען פראנץ יאזעף א גוטן שטויס פון אונטן'? ניין, פארוואס? ווייל פראץ יאזעף, לויט די אומשטענדן אין די וועלט און ביי זיינע אונטערטאנען, לויט ווי די מציאות ווי 'וועלט' איז נתקבל געווארן אין די נפשות פון אינדיווידואלן, איז דאס געווען דער 'אמת', פראנץ יאזעף 'איז' א לעגעטימע מטרה פאר כבוד.

היינט האט די וועלט איוואלווד, היינט ווערט שוין אפגעטייטשט אין אונזערע נפשות אז דייקא דעמאקראטיע איז צדק ויושר, אין אזא בריאה איז דער 'אמת' אז א קעניג איז אן אראפגעקוקטע זאך.

'אמת' איז רעלאטיוו, זי ווערט נשפע פון דער מענטש וואס נעמט איהר און פון די תנאי הזמן והמקום.

*

וואס איז די הגדרה פון א 'חכם'? איינער וואס האט א שנעלע תפיסה? גענוג אזעלכע זענען אויסגערופענע טפשים, א בעל זכרון? אודאי נישט.

א חכם איז דער וואס קען אנכאפן דעם ענין ביים קארג, ער קען אראפשיילן פון איהר אלע חיצוניות'דיגע לבושים וואס די נפשות המקבלים, אדער די סביבה און זמן, האבן אויף איהר ארויפגעלייגט, ער איז רואה את הנולד צו עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין עפל, וואס הייסט צו עס לוינט זיך? עפל שטייט דאך ברום המעלה וכו', אבער דער חכם ער כאפט אהן די עצם נקודת הענין, ער טוהט איהר אויס פון לבושים און מצבים, ער נעמט ארויס זיין אנוכיות פון די עקוועישאן, ממילא ער קען זיך פארשטעלן די נקודת האינוועסטמענט אין אנדערע מצבים, אין 10 יאהר ארום, אין א זמן ווען עפל וועט אויסלויפן פון געדאנקען וכו'.

יא! כ'רעד דאך אבער פאליטיש! ווען עס וואלט געווען מותר ע"פ תורה!

וואס הייסט 'ווען עס וואלט געווען'? עס איז אסור!

דו קענסט רעדן צו די וואנט.

איהר קענט די סארט מענטשן, איא? נאך א רגע טראכטן וועט איהר אודאי מסכים זיין אז וואס א גרעסערער טיפש אין אלגעמיין - אלס מער שאנסן צו האבן אזא דיאלאג מיט איהם.

הוא אשר דיברנו, א טיפש קען זיך בשום אין אופן אפשאקלען פון די פונקטליכע דיימענציעס אין וועלכע די אינפארמאציע איז אנגעקומען צו איהם, אין די צורה ווי זי איז אריין אין זיין נפש אזוי בלייבט זי, נישטא קיין 'אויב וואלט', א חכם דערהייבט זיך אבער וואס מער צום נקודת הענין, וואס ווייניגער זיין משועבד צו ווי אזוי זיינע כלים לקבלה נעמען אויף און פארעמען די אינפארמאציע, און וואס מער דערגיין די עצם זאך, ווי זי איז נאקעטערהייט.

דער טיפש נעמט יעדע זאך לויט זיינע פריוואטע באגרענצונגען, ער פארטיידיגט נישט די שיטה – ער פארטיידיגט זיך אליין דורך וועמען ער האט אויפגענומען די שיטה, ווי וויכטיגער ער קוקט אהן די זאך אלס זיכערער איז ער מיט זיין צד: א. דאס און דאס איז 100 פראצענט כפירה 'גמורה', ב. עירוב אין בארא פארק? לכאורה א שקצות, ג. די זילבערנע הענטל פאסט בעסער אבער כ'בין נישט 100 פראצענט זיכער.

*

מיר זענען דאך דאס וויגעלע פון טאלערענץ (קרעדיט: שמעקעדיג), וואס איז דאס 'טאלערענץ'? לכאורה עפעס אזא מאדערנע סארט ויתור, עפעס א ליבעראלער אידעאל, עס גייט מן הסתם בנשימה אחת מיט גלייכע רעכטן, חיות רעכטן, קיינע מלחמות און פארגיטיגן די ארימע.

וואס ברענגט א מענטש צו זיין טאלערענט? דער כלל לויטעט אז כדי צו פאראייניגן צוויי הפכיים דארף מען א דריטער וואס איז גרעסער/העכער פון זיי ביידע, וואס מער מען דערהייבט זיך פון 'אונטער' די מציאות/שיטה/הבנה, וואס ווייניגער מושפע מען איז דערפון, אדרבה מען שטייט פון אויבן און מען באטראכט עס מן החוץ מיט א שלוות הנפש, אלס מער טאלערענט איז א מענטש.

טאלערענץ איז נישט פשרה, נישט ויתור, די אלד וויילד וועסט הערט זיך טאקע געשמאקער, מער אוטענטיש, יקוב הדין את ההר – איינע פון די קצוות וואלט געווען איידיעל, בלוט, שווייס און טרערן, א גוד-אלד דועל איז באמת די 'זאך', נו, וואס קען מען טוהן, היינט איז א 'נייס' וועלט, מען דארף צו יעדן שמייכלן.

אדרבה, פראבירט עס אויס, קוקט אייך ארום וועט איהר זעהן, וואס מער חכם אלס מער טאלארענט, דער חכם טיילט אפ זיין פערזענדליכע אינוועסטמענט אין די זאך און פארשטייט אז אזוי זאגט זיין רבי/חדר/קולטור און עס איז א געוויסע 'אמת', אבער אין יענעמ'ס וועלט שפילט זיך אפ פונקט אזא לעגעטימע אמת/דמיון אויף פארקערט, און איך בין העכער/גרעסער פון ביידע צדדים – איך דעפעניר זיי, נישט זיי מיר.

דאס אלעס איז אונזער 'אמת' – א רעלאטיוו'ער אמת, עס איז אבער דא א 'אמת לאמיתו' [ראה תוס' ב"ב ח:], גאט איז באמת אמת, קודם שנברא העולם הי' הוא ושמו בלבד, ער דארף נישט צוקומען צו די בריאה אז זיין מציאות זאל נתקבל ווערן ערגעץ וואו, ער איז נישט וואס ער איז 'ווייל' איינער איז איהם משיג, ער שאפט א קול אויך אין א ליידיגע וואלד, ער איז ווייל ער איז, ער איז דער אולטימעיט אומאפהענגיקע מציאות.

מען רופט איהם 'מקום', הוא מקומו של עולם ואין העולם מקומו, ער איז גרעסער, העכער און ברייטער פון נבראים, ער נעמט זיי ארום – נישט זיי איהם, פארדעם איז ער נישט תלוי/מושפע פון זיי, נאר פארקערט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3673
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7358 מאל

הודעהדורך מנחם » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:05 am

געוואלדיג!
צינומען די חכמה אראפשיילענדיג אלע חוצונית'דיגע קליפות פון איר!
דער רעכטער מיז נישט האלטן אז גלאבאלע ווארעמונג איז ב"ש, דער לינקער מיז נישט האלטן אז ניצן אומריסייקלטע פלאסטיק ברענגט אונטער די וועלט, וכו'.
מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:08 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:19 am

תניא פרק מג
והנה על יראה תתאה זו שהיא לקיום מצותיו ית' בבחי' סור מרע ועשה טוב אמרו אם אין יראה אין חכמה ויש בה בחי' קטנות ובחי' גדלות דהיינו כשנמשכת בחי' יראה זו מההתבוננות בגדולת ה' דאיהו ממלא כל עלמין ומהארץ לרקיע מהלך ת"ק שנה וכו' ובין רקיע לרקיע כו' רגלי החיות כנגד כולן וכו' וכן השתלשלות כל העולמות למעלה מעלה עד רום המעלות אעפ"כ נקרא יראה זו יראה חיצונית ותתאה מאחר שנמשכת מהעולמות שהם לבושים של המלך הקב"ה אשר מסתתר ומתעלם ומתלבש בהם להחיותם ולקיימם להיות יש מאין וכו' רק שהיא השער והפתח לקיום התורה והמצות. אך היראה עילאה ירא בשת ויראה פנימית שהיא נמשכת מפנימית האלהות שבתוך העולמות עליה אמרו אם אין חכמה אין יראה דחכמה היא כ"ח מ"ה והחכמה מאין תמצא ואיזהו חכם הרואה את הנולד פי' שרואה כל דבר איך נולד ונתהוה מאין ליש בדבר ה' ורוח פיו ית' כמ"ש וברוח פיו כל צבאם ואי לזאת הרי השמים והארץ וכל צבאם בטלים במציאות ממש בדבר ה' ורוח פיו וכלא ממש חשיבי ואין ואפס ממש כביטול אור וזיו השמש בגוף השמש עצמה ואל יוציא אדם עצמו מהכלל שגם גופו ונפשו ורוחו ונשמתו בטלים במציאות בדבר ה' ודבורו ית' מיוחד במחשבתו כו' וכנ"ל [פ' כ' וכ"א] באריכות בד"מ מנפש האדם שדבור אחד מדבורו ומחשבתו כלא ממש כו' וזש"ה הן יראת ה' היא חכמה. אך אי אפשר להשיג ליראה וחכמה זו אלא בקיום התורה והמצות ע"י יראה תתאה החיצונית וז"ש אם אין יראה אין חכמה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4861
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9511 מאל

הודעהדורך נקודת החבדית » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:08 am

פרק יג
ובזה יובן לשון מאמרז"ל בינונים זה וזה שופטן [פי' יצר טוב ויצר הרע] דכתיב כי יעמוד לימין אביון להושיע משופטי נפשו ולא אמרו זה וזה מושלים ח"ו כי כשיש איזו שליטה וממשלה ליצר הרע בעיר קטנה אפי' לפי שעה קלה נקרא רשע באותה שעה אלא היצה"ר אינו רק עד"מ כמו שופט ודיין האומר דעתו במשפט ואעפ"כ יכול להיות שלא יהיה פסק הלכה כך למעשה מפני שיש עוד שופט ודיין החולק עליו וצריך להכריע ביניהם והלכה כדברי המכריע כך היצה"ר אומר דעתו בחלל השמאלי שבלב ומהלב עולה למוח להרהר בו ומיד חולק עליו השופט השני שהוא הנפש האלהית שבמוח המתפשט בחלל הימני שבלב מקום משכן היצר טוב והלכה כדברי המכריע הוא הקב"ה העוזרו להיצר טוב כמאמר רז"ל אלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו והעזר היא ההארה שמאיר אור ה' על נפש האלהית להיות לה יתרון ושליטה על סכלות הכסיל ויצה"ר כיתרון האור מן החושך כנ"ל. אך מאחר שהרע שבחלל השמאלי בבינוני הוא בתקפו כתולדתו להתאות תאוה לכל תענוגי עוה"ז ולא נתבטל במיעוט לגבי הטוב ולא נדחה ממקומו כלל רק שאין לו שליטה וממשלה להתפשט באברי הגוף מפני הקב"ה העומד לימין אביון ועוזר ומאיר לנפש האלהית לכן נקרא כרשע כמארז"ל אפילו כל העולם כולו אומרים לך צדיק אתה היה בעיניך כרשע ולא רשע ממש אלא שיחזיק עצמו לבינוני ולא להאמין להעולם שאומרים שהרע שבו נתבטל לגבי הטוב שזו מדרגת צדיק אלא יהיה בעיניו כאלו מהותו ועצמותו של הרע הוא בתקפו ובגבורתו בחלל השמאלי כתולדתו ולא חלף והלך ממנו מאומה ואדרבה נתחזק יותר בהמשך הזמן שנשתמש בו הרבה באכילה ושתיה ושאר ענייני עוה"ז ואף מי שבתורת ה' חפצו ויהגה בה יומם ולילה לשמה אין זו הוכחה כלל שנדחה הרע ממקומו אלא יכול להיות שמהותו ועצמותו הוא בתקפו ובגבורתו במקומו בחלל השמאלי רק שלבושיו שהם מחשבה דבור ומעשה של נפש הבהמית אינן מתלבשים במוח והפה והידים ושאר אברי הגוף מפני ה' שנתן שליטה וממשלה למוח על הלב ולכן נפש האלהית שבמוח מושלת בעיר קטנה אברי הגוף כולם שיהיו לבוש ומרכבה לשלש' לבושיה שיתלבשו בהם שהם מחשבה דבור ומעשה של תרי"ג מצות התורה אבל מהותה ועצמותה של נפש האלהית אין לה שליטה וממשלה על מהותה ועצמותה של נפש הבהמית בבינוני כי אם בשעה שאהבת ה' הוא בהתגלות לבו בעתים מזומנים כמו בשעת התפלה וכיוצא בה ואף גם זאת הפעם אינה רק שליטה וממשלה לבד כדכתיב ולאום מלאום יאמץ כשזה קם זה נופל וכשזה קם כו' שנפש האלהית מתאמצת ומתגברת על נפש הבהמית במקור הגבורות שהיא בינה להתבונן בגדולת ה' א"ס ב"ה ולהוליד אהבה עזה לה' כרשפי אש בחלל הימני שבלבו ואז אתכפיא ס"א שבחלל השמאלי אבל לא נתבטל לגמרי בבינוני אלא בצדיק שנאמר בו ולבי חלל בקרבי והוא מואס ברע ושונאו בתכלית השנאה והמיאוס או שלא בתכלית השנאה כנ"ל. אבל בבינוני הוא ד"מ כאדם שישן שיכול לחזור וליעור משנתו כך הרע בבינוני הוא כישן בחלל השמאלי בשעת ק"ש ותפלה שלבו בוער באהבת ה' ואח"כ יכול להיות חוזר וניעור. ולכן היה רבה מחזיק עצמו כבינוני אף דלא פסיק פומיה מגירסא ובתורת ה' חפצו יומם ולילה בחפיצה וחשיקה ותשוקה ונפש שוקקה לה' באהבה רבה כבשעת ק"ש ותפלה ונדמה בעיניו כבינוני המתפלל כל היום וכמאמר רז"ל הלואי שיתפלל אדם כל היום כולו:

והנה מדת אהבה זו האמורה בבינונים בשעת התפלה ע"י התגברות הנפש האלהית כו' הנה לגבי מדרגת הצדיקים עובדי ה' באמת לאמיתו אין בחי' אהבה זו נקראת בשם עבודת אמת כלל מאחר שחולפת ועוברת אחר התפלה וכתיב שפת אמת תכון לעד ועד ארגיעה לשון שקר ואעפ"כ לגבי מדרגת הבינונים נקראת עבודה תמה באמת לאמיתו שלהם איש איש כפי מדרגתו במדרגת הבינונים והריני קורא באהבתם שבתפלתם ג"כ שפת אמת תכון לעד הואיל ובכח נפשם האלהית לחזור ולעורר בחי' אהבה זו לעולם בהתגברותה בשעת התפלה מדי יום ביום ע"י הכנה הראויה לכל נפש כפי ערכה ומדרגת' כי הנה מדת אמת היא מדתו של יעקב הנקרא בריח התיכון המבריח מן הקצה אל הקצה מרום המעלות ומדרגות עד סוף כל דרגין ובכל מעלה ומדרגה מבריח תוך נקודה האמצעית שהיא נקודת ובחי' מדת אמת שלה ומדת אמת היא נחלה בלי מצרים ואין לה שיעור למעלה עד רום המעלות וכל מעלות ומדרגות שלמטה הם כאין לגבי מעלות ומדרגות שלמעלה מהן [כידוע לי"ח שבחי' ראש ומוחין של מדרגות תחתונות הן למטה מבחי' עקביים ורגלי מדרגות עליונות מהן וכמאמר רז"ל רגלי החיות כנגד כולן]:
עכלה"ק
משא"כ צדיק שבטל במציאות להקב"ה רואה הדברים כמו שהם באמת.
בגילויים הכל לפ"ע, עצמות מושלם.
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך שפתים ישק » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:28 am

@ונבנתה העיר,

שפתים קישאקTM!
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:33 am

שפתיים קישאק!  ונבנתה, כ'האב באמת גאר שטארק הנאה געהאט. אזא שטיקל, וואלט איך ווען יא געברויכט ליינען מיט אן אלט-פארצייטישן צעגרעטל. א געשמאקער ארטיקל, הערליך, רייך, עלעקוואנט, און צו דער זאך באשריבן . בימינו אלה, טרעפט מען זייער זעלטן דאס אז דער נמשל זאל גאר בעסער שטימען ווי דעם משל. כה לחי, השמיעיני את קולך ,We want more !

אגב, צחקתי בקרבי בשעת'ן לעזן די שורה: און "אפי' נישט ברשעת הגוים ההם". הומאר אין דעם ריכטיגן פלאץ.
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5906 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:47 pm

ונבנתה, הערליך שיין!! זיך דערקוויקט מיט יעדע פאראגראף.
איך האב נישט וואס צוצולייגן, כ'האב זיך אבער נישט געקענט איינהאלטן פון זאגן ש'כח.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

הודעהדורך ביבער » דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:17 pm

הערליך באשריבן!

איראניש איז אז די צוויי שווערסטע צו טאלערעיטן זענען,
1. דער חכם דעם נער,
2. טאלעירעיטן דעם נישט טאלעירעיטער...
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 753
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 746 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 793 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:02 am

זייער שיין.

זעהט אויס א הקדמה צו דזשענעראל רעאליטיוויטי.
די פערטע דיימענשן איז ״טיים״, און די פיפטע דיימענשן איז ״אמת״!
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1795 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:58 am

:like
נקוט האי כללא בידך: וואס מער א מענטש קען ארייננעמען אין זיך, אלס מער אמת'דיג איז ער. ס'איז פשוט, ער פארמאגט מער עקזיסטענץ. אויב איך בין מברר אז בעצם האלט סאטמאר רב און פויפסט פראנציס און ריטשארד דאוקינס אלע ווי מיר, זיי זענען נאר מחולק אין געוויסע פרטים, איז פשט אז א האלבע וועלט איז מיט מיר. א האלבע וועלט איז א האלבע מענטשהייט, א האלבע מענטשהייט איז האלב קאלעקטיווע חכמה. האלב חכמה איז האלב אמת. איר ווייסט וואספארא מדריגה דאס איז צו זיין פופציג פראצענט אמת'דיג?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8133 מאל

הודעהדורך כוכב » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:49 am

געזאגט אמאל א קלוגער איד : מיר זענען טאלערענט ביז צו דער וואס איז פרומער פון אונז.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2522
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7140 מאל

הודעהדורך לולקע-ציבעך » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:53 pm

ונבנתה!!!
כ'דארף שוין היינט נישט קיין לאנטש און נאכטמאל :like :)
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 7:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:58 pm

לולקע-ציבעך האט געשריבן:ונבנתה!!!
כ'דארף שוין היינט נישט קיין לאנטש און נאכטמאל :like :)

@לולקע-ציבעך
נישט קיין אלטמאדישן ציגרעטל און נישט קיין דיזשיטל, נאר א לולקע ציבעך.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1795 מאל

הודעהדורך סימפל » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:16 pm

בריליענט!
ווי האט זשאן עף קענעדי געזאגט, Tolerance implies no lack of commitment to one's own beliefs. Rather it condemns the oppression or persecution of others
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:22 pm

איך לייען איינמאל און נאכאמאל איבער די טיפע ווערטער, יעדנס מאל שיילט זיך אפ א נייע קליפה.
על כל פנים, איך מיין אז נישט אומזיסט איז מאטעמאטיק אנגערופן "מלכת המדעים", טאקע דערפאר ווייל די כח פון מאטעמאטיק איז צו נעמען יעדע סיטואציע און אראפנעמען די אירעלעווענט פרטים דערפון, און עס זאל בלייבן נישט מער פון א טרוקענע עקוועישן, וואס קען נישט זיין משתמע לתרי אנפין.
און דעריבער האלט איך אז דער עיקר חכמה פון א מאטעמאטיק איז נישט צו סאלוון עני עקוועישן, נאר צו קענען דיסקרייבן א געגעבענע פראבלעם אין א עקוועישן.


בדרך אגב:
ונבנתה העיר האט געשריבן:'פונקט' אלע וואס ווערן נתחנך אין א געוויסע מוסד קומען צו די הכרה אז כ"ך וכך איז כפירה, איך פארשטיי נישט, עס טאנצט דיר נישט אין די אויגן אז אלע וואס ווערן נתחנך ערגעץ אנדערש האלטן נישט אזוי? ווייזט עס דען נישט קלאר ווי די טאג אז לא בצדקתך וביושר לבבך – און אפי' נישט ברשעת הגוים ההם - האסטו איינגעזעהן אז דאס איז די ריכטיגע שיטה?

איך קען נישט כאפן וואס איז די רמז וואס ליגט באהאלטן אין כ"ך, (אויסער די אלטע כהנא פארטיי).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1795 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:37 pm

יא יא, כהנא.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3673
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7158 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7358 מאל

הודעהדורך פארוואס? » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:44 pm

איך האב נישט געזעהן איינער וואס זאל האלטן אז עס איז כפירה, אפשר משוגע, עקסטרעם, שלעכט, אבער וואס עפעס כפירה???
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1795 מאל

הודעהדורך chusid » מיטוואך אפריל 01, 2015 2:13 am

לעצטענס ביי די היציגע דיבאטעס דא אין שטיבל האב איך מיר דערמאנט פון ונבנתה'ס יסוד
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג יוני 04, 2015 11:39 am

ונבנתה זאגסט דאך אזוי גיט
ונבנתה העיר האט געשריבן:צוויי ברידער – א רבי מיט א ראש ישיבה, לאמיר זאגן - קריגן זיך, זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי, איך האב זיך נישט נאכגעפרעגט, אבער עס איז ביי מיר ברור אז דעם רבי'נס קינדער האלטן אויף 100 פראצענט אז ער איז גערעכט וכן דעם ראש ישיבה'ס קינדער.

זענען טאקע די רביס קינדער נעריש?
ווייסען זיי נישט אלע די פאקטן וואס די ראש ישיבה'ס קינדער ווייסן?

די רבי'ס קינדער שרייען אז די ראש ישיבה'ס קינדער האבן נגיעות, OK
איך בין אבער צימישט ווייל די ראש ישיבה'ס קינדער שרייען די זעלבע.

אויב מיינסטו אז נאר די קינדער אדער חסידים האבן חיליקי דעות

ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען איך נעם ווען רענדאם מענטשן און צוטייל זיי אויף צוויי גרופעס, וואלטן זיי אויך געווען אזוי שיין צוטיילט אויף די צוויי צדדים?

נישט אזוי שיין, אבער צוטיילט.
חאטש מיר זעען נישט קיין דירעקטע נגיעה

וואס גייט דא פאר? איז דאס ווייל ווער עס האלט וואו צד א' האט אנדערע פאקטן וואו דער וואס האלט וואו צד ב' ?
איז דאס ווייל איין group האט מער שכל וואו די אנדערע
אויב צד א' און צד ב' גייען עקסטשעשען וואס זיי ווייסן איז זיכער אז זיי גייען האלטן די זעלבע

ווען די נער וואלט ווען נישט געווען אינזערע וואלט מיר געמעגט לאכן
סייענטיסטען זאגן אז אלע אינזער החלטות (וואו למשל וואסרא קאר צו קויפן) אין אויך וואס מיר נעמען אן צי גלייבן איז געמאכט 95% דארך אינזער עמאשענס

ונבנתה העיר האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער: פאקטן, געשעהנישן, שיטות, מאראלן, וכו' וכו' האבן נישט קיין אינדעפענדענט אייגענע אומאפהענגיקע מציאות, אלעס, אלעס, איז רעלאטיוו צו ווי מיר נעמען עס אויף אין אונזערע כלים לקבלה, אין אונזערע נפשות, און געוואנדען אין די תנאי הסביבה והזמן.


איינער וואס איז געווארן עביאזד, למשל, וועט מער נוטה זיין נישט צי גלייבן אין גאט און וועט אויף קימען מיט פארשידענע ראית אז גאט עקזעסטירט נישט
לעבן עם שטייט זיין חבר מיט די זעלבע מאס IQ האט אבער נישט מיטגעלעבט די עביאז אבער ער ווייסט אלע פאקטען פין די עביאז, אויך הערט ער אלע ראית וואס זיין חבר די עטיעסט זאגט אים און פאר אים מאכט דאס נישט קיין סענס.

העלא! וואו קימט דא אריין דיין עביאז אינז רעד מיר דא ריין שכל - איז מעגליך א כלל ישראל אין די וועלט זאל וויסען פין א מעמד הר סיני אויב איז דאס ווירקליך נישט געווען? דאס איז וואס מיר רעדען יעצט און לייג צו קאפ - איך לייג צי קאפ אבער דו האסט נגיעות

ונבנתה העיר האט געשריבן:'פונקט' אלע וואס ווערן נתחנך אין א געוויסע מוסד קומען צו די הכרה אז כ"ך וכך איז כפירה, איך פארשטיי נישט, עס טאנצט דיר נישט אין די אויגן אז אלע וואס ווערן נתחנך ערגעץ אנדערש האלטן נישט אזוי? ווייזט עס דען נישט קלאר ווי די טאג אז לא בצדקתך וביושר לבבך – און אפי' נישט ברשעת הגוים ההם - האסטו איינגעזעהן אז דאס איז די ריכטיגע שיטה?


און 'פונקט' אלע וואס ווערן נתחנך אין א געוויסע מוסד קומען צו די הכרה אז כך וכך איז נישט כפירה
קומען צו די הכרה אז די אנדערע מוסד איז פאנאטיש
עס טאנצט דיר נישט אין די אויגן אז אלע וואס ווערן נתחנך ערגעץ אנדערש האלטן נישט אזוי?

רוב און ק"ש האלטן אז די סיסטעם איז א חרבן
עס טאנצט דיר נישט אין די אויגן אז רוב פין איי-וועלט האלטן נישט אזוי?

מענטשען וועלן פארשטיין אדער אנעמען וואס צד א' האלט ווייל צד א' איז א רוב
אויב צד א' האט ביז היינט געהאט 100 פארשטייערס האט דאס שוין היינט 101 פארשטייערס
וויפיל מענטשן געבען איבער זייער מחשבה ביודעים ובלא יודעים צו די קאלעקטיוו
געב א קוק Groupthink

אויב רוב עולם זאל האלט וואו איי-וועלט טוישט דאס די מציאות.

איך קען פרעדיקטען אז דער געווענדליכער גוי וואס איז געווען אין קאלידש וועט באמת פארשטיין, און עס וועט אים מאכן סענס, תורת עוועליאשען (איך רעד נישט פין גלייבן אדער נישט גלייבן איך רעד פין מאכן סענס)
פאר מיר איז דאס די גרעסטע געלעכטער.
דאס איז נישט ווייל איך בין קליגער אדער מער נעריש פין יענעם גוי
אויך נישט ווייל מיר פעלט עפעס פרטים וואס ער האט.

איך פרעדיקט אויך אויב דער גוי זאל נישט האבן געהערט פין עוועלאשען פין זיין פראפעסער נאר זאל דאס הערן פין מיר מיט אלע הסבירם, וועט ער לאכן פין מיר און די פאסטען.

א קאלידיש פראפעסער איז קודם געווען א אינגער קאלידיש סטודענט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2493
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1126 מאל

Re: חכמה = טאלערענץ

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2015 3:44 pm

1. דער חכם קוקט אן דער עומק פונ'ם נושא, דער נשמה פון דער נושא, נישט איהר איצטיגע אויסשטעלונג. אין אידיש איז דא אן אויסדרוק ''א נער איז דער וואס ווען מ'צייגט אן די לבנה, זעט ער די פינגער'', והן הן הדברים.

2. דער חכם הייבט זיך העכער קורצווייליגע נגיעות איינצוזעהן דער ברייטער בילד.

3. א חכם וויל אלס מוסיף זיין חכמה, דעריבער גלייכט ער מער א 'מיתיבי' ווי א 'תנא דמסייעא לך', ווייל דעמאלס לייגט ער עפעס צו וואס ער האט ביז היינט נישט געוואוסט, און ער וויל הערען און קלערען מיינונגען וואס זענען אנדעריש ווי זיינס.

4. דער חכם איז זיך אלס חושד טאמער ער האט א טעות געמאכט און ער קלערט איבער זיין הנחות און יסודות אין ליכט פון נייע וויסענשאפטען.

5. דער חכם זוכט נאך חכמה, נישט יענעם איבערצייגען. דעריבער איז יעדער וויכוח געפיהרט נאר צו דער ציל און נאר מיט דברי חכמה, נישט דעמאגאגי''ע און כח האגרוף. יענעמ'ס הסכמה איז איהם נישט מעלה צו מוריד, ט'פארוואס זאל ער יענעם וועלען צווינגען?

6. א חכם ווייסט אז ער קען נישט אלס. דעריבער איז ער קיינעם און גארנישט מבזה, ווייל ער קען נישט זיין זיכער אז עפעס שטעקט נישט דארט.

7. א חכם האט שוין געלערנט אז קיין שום כלל איז נישט אלמעכטיג (דער דאזיגע כלל אויך). א יוצא מן הכלל שטערט נישט זיין שטעלונג און מאכט איהם נישט צורודערט.

8. א חכם געדענקט אלס אז דער חכם איז א טפל צו זיין חכמה, נישט פארקערט. נישט ווייל דער חכם האט עס געזאגט איז עס חכמה, נאר ווייל ס'איז חכמה האט עס דער חכם געזאגט.

ותן לחכם ויחכם עוד.....
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9310
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8836 מאל

הודעהדורך מי אני » פרייטאג אקטאבער 04, 2019 12:55 pm

זייער ״אמת׳דיגע״ רייד.

דאס קומט מיר פאר לדעתי אביסל אזוי ווי די קאהערענס טעאריע פון אמת; ״אמת״ איז דאס וואס איז איינשטומיג מיט די ארומיגע רעלאטיווע אנגענומענע כללים וכו׳ (איך ווייס אז איך טוה יעצט זייער שטארק אווערסימפליפייען). אבער דא עקא, וויבאלד אפילו אויף דעם עצם קאנצעפט פון ״אמת״ זענען דא אזויפיל טעאריעס און קאנסטראקס דאס צו דעפינירן, איז יש לטעון אז הצד השוה שבהן איז אז עס [חכמה, וואס איז בקשת האמת] מוז אינקארפארירן טאלעראנץ. ווייל מאן יימר אז מיין דעפיניציע פון ״אמת״ איז אליין אמת [מעטא] (ואולי קען מען דאס אפשר אפילו טענה׳ן ווען ביידע זענען אפילו מסכים צום זעלבן דעפיניציע פון אמת.)

(אגב, דא האט מען שוין אויסגעשמועסט די שוועריגקייט (עפ״י פסיכאלאגיע) מגדיר צו זיין וואס מאכט איינעם בתואר "א חכם" [טאמער מ'דעפענירט דאס אלס אינטעליזשענט].)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1246
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

Re: חכמה = טאלערענץ

הודעהדורך מי אני » מוצ"ש פעברואר 15, 2020 9:21 pm

מ׳קען אפשר אויך נוצן דאס וואס דער תניא זאגט אין שער היחוד והאמונה (פ״ח) אלס א שטיקל סמך/סעד צו דעם אז חכמה = טאלעראנץ. וז״ל:
כי המעלה ומדרגה הראשונה אצל הנבראים היא החכמה שלכן נקראת ראשית כי באמת היא ראשית ומקור כל החיות בנבראים כי מהחכמה נמשכות בינה ודעת ומהן נמשכות כל המדות שבנפש המשכלת כמו אהבה וחסד ורחמים וכיוצא בהן וכנראה בחוש שהקטן שאין בו דעת הוא בכעס תמיד ואכזרי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1246
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

Re: חכמה = טאלערענץ

הודעהדורך מי אני » מיטוואך פעברואר 26, 2020 8:32 am

לו חכמו ישכילו זאת (דברים לב כט). ״חכמו ישכילו״ בגימטריא [=] ״טאלערנץ״. און די פסוק איז ממשיך ״איכה ירדוף וגו׳״, האב חכמה וממילא טאלעראנץ וועסטו שוין אויפהערן רודפ׳ן אנדערע.

viewtopic.php?f=24&t=3429
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1246
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך פעברואר 26, 2020 10:30 am

חכמה = טאלעראנץ וועגן צוויי סיבות.

1. ווייל א חכם ווייסט און אנערקענט זיינע קאגניטיווע באגרענעצונגען און בייעסעס, the Dunning–Kruger effect.

2. ווייל א קלוגע מענטש פארשטייט אז לעבן בשלום איז וויכטיגער פון אלע שיטות און דעות, אם אין שלום אין כלום, ועיין ערך העדאניזם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3353
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין בית שערים
האט שוין געלייקט: 3295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2446 מאל

Re: חכמה = טאלערענץ

הודעהדורך מי אני » זונטאג מערץ 08, 2020 1:07 pm

דער פילאזאף דר. אנטאני ארטור לאנג לערנט אריין אין עמפּעדאקליס׳נס ווערטער אז חכמה [קאגנישאן] קומט צושטאנד מכח אהבה, וואס דאס איז די כח המאחד אין די בריאה [בהרכבת הד׳ יסודות וממילא הדם באדם]. משא״כ די אימפּערפעקשאנס וכו׳ אין א מענטש׳נס חכמה [קאגנישאן] קומט צושטאנד מכח דעם ענין פון מחלוקת וואס איז די כח המפרד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1246
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 6290 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 938 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט