וויצן און שארפע מעשה'לעך פון צדיקי הדורות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 3:55 pm

עס איז געוועהן אמאהל אז צוויי גרויסע ראש ישיבות זענען אוועק צוזאמען. האט זיך אויפגעשטעלט א ראש ישיבה זיי מספיד צו זיין.
האט ער געזאגט אזוי.

רבותי, מיתת צדיקים איז א קרבן, שטעלט אייך פאר, מיר ברענגען היינט צוויי אזעלעכע גרויסע אקסען,
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:19 pm

די גורליצער רב זצוק"ל האט געזאגט אז דער וואס קען "על מחיה" אויסענוויניג איז א זולל וסובא.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:23 pm

I actually know alot of people who eat quite well, but can't recite Al Hamichyu by heart
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:38 pm

נהורא נפישא האט געשריבן:I actually know alot of people who eat quite well, but can't recite Al Hamichyu by heart



נישט יעדער זולל וסובא קען על המחיה,
אבער דער וואס קען עס בעל פה איז א פרעסער
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:48 pm

אויף וואספארא געטראנק מאכט מען אן על המחי'?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4300 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:41 pm

אין בעלז טרונקט מען קעיק פארן דאווענען, איך ווייס אבער נישט צו זיי מאכן על המחיה.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:50 pm

בשעת די בעל סדר הדורות איז געווען רב אין מינסק, האט דאן די שאגת אריה געוואוינט דארט, מאכט זיך אמאל אז די בעל סדר הדורות האט געזאגט א דרשה אויף די עלטערע יארן זיינע, דאן האט ער געליטן פון א מחלה אז ביים גיין פלעגט ער אינטערטאנצן, האט זיך די שאגת אריה זיך אנגערופן כשם שהוא רוקד כך אינו יכול.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2067 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 10:58 pm

רעדנדיג פונעם שאגת ארי' פארציילן מען אז שפעטער ווען ער'ז געווארן רב אין מיץ האבן די ראשי קהילה אריינגעברענגט א פאפיר מיט א פעדער צו אים, זאגענדיג דערביי, אז דא אין שטאט פירט מען זיך אז דער נייער רב שרייבט תקנות וואס יעדער מוז איינהאלטן.

האט דער שאגת ארי' אפגעשריבן די עשרת הדברות....
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3754 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4300 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:10 pm

אמאל פלעגט מען א חשובע איד אויפגערופן צום תורה יעמוד החבר.

ווען מען האט אויף גענומען די מראה יחזקאל פאר רב אין שטאט זינבערגען, האט מען אים געגעבן אן עליה די ערשטע שבת. אבער דא וויבאלד עס איז א נייע רב האבן די גבאים און ראשי קהילה -געשוואוירענע עמי הארצים- מחליט געווען אים אויפרופן אים יעמוד "החובר חבר".
ווען די מראה יחזקאל האט פאר מוסף געגעבן זיין איינטריט רעדע, האט ער געזאגט "פריער בין איך געווען א חובר חבר, יעצט וועל איך זיין א דורש אל המתים"...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2527 מאל

הודעהדורך חסיד » דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 11:40 pm

דער גארליצער רב האט זיך אויסגעדריקט אמאל אויפן ערשטן באבוב'ער רב הרה''ק מהר''ש זצוק''ל
באבוב איז ר''ת בא אחיך במרמה ויקח ברכותיך

(כידוע אז די שוועסטער הרבנית הצ' נחמה'לע האט געבעטן הרה''ק מגארליץ אויפצוהערן צו טשעפען און ער האט איר געענטפערט אז זי זאל זיך נישט אריינמישן, ביז דער גארליצער רב האט מסכים געוועהן און א קורצע צייט שפעטער איז דער באבוב'ער רב נסתלק געווארן, און הרה''ק מגראליץ האט געזאגט, כ'האב געבעטן מ'זאל זיך נישט אריינמישן, ומי יעמוד בסוד קדושים)
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 101 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 12:16 am

ווען ד קדושת ציון האט אמגעהויבען אנצוטון דעם קולפיק אין מיטן די וואך האט די סטוטשינער רב זיך אוסגעדריקט
"אז ווי ער מיר באזוכן מיט די הוט קען ער קומען ווען ער וויל אבער מיט די קולפיק נאר פורים"
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:05 am

נהורא נפישא האט געשריבן:אין בעלז טרונקט מען קעיק פארן דאווענען, איך ווייס אבער נישט צו זיי מאכן על המחיה.

און אין סקווירא טרונקט מען טשאלנט, שבת אינדערפריה פאר'ן דאווענען. אבער מ'טרונקט נישט קיין קאווע. און דאס איז טאקע דער טעסט פאר א סקווערער יונגערמאן. מ'איז עים מכבד מיט א קאווע. אויב ער וויל נישט טרונקען, איז א סימן אז ער האט שוין געטרונקען טשאלנט... :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:56 am

א יונגע חסר דעה ל״ע איז ארויפגעקומען צו א רב מיט א מעסער שרייענדיג ״אדער טאנצט די רב ארויס פון פענסטער אדער הרג׳ע איך די רב״. האט זיך די רב אנגערופן א גרויסע גדולה ארויסטאנצן פון פענסטער, יעדער שמויגער קען דאס טוהן, איך גיי דיר ווייזן אסאך א גרעסער קונץ. דו בלייב דא, און איך גיי ארויסגיין אינדרויסן און ארויפטאנצן די שטאק״! וכך הוה די רב איז ארויסגעגאנגען און געלאפן רופן הילף...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2008
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2527 מאל

הודעהדורך אויסגערוט » פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 10:37 am

דער מעשה איז געווען דאכציך ביי ר'יונתן אייבשיץ
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 11:02 am

הערט א מעשה פון ר' ישראל סאלאנטער:

ר ' ישראל זי"ע האט אמאל געזען ווי צוויי קינדער קריגן זיך ארום און איינער פון זיי איז די קאפל אראפ געפאלן, האט די אנדערע איהם געזאגט "די גייסט אהן א קאפל (בלויז'ן קאפ), ביסטו א גוי"
האט ר ישראל זיך אנגערופן "ביסט נישט גערעכט יונגעלע, א יעדער גוי גייט אהן א קאפל, אבער נישט יעדער וואס גייט אהן א קאפל איז א גוי"

אמאל האט א קלוגע חסידישע יוד דאס איבערגעזאגט פאר א בנש"ק וואס איז געגאנגען מיט די שמונה בגדים
און ער האט צולעלייגט "א רבי גייט מיט סטראקעס, אבער נישט יעדער וואס גייט מיט סטראקעס איז א רבי" ודפח"ח.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך chusid » פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 1:49 pm

בריסקע רב האט מסביר געווען אויף די נטורי קרתא : וואס איז די חילוק פין א בעל בית'תע אינדערהיים און א קאץ כלפי א מייז. ? ביידע, די פרוי און די קאץ ווילן פארטיליגען די מייז.... נאר די חילוק איז אז די פרוי וויל נישט דער מייז זאל קימען בכלל. משא"כ די קאץ קוקט ארויס אויפן מייז זאל האלטן אין איין קומען און ער וועט האבן צו עסן..... די זעלבע זייך ביי פירצות די אמת'ע קנאים ווילן נישט קיין פירצות משא"כ די עקסטרעמיסטן ווילן סזאל זיין ווי מער כדאי זיי זאלן קענען מוחה זיין............. ( לפענ"ד איז די זעלבע ביי די עקסטרעם לינקע )
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך דער גרעסטער שרייבער » מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 5:24 pm

דער מהרי"ד פון בעלזא האט געזאגט:
יעדער שווער האט א ניצוץ פון לבן... אבער נישט א יעדער איידעם האט א ניצוץ פון יעקב אבינו...
און א יעדער גבאי האט א ניצוץ פון 'גיחזי' אבער נישט יעדער רבי האט א ניצוץ פון אלישע...
באניצער אוואטאר
דער גרעסטער שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך דער גרעסטער שרייבער » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:06 pm

רבי פנחס מקאריץ:
אסאך מענטשן בעטין אויף 'רוח הקודש' אבער 'תפילה עושה מחצה' און זיי בלייבן נאר מיטן 'רוח' אליין.
באניצער אוואטאר
דער גרעסטער שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך דער גרעסטער שרייבער » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:08 pm

דער דברי יואל:
אויב וואלטן די גויים מכיר געווען אין די געוואלדיגע תענוג וואס א איד שפירט אין א טאג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון, האבן זיי זיך אלע מגייר געווען.
באניצער אוואטאר
דער גרעסטער שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 2:46 pm

די גארליצער רב זי"ע האט אמאל געזאגט אז מ'טאר נישט גיין מיט א יעקעשע רב אין א באהאלטן פלאץ
וויל ער איז חשוד אויף שפיכת דמים כדי ער זא קענען זאגן א שיינע הספד
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך דער גרעסטער שרייבער » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:32 pm

הרה"ק מראפשיץ זי"ע האט זיך אמאל אנגערופן:
פרו"ם איז ר"ת פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'צוות...
און ס'איז דא וואס האבן צוגעלייגט:
פפרומ"ט מאכט פ'יל פ'יל ר'שעות ו'וייניג מ'עשים ט'ובים...
באניצער אוואטאר
דער גרעסטער שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך דער גרעסטער שרייבער » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:36 pm

הרה"ק מראפשיץ זי"ע:
א פרומער - איז א גאלאח...
א גוטער - איז א נואף...
א קלוגער - איז א משומד...
און זיי אלע דריי צוזאמען - איז א רבי
באניצער אוואטאר
דער גרעסטער שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:06 pm

דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:דער דברי יואל:
אויב וואלטן די גויים מכיר געווען אין די געוואלדיגע תענוג וואס א איד שפירט אין א טאג וואס מ'זאגט נישט קיין תחנון, האבן זיי זיך אלע מגייר געווען.

נישט דער דברי יואל, עס שטייט אים פשוט נישט גוט אזא סארט ווערטל, נישט געווען זיין סטיל בכלל.
כ'מיין מען זאגט עס נאך פון ר' יעקעלע מפשעווארסק.
מעגליך האט ער עס געזאגט אויף דעם תעונג פון מעביר סדרה זיין די קורצע נצבים-וילך סדרות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15092
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18096 מאל

הודעהדורך דער גרעסטער שרייבער » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:50 pm

אין ירושלמי שטייט געשריבן אז 'עם הארץ אימת שבת עליו' אן עם הארץ האט מורא פון שבת...
פארוואס?
וויל שבת קודש האט ער נישט זיין קאמפיוטער מיט די 'אוצר החכמה' מילא ציטערט ער אז מ'וועט אים פרעגן שאלות און ער וועט נישט וויסן צו ענטפערן...
באניצער אוואטאר
דער גרעסטער שרייבער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:53 pm

דער גרעסטער שרייבער האט געשריבן:אין ירושלמי שטייט געשריבן אז 'עם הארץ אימת שבת עליו' אן עם הארץ האט מורא פון שבת...
פארוואס?
וויל שבת קודש האט ער נישט זיין קאמפיוטער מיט די 'אוצר החכמה' מילא ציטערט ער אז מ'וועט אים פרעגן שאלות און ער וועט נישט וויסן צו ענטפערן...

דעיס ווארט זאגט מען נאך פונ'ם חוזה פון לובלין, אדער פון צאנזער רב?...!... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14529 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8344 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק תורה און מחשבה

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט