אראומא #12 אם כבנים ואם כעבדים- אבינו אדער מלכנו- אדער ביידע

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

אראומא #12 אם כבנים ואם כעבדים- אבינו אדער מלכנו- אדער ביידע

הודעהדורך ראש הישיבה » זונטאג אקטאבער 05, 2014 8:57 pm

ביטע לייענען מיט יישוב הדעת


מיר זענען יעצט אריבער די טעג פון ר"ה עשי"ת יו"כ, און מיר האבן אסאך מתפלל געווען אויף מלוך על כל העולם כולו בכבודיך, ותמלוך אתה הוא ד' אלקינו לבדיך, המלך הקדוש. מיר בעטן זיך ביים רבש"ע אז ער זאל זיין אונזער מלך. פארוואס דארפן מיר א רילעשאנשיפ מיט די באשעפער פון מלך ועבד, וואלט נישט געווען בעסער ווען מיר האבן א קשר פון אב ובן? ועוד מיר זעהן זייער סאך מאהל אין די תורה אז מער זענען בנים כמ"ש בנים אתם לד' אלקיכם? ווידער זעהן מיר אז מיר זענען עבדים. עס זעהט זיך אויס אז עס קען זיין ביידע זענען אמת.

פשוט לערנט מען, ואם כבנים ואם כעבדים, אז מען ווייסט נישט צו מיר זענען בנים צו עבדים, אדער מיר ווייסן נישט צו מען וועט אונז דן זיין ווי בנים צו עבדים, בכל מקרה איז די זאך נישט זיכער פאר קיין איין צד. עס קען זיין אז נאכן שמועס דא, וועט מען קענען טייטשן די זאך אנדערש.

קודם דארפן מיר פארשטיין די ענין מדות ביים רבש"ע.

אין פתח אליהו שטייט: אנת הוא חד ולא בחשבן וכו', אנת הוא דאפיקת עשר תיקונין וקרינן להון עשר ספירן לאנהגא בהון עלמין וכו'. דער בורא האט ארויסגעברענגט (מגלה געווען) עשר תיקונין. עס ווערט אהנגערופן אויכעט עשר מדות. מען דארף פארשטיין אז די עשר ספירות איז נישט די אויבערשטער אליינס, ווייל ער אליין איז נישט שייך מגדיר זיין בכלל. כאטש די ספירות זענען אינסופיים, אבער זיי זענען מוגדר אין ספירות. חסד איז חסד אין סוף בלי הגבלה, אבער עס חסד און נישט גבורה. גבורה איז גבורה בלי הגבלה, אבער עס גבורה און נישט חסד, און אזוי איז ביי יעדער ספירה. עצמות ומהות איז נישט שייך צו זאגן קיין שום הגדרה, עס איז אפילו נישט שייך צו זאגן אז עס איז נישט שייך קיין הגדרה (וואס דאס איז בבחינת מה אויך אן הגדרה).

וואס זענען זיי יא? זיי זענען מדות אויף לאנהגא בהון עלמין. וואס פעלט אויס די מדות? דאס איז ווייל היות די רצון השם (פאר וואט עווער ריזען) איז געווען אז עס זאל זיין נבראים מוגבלים וואס וועלן אים דינען, האט ער באשאפן א וועלט מיט מוגבלים. א מוגבל דארף א סדר, וואס אהן דעם קען ער נישט עקזיסטירן. די הנהגה פון די וועלט פירט די באשעפער דורך זיינע ספירות. די הנהגה איז דרך די עשר ספירות.

די ספירות איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קענען האבן א שייכות מיט די בורא. ווייל נאר דאס האט ער מגלה געווען פאר אונז. וועגן דעם איז דא אין קבלה כוונות פון שמות, וואס יעדער שם איז אויף אן אנדערע ספירה, וויאזוי כביכול איז מלובש אין די ספירה. געוויסע שמות זענען אויף א מיזוג, למשל חסד מיט נצח.

היות די נבראים זענען נשתלשל פון די עשר ספירות, איז די נפש פון די מענטש א קאפי פון די עשר ספירות. דער נפש פון די מענטש האט אויך צעהן מדות. די מדות האבן א נאטירן ענדלעך צו די ספירות של מעלה. וועגן דעם שטייט מבשרי אחזה אלוה, אז דורך פארשטיין די אייגענע נפש קען מען האבן אן הבנה והשגה אין עשר ספירות.

חב"ד חג"ת נה"י (ר"ת חכמה בינה דעת חסד וכו') זענען מדות וואס מען געבט איבער בקרוב. ווען איינער איז משפיע חסד, איז געבט ער עס ווען ער איז נאנט צו דער מענטש. כאטש אלע מאל איז דער מקבל נידריגער פון די משפיע, פון דעסטוועגן איז דער מקבל אלס נאנט צום משפיע.

מלכות איז א מדה וואס איז משפיע בריחוק. דאס הייסט עס איז דא אמאל וואס אויב די משפיע וועט וועלן איבערגעבן א זאך וועט די מקבל עס נישט קענען איבערנעמען פון אים, מחמת ריחוק המקבל מהמשפיע, וועגן דעם איז דא א השפעה בריחוק. מיר זאגן המלך המרומם וכו', דער מלך איז אלס מרומם פון די עם.

נעם די ראגאטשאווער למשל, ווען ער וויל פארלערנען א שיעור, כמעט קיינער קען אים נישט פארשטיין, ווייל זיין קאפ איז אזוי טיף אז מען פארשטייט נישט וואס ער זאגט. אויב אזא גאון וואלט געווען א פריוואטער מענטש, וואלט די וועלט גארנישט געהאט פון אים. אבער וויבאלד ער איז געווען אן איש נכבד א רב וכדומה, איז נאר די פאקט אז איינער זעהט אים באקומט ער געוויסע הערכה פאר אים אן הערכה פאר תורה. דאס איז א הערה דהערה פון די ראגאטשאווער. אבער נאר די פאקט אז ער איז געווען אן איש מרומם האט מען געקענט מקבל זיין דעם נקודה. ווי וועט זיין אז איינער וואלט זיך געוואלט זעצן מיט אים לערנען בחברותא, אז ער זאל מסביר זיין זיינע סברות, וואלט ער גארנישט באקומען פון אים. ער וואלט אפשר אפילו געטראכט אז דער גאון רעדט נישט צום זאך. דאס מיינט אן השפעה בריחוק.

ביים בורא, אויב אלע השתלשלות וואלטן געווען בקירוב, אהן מדת המלכות, וואלט קיינמאל קיין נבראים נישט געווארן. ווייל פון אור אין סוף ווערט אור איין סוף. עס קען ווערן א מוגדר אבער נישט קיין נפרד און נישט קיין נברא. אויף דעם האט די באשעפער מגלה געווען מדת מלכותו, וואס דאס האט געמאכט אז די השפעה איז בריחוק. מען קען שוין נישט האבן די אור אליינס נאר אן הערה דהערה, דעמאלס הייבט זיך אהן נבראים עולם הבריאה, וואס זיי זענען נפרדים.

אלע מאל ווען מען רעדט וועגן מלכות שמים, איז דא וואס זענען עס ממשיל צו א פרעזידענט, אנדערע זענען עס ממשיל צו א מלך א דיקטאטאר. אבער עס איז א טעות. א פרעזידענט איז נישט קיין מלך ער איז אן ערוויילטער ארבעטארער. וואס מען האט אים געגעבן די רעכטן צו מאכן החלטות לטובת הקהל. אויב די אנשי המדינה ווילן צונעמן פון אים רעכטן קענען זיי עס טוהן ווען אימער אויס זיי גייען נאך די פראצעדאר דאס צו טוהן. א דיקטאטאר איז נישט קיין מלך נאר א מושל. ער איז געווארן מלך באלימות. (עיין פירש מלבי"ם פ"א מגילה ותמצא חן)

ווען מיר רעדן פון מלכות שמים רעדט מען ווען אנשי המדינה נעמען אויף א מלך ברצון. אויף שאול המלך שטייט ער איז געווען משכמו ולמעלה. פשטות מיינט עס אז ער איז געווען א הויכע מענטש. זיינע פלייצעס (שכמו) איז געווען העכער ווי די נארמאלע מענטשן'ס קאפ. אין ספרים שטייט אז די כוונה איז א טיפערע. די מדות ווערן איינגעטיילט אין מוחין מיט מדות. חב"ד איז מוחין, חג"ת נהי"ם איז מדות. שאול מדות איז געווען העכער ווי פשוטע מענטשןס מוחין. שכמו ווייזט אויף מדות, שכמו איז געווען למעלה ווי מוחין פון די אידען.

א עם וויל אז דער מלך זאל ווערן מלך איבער זיי, ווייל זיי ווילן אויפהייבן די לעוועל פון די אנשי המדינה. דורך דעם וואס דער מלך איז א מלך וואס איז איידעלער אדער העכער אין מדריגה וועט עס משפיע זיין אויף די גאנצע לאנד בדרך ממילא. ווייל זיי האבן שייכות צו א מלך וואס איז איידעלער.

פארן מלך זעלבסט איז די גאנצע מלוכה אן השפלה. ער זאל זיך פארנעמען מיט פירן א לאנד איז נישט אין זיין קאטעגאריע. ער וואלט ענדערש געוואלט עוסק זיין אין השכלות וחכמות כפי מדרגתו הרמה. אבער אויב די אנשי המדינה זענען מצליח אים צו קאנווינסען אז ער זאל זיך באשעפטיגן מיט עניני מלוכה וועט ער עס טוהן לטובת אנשי המדינה. דורך דעם וואס די אנשי המדינה וועלן זיך בעטן און מבטל זיין פאר אים און מסביר זיין די תועלת וואס זיי גייען האבן פון זיין מלכות, וועט עס אפשר פועלן אויף אים אז ער זאל זיך באשעפטיגן מיט די עניני המלוכה. עס שטייט לאו אורח דמלכא דאישתעא מילי דהדיוטא, די גאנצע מלוכה איז פאר די מלך מילי דהדיוטא. אבער ער טוהט דאס נאר לטובת העם. דהיינו דאס אז די עם איז גרייט מקבל צו זיין פון אים, און דער מלך וועט קענען זיי הייבן, דאס איז גורם אז ער זאל עוסק זיין אין דעם.

די מדת המלכות האט נאך אסאך נקודות, אבער מיר זענען נאר אריין וואס איז נוגע לענינינו.

אויב די גאנצע קיום העולם נעמט זיך פון די מחשבה קדומה פון 'אנא אמלוך' (וואס דאס אליינס איז א חידוש פאר זיך אז די ערשטע רצון איז נתעורר געווארן מניה וביה) דעמאלס נאר ווילאנג די מדת המלכות איז בהתגלות קען די וועלט האבן א קיום. אויב די בורא וויל שוין נישט זיין מלוכה, קען שוין די וועלט נישט האבן א קיום.

יעצט צום מיליאן דאללער'דיגע שאלה: וואס זענען מיר בנים אדער עבדים? וואס איז די יחס-רילעשאנשיפ צווישן אונז מיט דער בורא? איז עס אב ובן אדער מלך ועבדו?

א איד האט ביידע רילעשאנשיפס מיט גאט. פון איין זייט זענען מיר בנים, פון דער אנדערע זייט זענען מיר עבדים.

א בן האט א מעלה אז ער איז פארבינדן מיט די טאטע אז ער קען קיינמאל נישט ווערן אויס. אזוי אויך די געטריישאפט פון טאטע צום זוהן אדער פון זוהן צום טאטע'ן איז בלי גבול. די חסרון איז אז עס איז נישטא קיין ביטול פון איינעם צום צווייטן, עס איז איינס, ווייל זיי ביידע פילן ווען זיי טוהן פארן צווייטן אז זיי טוהן פאר זיך.

א עבד איז טאקע נישט פארבינדן מיט די מלך, אבער וואס ער וועט נאר טוהן קומט פון געטריישאפט איבערגעגעבנקייט. ווען א עבד טוהט עפעס פארן מלך הערט זיך איבערגעגענקייט. ער גייט ארויס פון זיך פון זיינע רצונות, און טוהט וואס עס איז גוט פארן מלך, ווייל ער וויל האבן א שייכות צום מלך.

ווען מיר וואלטן געווען בנים כלפי דעם בורא, הערט זיך נישט קיין שום איבערגעגעבנקייט, ווייל דאס וואס מיר זענען גרייט אים צו דינען איז נאר ווייל מיר זענען זיינע קינדער חלק אלוה ממעל.

דער באשעפער האט געוואלט א וועלט וואס זיין מלוכה וועט זיך דערהערן (פאר וואט עווער ריזען). די כלל איז אין מלך בלא עם. עס מוז זיין אן עם וואס וויל דער מלך. ער קען נישט זיין א מלך איבער זיינע יוצאי חלצים קינדער און אייניקלעך. ווייל וויפיל אייניקלעך ער וועט נאר האבן און ווי געטריי זיי גייען אים דינען, איז דאס נישט א מלוכה נאר א משפחה. דאס איז א נאטירליכע נאנטקייט. נאר ווען די עם איז פון פרעמדע מענטשן קען זיך שאפן א מלוכה.

נאך א נקודה: ווען א גאנצע מחנה מיט מאסקיטוי'ס וועלן אויפנעמען א מענטש פאר זייער מלך, וועט ער וועלן זיין זייער מלך? ווי וועט זיין אז א גאנצע מחנה פון לייבן וועלן אויפנעמען א מענטש פאר זייער מלך? אודאי ניין. ער איז גרייט צו זיין זייער פאסטעך אבער נישט זייער מלך. א מלך מוז זיין נאר אויף אזעלעכע וואס איז בדומה. א מלך בשר ודם וועט נאר זיין א מלך אויף מענטשן.

ווען דער בורא זאגט אנא אמלוך, ער וואס איז כל יכול, אין סוף, נמנע הנמנעות, וכו', זאל זיין מלך אויף א בשר ודם קרוץ מחומר, בעל גבול? וואס די שייכות צווישן די מלך מיט די עם?

אויף דעם איז באשאפן געווארן נשמת ישראל, וואס זיי זענען חלק אלוה ממעל, בנים לשם אלקיכם, א איד האט שוין יא א שייכות מיטן בורא. אבער עס איז נאך אלץ נישט מסודר, ווייל אויף קינדער קען מען קייןמלך נישט זיין? האט מען גענומען די נשמות ישראל און מען האט זיי געמאכט פאר עבדים. און ספרים שטייט אז עס א בן שנעשה עבד. א שטייגער פון א בן מלך וואס איז פארלוירן געגאנגען, ביז ער האט פארלוירן זיין איידענטיטעט, ער ווייסט ניטאמאל אז ער איז א בן מלך. אזוי האט דער בורא גענומען נשמת ישראל און אריין געלייגט אין א מצב אז ער פילט שוין נישט אז ער איז דער בן מלך. ער וויל זיין אן עבד מלך. ער וויל זיין נאנט צום בורא. אבער ער חלומט נישט אז ער איז גאר דער בן מלך.

איז דא ביידע מעלות. מצד דעם בן המלך האבן אונז א שייכות צום בורא אז אונזער עבודה האט א שייכות מיט אים. מצד דעם אז מיר זענען נפרדים ועבדים פאסט זיך די מלוכה פון מלכות שמים.

אונז זענען בתנועת עבד. אונז זענען זיך מבטל פארן באשעפער. אבער מיר קענען דורך אונזער עבודה מגלה זיין דעם קשר אב ובן צווישן אונז.

ומכאן לחודש תשרי:

איין מאל א יאר זאגט דער בורא, לאמיר זעהן צו מיין כוונה עליונה ווערט אויסגעפירט אדער נישט. עס ווערט א בעקאויף פון די גאנצע געגדאנק פון אנא אמלוך. אפשר גייט עס נישט. אבער כלל ישראל פילט עס, און הייבן אהן פארארבעטן מעשים חודש אלול ועשי"ת און מען בעט זיך מלוך, ותמלוך וכו', מען שרייט ממעמקים קראתיך השם, מען זאגט פארן באשעפער לך אמר לבי בקשו פני, מיר זיכן דיין פנימיות הרצון. דאס איז פון פריש מעורר די רצון השם למלוכה. ממילא וועט די וועלט ווייטער קענען האבן א שייכות צו מלכות שמים.

נאך יום כיפור ווי אידען האבן זיך פאראיינציגט מיט דעם באשעפער, זיי האבן זיך איינגעשפארט מיט אים ביי נעילה, דעמאלס ווערט א שמחה אין אלע עולמות. פונקט ווען א פארלוירענער קינד ווען מען טרעפט אים ווערט א שמחה אז די עלטערן ווייסן נישט ווי זיך אהין צוטוהן, אזוי איז למעלה. ווען עס ווערט נתגלה די קשר וואס אונז האבן מיט אים דורך אונזער עבודה, ווערט א שמחה, דאס איז זמן שמחתינו.

אין ספרים שטייט אז שמחתינו צוויי פרייען זיך: ישמח ישראל בעושיו, און ישמח השם במעשיו
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 8:43 am

# דברים כדרבונות
ווען נעמט דער ראש ישיבה אויף שמחת בית השואבה?
חייב אדם להקביל פני רבו ברגל איז דאך א חיוב גמור עני טיים ווי איינטינקען די חלה אין האניג ביז שבת נאך יו'ט.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2436
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6808 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:38 am

ביי אונז פארברענגט מען א גאנצע נאכט יעדער נאכט יום טוב און חול המועד!
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:57 am

אינעם בוך Silver פון הרב אי"ה קוק ז"ל, ווערט געברענגט אז צוליב'ן פחד פון יום הדין פאלט דער מענטש צו א נידריגע מדרגה, און די תשובה קען נישט זיין בשלימות. דעריבער קומט א סוכות זמן שמחתינו ס'זאל אויסוועפן דעם פחד כדי די תשובה זאל האבן אן השלמה.

לפי זה ווייס איך נישט וואו הוש"ר קומט אריין אין בילד. ודו"ק.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3757 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4321 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:03 pm

עס איז דא ביאורים אויף הו"ר. איך בין אריין אין די נושאים באופן כללי. נישט באופן פרטי. די נושאים זענען גאר טיף און געשמאק, והרבה ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן.

בלי נדר וועל איך שרייבן וועגן הו"ר בקיצור
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:52 pm

א מעשה אמיתי, איינער פארציילט אז ער איז לעצטנס מחמת סיבות געווען אין קארט ביי א פראצעס פון א געוויסער פארשוין אויף א געוויסער פאברעך, צו יעדנס וואונדער איז דער באשולדיגטער געזעסן מיט א רואיגקייט און א שמייכל און נאך זיך אונטערגעברימט א ניגון, פרעגט איהם יענער כפארשטיי נישט וויזוי קענסטו זיין אזוי רואיג ווען די ווייסט מיטאמאל וואסערע עונש עס ווארט דיך אפ, רוימט אריין דער פאברעכער אינעם אויער "כעל דיר מגלה זיין א סוד, זאג נישט קיינעם, דער ריכטער איז מיין טאטע", דאס מיינט אם כבנים
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

הודעהדורך שפתים ישק » דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:32 pm

שפתים קישאקTM!
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל


גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט