די ליבע פון עסן

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 245 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

די ליבע פון עסן

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

א חבר דערציילט מיר דאס פאלגענדע..
(איך מיין אז עס איז שוין באשריבן געווארן דא אמאל, איך ווייס נאר נישט וואו. והמלנקקים ילנקקו.)



"ווען איך עס א שטיקל פלייש, רעד איך מיך צונויף מיט די בהמה אדער עוף. איך דמיון פון זיין לעבן, פון אלע זיינע דורכגענג. איך פארשטיי אז ער קען נישט ארויסברענגן אפי' פאר זיך אליין, אלע מצבים זיינע. אבער איך מיט מיין הבנה באלעב זיי.
דערנאך באגריס איך דעם בהמה אדער עוף. איך בין מסביר אז יעצט גייט ער האבן אסאך נייע און גאר אונטרעסאנטע מצבים און עקספעריענסעס. ווייל ער גייט ווערן מיך.
עס איז א גרויסע שמחה ביי מיר אז איך געב דעם בהמה א מעגליכקייט צו עקספעריענסן מענטשליכע עקספעריענסעס.
נישט נאר במחשבה שפיר איך א געוואלדיגע נאענטשאפט צו די בהמה, נאר עס איז בפועל ממש.
ער ווערט איך, איך ווער אים.
די גרעסטע דרגא פון אהבה געשעהט יעצט. אחדות ממש.
עס איז זייער א זיסע עקספעריענס, ווייל וואו באקאנט, איז אהבה די זיסטע זאך וואס איז דא."

ער לייגט דערנאך צו דאס פאלגענדע.

"טייל מאל ווייל איך ליבערשט עסן עפעס וואס האט געהאט פילונגס, ד.ה. א דבר הבא מן החי, ווי איידער פון א צומח. ווייל איך קען מער קאננעקטן צו א בעל חי."

מאכט מיט דעם וויאזוי איר ווילט.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר