אראומע 28# הדרת נשים און חז"ל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

אראומע 28# הדרת נשים און חז"ל

שליחה דורך כוכב »

חז"ל האבן אוועקגעשטעלט א יסוד לכל התורה כולה (ברכות כ, ב), אז א פרוי איז פטור פון מצות עשה שהזמן גרמא.
ווי די ראשונים ערקלערן, איז דאס צוליב וואס די פרוי איז משועבד צום מאן. עס איז נישטא קיין צייט אויף איר זייגער צו טון מצות וואס זענען פארבונדן מיט דער צייט, ווייל אט אין דער מינוט איז איר הויפט פליכט צו באדינען דעם מאן.

ענליך טרעפט מען ביי דער מצוה פון כיבוד אב (קידושין לא, ב), אז א פרוי איז פטור פון דער מצוה כאטש וואס עס איז א מצות עשה שלאו הזמן גרמא, און גייט אן אלעמאל. ווייל אויב איז זי פארהייראט טרעפט נישט די תורה קיין פלאץ זי זאל זיין פארפליכטעט פאר א צווייטן אויסער איר מאן.
חז"ל באצייכענען דעם פטור פון א פרוי אויך מעש"ה ווי א פארלוסט מצידה, עס פעלט איר א פארמעגן מיט מצות, און דעריבער האבן זיי מתקן געווען די ברכה פון שלא עשני אשה (מנחות מג, ב). נעמליך, א ברכה אז דו האסט מיר נישט באשאפן אלס א פרוי, וועלכע איז פטור פון אזויפיל מעשה"ג.

די צוויי אויבנדערמאנטע נקודות פאדערן מחשבה און ערקלערונג. ווארום, מיר ווייסן למשל אז ווען א טאטע זאגט אן א קינד עובר צו זיין אויף דער תורה, האבן מיר דעם כלל פון כולכם חייבים בכבודי און די תורה ריקט זיך נישט אפילו אין פאל וואס דער כבוד פאר דעם באטראפענעם איז א מצות גופא.
ובכן שטעלט זיך די שאלה, לאמיר זאגן אז די מצוה פון א פרוי צו באדינען דעם מאן איז א מצות עשה, איז דאך אבער כולכם חייבים בכבודי, און אויב דער מאן דארף א טיי און די פרוי דארף אין דער זעלבער צייט לייגן תפילין, פארוואס זאל דער מאן נישט דארפן צואווארטן און פארציכטן אויף זיינע געברויכן ביז זי ענדיגט דינען השי"ת.

דער תירוץ איז באשיינפערליך: אין פנימיות התורה ווייסט מען אז א פרוי איז די בחינה פון מלכות, ואין מלך בלא עם. די גאנצע מציאות פון מלכות איז דער פאלק איבער וועמען זי איז מולך. א פרוי איז לית לי' מגמרי' כלום. זי אליין איז גארנישט און זי איז בלויז א מקבל.

די תורה טראסט נישט קיין פרוי אויף דער אייגענער האנט. נשים דעתן קלות זאגט די גמ' (שבת לג, ב). און דערפאר זענען זיי נישט באגלייבט אויף עדות (יבמות קטו, ב), הונדערט פרויען האב א דין ווי אן עד אחד. די ווערטער פון א פרוי זענען נישט גענוג באגרינדעט אז מ'זאל זיך רעכענען מיט זיי. ווען עס קומט צו אזא אחריות'דיגער אויפגאבע ווי פיקוח נפש, זאגן ווידער חז"ל (יומא פד, ב) אז מ'זאל זיך נישט דערביי פארלאזן אויף פרויען.

אין חז"ל גייט די מדת השתיקה סינאנים מיט חכמה: סיג לחכמה שתיקה (אבות ג, יג), און חז"ל מאכן זיכער צו באטאנען (קידושין מט, ב) אז: תשעה קבין שיחה ירדה לעולם תשעה נטלה נשים... ואין חכמה לאשה אלא בפלך (יומא סו, ב) זי טויג צו נייען...

נשים במאי קאזכיין פרעגט די גמ' (ברכות יז, א), און אין דעם תירוץ ליגט ווידער נישט קיין זעלבסט-ווערד נאר זייער גאנצער זכות איז צום פארדאנקען וואס זיי באדינען דעם מאן...
די תורה טרעפט נישט קיין פלאץ פאר אפהענגיגקייט פאר א פרוי. איר גאנצער כאראקטער איז נאר מיט דעם וואס זי איז אונטערטעניגט אונטער איר מאן. די תורה פארלאנגט אז יעדע פרוי זאל זיין אונטער דער קאנטראל פון א מאן, נאר אזוי וועט זי זיך האלטן אין די ראמען, און די תורה פארציכטעט "אפילו" אויף מצות, ווייל דאס איז וויכטיגער, זי מוז האבן א מאן איבער'ן קאפ. אן דעם איז זי אין רוחניות'דיגן געפאר.

נישט פשט אז צוליב איר פארפליכטונג צו איר מאן קען זי נישט מקיים זיין מעשה"ג, נאר די אידעאל אז א פרוי מוזן זיין אונטער דער הכנעה פונעם מאן שטייט נאך העכער ווי טון מצות ה'.
די מינוט אבער וואס זי פארפולט איר פליכט, זי איז אונטערטעניגט אונטער'ן מאן, געבן איר חז"ל דעם פולן קרעדיט, ובשכר נשים צדקניות שהיו באותו הדור נגאלו ישראל (סוטה יא ב).

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר