ירא שמים מרבים, פירושו ?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2321 מאל

ירא שמים מרבים, פירושו ?

שליחה דורך נהורא נפישא »

אין יהדות איז דא די מושג פון יראת שמים, וואס מ'זעהט אז דאס איז אינגאנצן נישט קיין מילתא זוטרתא, ס'איז נישט קיין זאך וואס קומט אן גרינג, די ענין פון יראת שמים איז אז מ'זאל מורא האבן עובר צוזיין אויף די איסורי התורה, אזויווי ס'שטייט למען תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו.

בפשטות איז שייך צוזאגן אז ס'איז פארהאן דרגות אין יראת שמים, ס'איז פארהאן א גרויסער ירא שמים, אזויווי ס'ווערט דערמאנט אין הלכה לגבי שוחט אז ער דארף צוזיין א ירא שמים מרבים, וואס לויט טייל מפורשים (ס'איז א פסוק אין נחמיה) מיינט דאס זיין א גרעסערע ירא שמים ווי דער געווענליכער רבים, מ'טרעפט אויך אין תנ"ך עטליכע מאל די אויסדרוק פון ירא את השם מאד,דהיינו איינער וואס האט מורא פון יעדע נדנוד חטא, דערנאך איז דא א קלענערער ירא שמים, איינער וואס האט נאר מורא פון גרויסע עבירות ווי בעילות זנות, חילול שבת, משא"כ מצוות שאדם דש בעקביו, ווי למשל ראיות אסורות, הלבנת פנים, וכדומה, האט ער נישט אזוי ווייט מורא, דערנאך איז דא די סארט פון זערא-יראת שמים, און איז לאו דוקא אן אינו מאמין, נאר פשוט און פראסט אן עבר ושנה'ניק אין אלע געביטן.

מיין שאלה איז, צי קלאפט אויס די געוויסע דרגות אין יראת שמיים אויך לגבי די כמות פון יראה וואס א מענטש האט, דהיינו ס'איז אינו דומה די יראה וואס מ'האט פון א נידריג-ראנגיקער באאמטער ווי פון א הויעך-ראנגיקער באאמטער, צובש"פ מ'טרעפט ביי צדיקי החסידות, ווי אויך ביי די גדולי המוסר, אז זיי האבן ממש געאטעמט מיט יראה, עס ווערט אסאך פארציילט איבער די יראה וואס האט זיך אנגעזעהן בחוש וויאזוי זיי ממש געווארפן הענט און פוס אין געוויסע זמנים, לעומת זה, געפינט מען נישט אז דאס זאל אייביג זיין די צוגאנג אין אלגעמיין ביי די מער הלכה-אריענטירטע גדולים, לאמיר נעמען לדוגמא הג"ר משה פיינשטיין, מ'געפונט נישט די אלע סארט מעשיות, ווי צובש"פ ער זאל נשתנה צורה ווערן ביי ובמורא גדול זה גילוי שכינה.

קענטליך ליגט די דיפרענץ אין דעם וואס ביי טייל צדיקי החסידות און גדולי בעלי מוסר איז די תורה נישט נאר א פראקטישע וועגווייזער פאר א רעליגיעזען לעבנסשטייגער, נאר כסדר'דיגע תביעות זיך צו ראנגלען בפועל ובמחשבה קעגן דעם עטיו של נחש וואס איז דא ליארדע מינוט אים צו בייסן א גיפטיגן ביס, און הגם מ'פרובירט נאכצוקומען אלע דיני התורה, אבער כולי האי ואולי, ווער קען מבטיח זיין אז מיר האבן יוצא געווען יד"ח, נאך אלעם איז דאך אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא.

ווידעראום די הויפטשטרומיגע הלכה אריענטירטע רבנישער אידישקייט באטראכט די תורה אלס א פראקטישער וועגווייזער, וויאזוי אומצוגיין אין טאג-טעגליכן לעבן, און איינמאל איינער טוט אלעס נאכצוקומען און מדקדק זיין בקלה כבחמורה, ולאו דוקא מיט מסירות נפש ממש, נאך אלעם רעדט מען דאך נישט דא פון די ג' חמורות, קען ער זיין מיט שלוות הנפש.

(דרך אגב די זעלבע עסק פון יראה וואס מ'טרעפט ביי גדולי החסידות, טרעפט מען  די זעלבע סארט אבסעסיע לגבי גדרי הלכה ביי די בריסקאים, ווי אויך לגבי ביטול תורה אין אלגעמיין אין די ישיבה'שע וועלט)

ס'קען זיין אז איין וועג לגבי די אנדערע, איז מער פראקטיש, אטראקטיוו, אבער נאך אלעם זענען זיי קלאר צוויי לעגעטימע דרכים אין עבדות השם, אדער אפשר איז טאקע יא פארהאן דרגות אין יראת שמים אויך לגבי די כמות פון יראה, און אז למשל די סקולענער רבי זצ"ל איז טאקע געווען א גרעסערע ירא שמים ווי הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל. האומנם ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר